מדינת ישראל: מיר שרעקען זיך נישט פין חיצים ובליסטראות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

מדינת ישראל: מיר שרעקען זיך נישט פין חיצים ובליסטראות

שליחה דורך גדליה »

מדינת ישראל איז געווארען שטארק אויפגעשאקעלט ווען איינע פון די רעליגעזע פארטיי פיהרער פון ארצה"ב איז אנגעקומען צו זייער לאנד און האט געטיילט נדבות וואס ער האט צאמגעשטעלט פאר יודישע ישיבות אין סקולס.
די א. ג. גייסטישע פירער פון איינע פין די פאליטישע פארטייען אין חרדי'שע ניו יארק, איז נישט קיין פרעמדע צו מדינת ישראל. יארן צוריק האט ער געהאט א דזשאב אלץ רב אין א בית מדרש אין ירושלים.
א פאר יאר שפעטער האט ער באשלאסן אז ער וויל ווערען א פארטיי פירער, און ער איז געפארען צוריק קיין ניו יארק און זיך אנגעהויבען שלאגען מיט זיין ברידער וועלכע האט זיך פארמאסטן אויף די זעלבע פאזיציע.
אסאך יארן האט מען זיך געשלאגען, פארגאסען בליט, צעבראכן לעבנס, אפגעהאקט טאטעס פון קינדער און זיידעס פון אייניקלעך, מיט'ען ציל צו גרינדען א אייגענע פארטיי אין ניו יארק.
לאנגע יארן האט מען זיך ארומגעאמפערט אין גויאישע געריכטן, פארשווענדענדיג צענדליגע מיליאנען דאלארען פאר די גרויסקייט פון די פארטיי.
יעצט ווען די א. ג. פארטיי פירער זיצט שוין רוהיג על כסא מלכותו וואלט ער דאך געדארפט זיין צופרידען? אבער ניין.
ער קען נישט פארגונען אז ס'איז דא א נארמאלע מדינה אין די אנדערע עק וועלט, וואס ווערט געפירט דורעך יודן, און דארט איז דא נארמאלע דעמאקראטישע וואלען, ווי מענטשען קענען אריינוועלען א פירער וואס זיי געפעלט, און די גבאים און שטוב מענטשען קענען נישט סתם אויפנעמען א ראש הממשלה.
די פאקט אז ס'איז דא א יוידשע מדינה וואס פיהרט זיך נישט לויט די רצונות פון יענע א. ג. פארטיי פירער האט געברענגט צו א שטארקע טריץ, ממש ווי המן האט געזאגט וכל זה איננו שוה לי.
דאס זעהט מען באשיימפערליך אין די לעצטערע יארען.
די פארטיי פון די א. ג. גייסטישע פירער פון ניו יארק, פארפיגט אויף צענדליגע מוסדות און שוהלן, זיי פארמאגן טויזענטע מעמבערס. א גרויס חלק פון זיי זענען ארעמעלייט.
די פארטיי פירער וואלט לכאורה געדארפט זיין פארנימען טאג און נאכט מיט זיינע אייגענע מוסדות, אייגעע מענטשען, און אייגענע קהילות. אבער ניין.
די לעצטערע פאר יאר איז ער ביזי פאנדרעיזען פאר וועמען? פאר חדרים און ישיבות אין מדינת ישראל. וואס איז זיין ציהל? ער רעדט זיך איין אז מיט דעם שטויסט ער די מדינה, ווייל אזוי ווייזט ער אז ער קען אויך געבען געלד. די מדינה טיילט אויס אנדערטהאלבן ביליאן דאללאר א יאר פאר מוסדות התורה. נו, דער פארטיי פירער קען אויסטיילען צען מיליאן דאללאר יעדע זיבען יאר, איז ער דאך א קאמפעטישען.
די פארטיי פירער פארפעהלט נישט קיין געלעגענהייט צו פארפירען, שרייען און בארעדען א נארמאלע מדינה וואס מ'פירט זיך כדרך כל הארץ, מ'ארבעט, מ'שטודירט, מ'האט א רעגירונג, א עקאנאמיע, און אלע נארמאלע זאכען וואס די גאנצע מערב וועלט האט שוין היינט אדאפטירט.
ער פארגינט נישט זייער סוקסעס. אין זיינע צייטונגען איז מען פארנומען אראפרייסען, שרייען, און אויסטראכטען כל מיני בלבולים אויף די יודישע מדינה.
יעצט האט דער א. ג. פארטיי פיהרער איינגעזעהן אז קיינער האט נישט געקויפט די פראפאגאנדע, האט ער זיך גענומען א נייע מיטעל.
נעמלעך, ער האט ארויסגענומען די לעצטע וואפן אין די חיצים ובליסטראות ארסענאל: די לעלוס און סייערינס.
מיט די לעלוס אין סייערינס איז ער אפגעפארען קיין מדינת ישראל, און זיי געוויזען ווי מעכטיגע חיצים ובליסטראות ער פארמאגט.
אזוי רעדט ער און שרייט און פארפירט. און די פאני זאך איז אז קיינער האט אים קיינמאל גארנישט געטשעפעט פון מדינת ישראל, זיי געפינען זיך אין די אנדערע זייט ערדקוגעל, און זיין פארטיי האט א קליינע באזע פין א פאר הונדרעט מענטשען דארט. איז וואס גייט אים אן אז אויף עפעס א ווינקעל אין די יוניווערס פיהרט זיך א נארמאלע מדינה וי מען מעג טראגען מיט די עירוב שבת?
אבער זה דרכם כסל למו, ס'דא אומפארגונערס און שונאים איבעראל, וואס זייער תפקיד איז צו צוברעכען, צעשטויסען, צעמזיקען, צושניידען, באשרייען, פארפירען, און סתם אזוי שווער מאכען דאס לעבען פאר די מענטשהייט.
ווען די זיסע טעם פון בלוט האט אנגעהויבען אויסוועפען, אין די כסא מלוכה איז שוין געווען באפעסטיגט, די עירוב איז שוין געווען כלומפרשט צעריסען, און די טרעגערס באשריגען, און די נארמאלע מענטשען וואס ווילען נוצען טעלעפאנען און גיין צו מוזיקאלישע פארברענגען זענען שוין גענצליך אונטערדריקט, האט די א. ד. פארטיי פיהרער באשלאסן אז יעצט איז די צייט אויסצודרייען די טאנקען קעגען די מיטל מזרח און אנהייבען ענג מאכען דאס לעבען פאר די מענטשהייט אויך דארט.
טייל דריקען אויס סקעפטיציזם אז די א. ג. פארטיי פיהרער האט גענומען צעהן מיליאן דאללאר, צדקה געלד וואס וואלט געקענט גיין פאר פארשידענע צוועקען, ווי למשל העלפען מענשטן חתונה מאכען די קינדער, אויפבויען א נייע ישוב מיט ביליגע דירות, גרינדען גמח'ן און ארגאנאזאציעס וואס העלפען מיט פרנסות וכו', און אנשטאט צו טוהן עפעס פראדאקטיוו מיט די געלד, האט ער אלץ אריינגעגאסען אין פרעמדע מוסדות פון א אנדערע לאנד וואס געפינט זיך איבער זעקס שעה אוועק פון אונז, ווי די ריין זילבערנע זייגער אויף די א. ג. גייסטישע פירער'ס טיש דייטעט אן.
אבער ללויט די אינערליכע מקורות פון די א. גי. פארטיי פיהרער איז א נארמאלע זאך ביי זיי אויסצוגעבען מיליאנען פאר חיצים ובליסטראות. ס'איז נישט די ערשטע מאל אין נישט די לעצטע מאל.
ב"ה אז די חיצים ובלסיטראות פאלען צוריק אויף זיי אליין, ווען צווישען זיך הרג'ענען זיי זיך ארום טאג און נאכט, און איין פארטיי פירער רייסט אראפ די צווייטע פירער, נאכדעם רייסט מען צוריק. זיי כאפען נישט אז די אלע חיצים ובליסטראות בלייבט ביי זיך אין חצר. מיר ווינטשען טאקע אן אז דארט זאל עס בלייבען ביז משיח'ס טאג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר