אווענט צום געדענקן‎!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל

אווענט צום געדענקן‎!

שליחה דורך שעפטל »

כ'האב אזוי ארומגעקוקט צו ס'איז שוין געווען באשריבן דא, און נישט געזעהן, האב איך געטראכט עס אפצושילדערן עד שידי מגעת

די וואך דינסטאג איז פארגעקומען אן "אווענט צום געדענקן" (Event To Remember בלע"ז) אראנדזשירט דורך אפאר יונגעלייט, ארויסצוהעלפן זייערס א נאנטע חבר וואס איז אין א טיפן גרוב פון חובות.

איך וועל קודם פראבירן אראפצולייגן די נאכט מיט ממש טריקענע פאקטן (ועוד חזון למועד אי"ה):

די אווענט איז פארגעקומען אין די "קראון פלאזא" האטעל אין סעקאוקעסת ניו דזשערסי.

אנקומענדיג דארט איז געווען אויפגעשטעלט אין די בעק-יארד שיינע רינדיכיגע טישן מיט בענקלעך אויף די גראז אינטער הערליכע ביימער. די וועטער איז זייער גוט געווען. אין די זייט איז געווען צוגעגרייט פינף גרויסע גרילן מיט טישן דערנעבן שוין אויסגעלייגט מיט סטעיקס, פרענקס, בייליק'ס-קאטלעטס, פליגלעך-ווינגס, קישקע, שישקע באב, ועוד. אלעס גרייט ארויפצוגיין אויפן גריל און צו שטילן די הונגער פונעם עולם המשתתפים וואס האבן שוין נישט געגעסן קיין געהעריגע פליישיגע סעודה זינט ער"ח אב (חוץ די מתמידים וואס האבן מסיים געווען און גליקלעך זענען געווען זייער גוטע פריינט און משפחה...).

דערנעבן איז געווען צוויי אפענע קרעטשמע'ס (באר'ס אין די היינטיגע צייטן) ביי איינס האט זיך געגאסן וויין (פון Liquors Galore) ווי ביי ניסוך היין. און ביי די אנדערע זענען געשטאנען אפאר חברה און דערלאנגט מיקסעס פון בראנפען, וואדקע וכו' לעשות רצון איש ואיש.

חברה שירה (ר' שרגא פייוויל גאלד, ר' זאבי פריעד, ר' יואל האראוויץ) מיט ר' לוי יצחק פאלקאוויטש באגלייט פון ר' פנחס (פיני) עסטרייכער האבן מהנה געווען דעם עולם אינטער א רושם פון די קאנצערט לעקטערלעך...

ביי איין עק איז געווען א מעלער וואס האט אויפן פלאץ אפגעמאלן די פרצוף פון די באטייליגטער וואס האט זיך אראפגעזעצט דערנעבן.

אינמיטן ס'עסן האט דער באקאנטער משמח אלקים ואנשים דער באוויסטער בדחן און גוט-זאגער ר' זאב (וועלוועל) פעלדמאן (פון מאנסי מלפנים סקווירא) אינטערגעהאלטן דעם עולם מיט אפאר גוטע און זיסע ווערטלעך.

ר' יודל פאלקאוויטש (דער בעה"ב פון Quality Floorshine), דער אראנדזשירער פונעם אווענט האט באגריסט דעם עולם און געבעטן מ'זאל אים ארויסהעלפן מיט די מצוה.

לוי פאלקאוויטש האט געזינגן א נייע ניגון וואס גייט זיין אויף זיין נייע טעיפ (פארפאסט דורך פיני עסטרייכער - וואס איז אגב דער פראדוסער, קאמפאזער און ארויסגעבער פון לוי'ס גאנצע נייע טעיפ).

א חלק עולם האט געכאפט א שווים. די אנדערע חלק האט ווייטער פארברענגט בשירות ואכילה ושתיה ווי עס איז אויך סערווירט געווארן פארשידענע עסן נישט פון גריל.

דערנאך האט מען צוגעשטעלט א ציגאר באר ווי פראפעשענעלס (פון די קאמפעני La Casa Grande Cigars) האבן געמאכט פרישע ציגארס פארן עולם.

דערנאך איז דער עולם אריין אין איינע פון די מייעסטעיטישע זאלן ווי עס פארגעקומען די מעדזשיק/מיינד ריעדינג שאו דורכ'ן וועלט בארימטן קינצלער David Levitan. די צוזעהערס זענען ארויסגעגאנגן פון די גלייכגעוויכט ווי עס האט זיך ארויסגעזעהן פון די צווישנרופן און אפאלאדירונגען.

דערנאך איז פארגעקומען אן אינהאלטסרייכע ווארימע קומ-זיץ אינטער די פירערשאפט פונעם באקאנטן "אלי ביער" ווי פאר אפאר שעה איז מען געזיצן און געזינגן אינטער צוגעמאכטע לעקטערס מיט געגיעין און השתפכות הנפש.

עס האבן זיך באטייליגט צווישן 350-400 מענטשן. און ווי געהערט פון געוויסע קוועלער איז די עוורידזש דאנעישאן געווען בערך 150 דאלער.

אז כ'וועל מיך דערמאנען נאך זאכן וועל איך אי"ה שרייבן. אויב איינער (זעכער דא איינער..) איז געווען און קען בעסער (מ'דארף נישט צופיל קענען צו שרייבן בעסער ווי מיר דא) אראפלייגן די נאכט אדער אפילו נאר איין פרט פון נאכט ווערט שטארק געבעטן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר