בלאט 1 פון 1
בית המדרש קהל קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:09 pm
דורך טשילער
זיי שרייבן, זיי טענען זיך, זיי באשרייבן; זיי קומען אריין קלאר, זיי פארשטייען זיך ביים שרייב ווינק, זיי אפדעיטן זיך אויף יעדע טעמע וואס ברענט.
אבער זיי קענען זיך נישט, א ניק איז זייער איינטיגסטע איידענטעטי, כמעט קיינמאל זיך נישט געטראפן אין ריל לייפ, יעדער אין א צווייטע לאנד, שטאט, קאנטינענט: הלא הם חברי השטיבל האהובים.
טאקע דאס איז דאך דער תכלית פון די מייסדים, די חלוצים. צו גיין מעבר השמונה בגדים, ארויסצוגיין פון שם, מקום און זמן, און אדורך ברעכען יעדן מסוה אדער פחד: דשוסט סעי איט אל!!! טאקע מורא'דיג!
אבער מי ייתן ווען מ'זאל זיך יא קענען אמאל טרעפן פנים אל פנים, און ערגעטס ווי קענען "ליווען וואט ווי פריטש". זיך צו שפירן גיט. עכט. אוטענטיש. איך ברענג קוגל, וואס ברענגסטו !?!
(העזרת נשים פתוח) #בהימ"ד קאווע שטיבל.
Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:15 pm
דורך כלבאשבוע
EKPWcPSWoAA-bZs.jpg large.jpg
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:16 pm
דורך אישתישבי
מען זאל אריין לאזן איינער מיט ווייניגער ווי פינף הונדערט הודעות?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:47 pm
דורך calculator
איינער וואס פארמאגט אפאר ניקס, מיט וועלעכע ניק זאל ער ערשיינען אין ביהמ"ד?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווילאנג מיינע קינדער לערנען אין סאטמאר קענסטו פארגעסן מיך צו זעהן דארט.
Re: בית המדרש קהל קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:13 pm
דורך גראף
גייט זיין עקסטערע ביסכיסעס פאר מענער און פרויען אדער קענסטו(ע) נעמען דער מיט וועלכע אי(ה)ר איי.די זע(י)ך? איך דארף נייטיג וויסן.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:47 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווילאנג מיינע קינדער לערנען אין סאטמאר קענסטו פארגעסן מיך צו זעהן דארט.
האסט מורא אריינלייגן די קינדער אין פאבליק סקול?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:50 pm
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:גייט זיין עקסטערע ביסכיסעס פאר מענער און פרויען אדער קענסטו(ע) נעמען דער מיט וועלכע אי(ה)ר איי.די זע(י)ך? איך דארף נייטיג וויסן.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
כ'האף אז די האסט פושט געווען דיין "נייטיגע" איבעיא באצייטענס...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:53 pm
דורך וואלווי
calculator האט געשריבן:איינער וואס פארמאגט אפאר ניקס, מיט וועלעכע ניק זאל ער ערשיינען אין ביהמ"ד?
וואס האט יתרו געטוהן אין אזא פאל...?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:55 pm
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:מען זאל אריין לאזן איינער מיט ווייניגער ווי פינף הונדערט הודעות?
בעסער געזאגט, ווי אזוי גייט אויסזעהן די ריעל לייף מאחורי...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 4:57 pm
דורך וואלווי
כלבאשבוע האט געשריבן:EKPWcPSWoAA-bZs.jpg large.jpg
כדי צו זיין א חלות פון א שטיבל מוז לכאורה זיין א דין מחיצות, און נישט פרוץ מרובה על העומד. חוץ אז מ'וועט זאגן מיגוי דהוי דופן..
Re: בית המדרש קהל קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 10:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'גייט זיין א מזרח וואנט?
און ווער איז רב/רבי/רב הצעיר/ראש הקהל/שמש??
עפעס מחלוקת אין דער זייט?
שטאטוטן?
תקנות?
ווער טאר נישט אריינקומען?
וועם גייט מען ארויס שגץ'ן?
Re: בית המדרש קהל קאווע שטיבל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:47 am
דורך גראף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ס'גייט זיין א מזרח וואנט?
און ווער איז רב/רבי/רב הצעיר/ראש הקהל/שמש??
עפעס מחלוקת אין דער זייט?
שטאטוטן?
תקנות?
ווער טאר נישט אריינקומען?
וועם גייט מען ארויס שגץ'ן?
נו דו ווייסט דאך ווער ס'האט דין קדימה און דאס איז טאקע דער מילקשעיקער רבי וואס נאך אביסל האלט מען שוין אין דער דערהויבענסטער זמן בחצרות מילקשעיק ולמעלה בקודש. דער זמן פון חנוכה וואס היי גייט דער רבי אודך פארלאזן מעון קדשו בפאר ראקעוועי און קומען שנארן אין אונזער נייער שטיבל בהנהלת טשילער.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ביהמ"ד קהל קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 7:49 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
מיין שאלה איז אויב עס גייט זיין דארט א "פאליש" ??