תקנות פאר קומעדיגע מסע-מלכות'ן
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:27 pm
לאור וואס די ציבור איז שטארק געוואקסען אין די לעצטע פאר יאר, און די אומדערטרעגליכע אויסגאבע פון דער טאג טעגליכע לעבן, האבען פיהל אנ"ש זיך אפגערעדט אז זיי האלטען עס שוין נישט אויס. כ"ק רבינו שליט"א האט אויך איינגעזען ברוח קדשו ועיניו הבדולחים אז דאס קען נישט אנגיין, מחמת סבות שונות ומשונות. אלזא, אזוי ווי אונזער פארגייערס די רבנים אין שטעט און שטעטלעך אין יוראפ, זענען מיר געזעסן בכובד ראש מיט די עסקנים און פיהרערס פון די קהלות, ווי אויך מיט די חשוב'ע בעליבתים העוסקים בצרכי ציבור באמונה, און מיר האבען אויספארמירט א ריי תקנות וויאזוי די קומעדיגע מסע-מלכות'ן זאלען פארגיין, צו האלטען די שמחה און די כבוד שמים אויפ'ן העכסטע פארנעם, ווי אויך צו פארמינערן די געפערליכע הוצאות הרובצות על עול המחותנים און די באטייליגערס. דער ציבור'ס כח איז ב"ה זייער גרויס, און טאמער דער עולם וועט זיך האלטען דערצו, וועט זיין א תועלת פאר אונז אלע.
געדענקט'ס, דאס איז אייער קהלה און אייער לעבן, זיך אוועק רירן פון די תקנות וועט נאר וויי טון אייך זעלבסט.
[list=]א. מ'טאר נישט פארען אויף א מסע-מלכות מער ווי איין מאל אין צוויי יאר. דאס איז כולל הן ארץ ישראל, הן יוראפ, הן מקומות הקדושים אין אונגארן\פולין\אוקריינא וכדו'. די תקנה איז עקסטער פאר'ן רבי און עקסטער פאר'ן רביצין. טאמער דער רביצין האט שוין געמסע'ט אין די לעצטע צוויי יאר, קען זי נישט מיטגיין די מאנ'ס מסע אין יענער צייט, ווי אויך פארקערט. א בליץ באזוך, פון ווייניגער ווי 24 שעה איז נאר ערלויבט אונטער עקסטער אומשטענדן, ווי צב"ש א לויה, חתונה, געלט טיילעכטס, בחירות שלאגען, דער ברודער גייט אויך באלד וכדו'. אין אלע אנדערע פעלער ווערט א בליץ באזוך בארעכנט ווי א מסע-מלכות בכל חומר הדין.
ב. א מסע-מלכות מעג נישט דויערן מער ווי אנדערהאלב וואכען, און נישט ווייניגער ווי צוויי טעג. די עסקנים האבען איבער געגעבען אז די בליץ באזוכען קאסטן פיהל מער ווי די געהעריגע מסע-מלכות'ן און עס איז שוין געווארען אומדערטרעגליך.
ג. א מאטארקאדע מעג נישט ערהאלטען מער ווי פינף און צוואנציג קארס. פאר דעם צוועק ווערט פאררעכנט אלס א קאר יעדער מאשין וואס האט א שווארצע קאליר, נישט קיין חילוק צו אן SUV אדער א מיני-וואן. א סעדאן איז נישט פאררעכנט אלס א קאר בכלל.
ד. די בליטשעדיגע לאמפן מעגען נאר זיין פון דריי קאלירן, יעדער מעג אויסוויילען וועלכע. אז מ'דארף דרינגענד א פערטע קאליר, מעג מען דאס טון נאר מיט עקסטער רשות, און דעמאלס וועט מען דארפען מער נאכגעבן אין אנדערע הוצאות.
ה. עס מעג נישט מיטגיין אויף די נסיעה מער באגלייטערס ווי עס פילט אן איין פליגער. דער רבי מיט זיין משפחה מעגן נעמן די ערשטע קלאס, מיט צוויי גבאים, און די איבעריגע מוזען גיין עקאנאמי אדער ביזנעס קלאס. דאס איז אפילו ווען מ'באקומט א בעסערן טיקעט דורך מייל'ס און אנדערע מהלכים אין עבודת ה'.
ו. מ'מעג נאר פארמאכן צוויי הויפט געסער אויף א מאל. ווען מ'קומט אן צו א נייעם גאס וואס דארף פארמאכט ווערן, זאל מען צוערשט עפענן די אלטע גאס, און דעמאלס פארמאכן די נייע און נישט פארמאכן איידער מ'קומט אן. נישט יעדער רבי קען זיך ערלויבען צו פארמאכן אזויפיל געסער, צוליעב א מאנגעל אין עסקנים אדער געלט, און די וואס טון יא אזוי, מאכען זייער ענג פאר די וואס קענען נישט.
[/list]
דער אפיס איז אפען פאר אלע פראגעס אדער הצעות פאר נייע תקנות אדער בעסער מאכען די תקנות. ביטע שיקט אריין אייער עצה אמשנעלסטן.
געדענק נאכאמאל! אונז זע'מיר איין ציבור, און אונז קענען נאר אויפטון מיט די כח הציבור. אז מיר וועלען זיך אלע האלטען צו די תקנות, וועט זיין א קידוש ה' פאר אונז אלע און מ'וועט קענען פארמיידען אסאך אומאיינגענעמקייט.