בלאט 1 פון 2

כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
אויפטרייסלענדע נייעס אז מ'האט געכאפט א היימישע יונגערמאן וואס האט דורכגעפירט א באנק רויבעריי אין ראקלענד. וואס גייט דא פאר??? אונז האמיר שוין מערדערס און באנק רויבערס אויך??

https://dailyvoice.com/new-jersey/pasca ... ay/779824/

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:05 pm
דורך איך אויך
יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:09 pm
דורך יעקב מענטש
איך אויך האט געשריבן:יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 4:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איינער האט געזאגט זיי זענען שולדיג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 5:53 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
נעבעך האט נישט געהאט פרנסה געמוזט אנקומען צו אזעלכע זאכן, מען קען קיינמאל נישט וויסן...
כבר היה לעולמים גנבים אין די אלטע היים עס איז דא אפאר אזעלכע סיפורים פין די סארט זאכן... ליידער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:07 pm
דורך איך אויך
איך דשאדש עם נישט וויל איך קען עם נישט און זיינע מאטיוון. אבער דאס האט גארנישט מיט מיין פוינט אז ער מוז ווערן אראפגענומען פון די גאסן פאר א שיינע פאר יאר און דאס וואס מיר קומען ארויס כסדר מיט די מאקסימום שטיצע פאר די נידריגסטע קרימינאלן און עלעמענטן טוהט נאר בעקפייערן אז קיין שום חרדישע איד קען שוין היינט נישט באקומען א פעיר טרייל אפילו פאר ווייסע קעלנער קריים.

שאל אביך ויגדך אז אמאל איז אנדערש געווען. (איך רעד פון נאכן קריג בארצות החופשיים. איה''נ אז פארן קריג איז געווען גאנצע גאסן פון אידישע פאקעטפיקערס, גנבים און זונות)

אפילו אויף דעם ארכי שווינדלער און זונות ליבהאבער שלום ווייס וועסטו טרעפן אויף אייועלט ווי איינער פראבירט דא דארט אריינצווארפן א גוט ווארט אויף א כיטרע אופן. ער ווייסט ער וועט האבען א שווער פעלד מכשיר זיין דעם דעת הקהל איינער זאל בכלל רחמנות האבען אויף עם סאו טוהט ער עס אויפן רוקען פונעם צווייטן ארכי שווינדלער און נוכל מרדכי יצחק סאמעט (כהאב שוין לאנג אין פלאן צו שרייבן עפעס לענגערס וועגן דעם נידריגן מענטש ועוד חזון למועד) און ער האפט אז צוביסלעך וועט דער עולם פארגעסן זיינע מעשים טובים און דעמאלטס וועט ער קענען אריינקעשן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:14 pm
דורך אישתישבי
יעקב מענטש האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:23 pm
דורך אונטער חכם
קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 6:28 pm
דורך איך אויך
ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:07 pm
דורך אונטער חכם
איך אויך האט געשריבן:ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:18 pm
דורך יעלה ויבא
אונטער חכם האט געשריבן:קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)
אישתישבי האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).
ער איז גע'גט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 7:39 pm
דורך מפיל קינד
איך אויך האט געשריבן:ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.

ס'איז קלאר אז מ'האט אים געגעבן אסאך מער וויפיל ס'קומט אים, נאר ווייל ער איז אנטלאפן האט מען זיך אויסגעגעבן אויף אים. אלע אנדערע אינוואלווד האבן באקומען אסאך אסאך ווייניגער.

אז מ'רעדט שוין, די לאנד וואס האט אים אהערגעליפערט האט חרטה געהאט דערויף נאכן זען די עונש וואס ער האט באקומען, לויט יענע פרעזידענט (כ'געדענק נישט וועלכע לאנד) האט ער נאר געדארפט באקומען 15 יאר. יענער פרעזידענט האט לעצטנס געבעטן טראמפ אים ארויסצולאזן.

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:57 pm
דורך כניאק
וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

ניין. ס'איז געבויעט אויף דעים אז ער האט עטליכע מאל באשווינדלט אינשורענס קאמפעניס אויף עטליכע הונדערט מיליאן דאללער. (בימים ההם). און אויך פריוואטע מענטשן. תמימות'דיגע ... "אינוועסטארס"...!

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:06 pm
דורך אונטער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ניין מען האב עם צוגעפסקנט 835 יאר פארען קישען בטעות די בעק ציצית, און די 248.5 מיליאן קנס איז פשוט געווען א טעות ווען די קאלקיולעטער האט געהאט לאו בעטערי.
אויב איז דיין מסקנא נאר געבויט אויף דעם, איז עס נארישקייטן.

ניין. ס'איז געבויעט אויף דעים אז ער האט עטליכע מאל באשווינדלט אינשורענס קאמפעניס אויף עטליכע הונדערט מיליאן דאללער. (בימים ההם). און אויך פריוואטע מענטשן. תמימות'דיגע ... "אינוועסטארס"...!
איך ווייס נישט, איך האב נאר געזעהן די וויקיפעדיע פעידזש וואס לייגט עם אראפ זייער שיין, אבער איך שטעל מיך פאר אז איינער האט ארומגעשפילט דערמיט.

ווען איך האב עס די ערשטע מאל געזעהן אויף אייוועלט האב איך ארומגעזוכט די American greed episode אויף אים אבער איך האב עס נישט געקענט טרעפן אין ערגעץ, ווייסט איינער װי מען קען עס טרעפן?

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:09 pm
דורך אונטער חכם
יעלה ויבא האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:קום אריין קלארער, מיט וואס איז שלום ווייס א ארכי שווינדלער? לויט זיין וויקיפעדיע בלאט https://en.m.wikipedia.org/wiki/Sholam_Weiss איז ער נישט געפערליך, (כאטש עס איז לכאורה ארומגעשפילט.)
אישתישבי האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יאפ באלד קומט א נאכט אין קאנטינענטעל און מאסיווע פעטישן קאמפיינען צום גאווערנער און פרעזידענט אז מען דארף רחמנות האבען אויף זיין באבע, באבעס שוועסטער, שכן, ברודער, קומיוניטי, חבר בלא בלא בלאה. (איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס פאר גראסמאן דער קאפ קיללער זאל זיך קומען איין טראפ ווייניגער די דעטה פענעלטי ווי סיי וועלכע אנדערע קאפ קיללער?)

נ.ב. דער סאספעקט איז איננאסנט אנטיל פראווען גילטי אין א קארט אופ לאו.

נניח אז ס'איז אמת (איך ווייס נישט אויב לויטן הלכות לשון הרע מעג איך אננעמען אלץ קראנט ווייל די סיסטעם האט אים געטראפן שולדיג, באט דעטס ענאדער סטארי) פארוואס זענען זיינע ווייב און קינדער שולדיג?


זיין ווייב און קינדער זענען טאקע נישט שולדיג, און זיי גייען טאקע נישט אין תפיסה. (אויב ער האט בכלל א ווייב און קינדער).
ער איז גע'גט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דו ווייסט ווער ער איז?

עס זעהט אויס ווי ער האט מענטל פראבלעמען, אז ער האט זיך איינגערעדט אז קיינער גייט אים נישט דערקענען מיט די העלמעט דארט אויפן בילד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 11:16 pm
דורך שמעון וואלף
כניאק האט געשריבן:וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 11:22 pm
דורך יין שרף
שמעון וואלף האט געשריבן:
כניאק האט געשריבן:וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

און יעצט וועט ער עוסק זיין בישיבתו של עולם..

Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 1:04 am
דורך קל וחומר
יין שרף האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
כניאק האט געשריבן:וואס איז די עולם אזוי אויפגעשוידערט? מיך זעט עס אויס פונקט אזא פרנסה קלה ונקי׳ ווי אסאך היימישע פרנסות.

א טיפיקל הלכה ולא למעשה סארט פרנסה

און יעצט וועט ער עוסק זיין בישיבתו של עולם..
ס'איז גארנישט אזוי זיכער אז ער גייט קענען זיצען נאך וואס די שחורים וועלן אים בוצע זיין.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 8:05 am
דורך אישתישבי
דו ווייסט ווער ער איז?

עס זעהט אויס ווי ער האט מענטל פראבלעמען, אז ער האט זיך איינגערעדט אז קיינער גייט אים נישט דערקענען מיט די העלמעט דארט אויפן בילד.
אונטער חכם





קען זיין ער האט מענטעל פראבלעמען, אבער פין דער ערשטע גניבה איז שוין האלט א יאר, און נא דער לעצטע האט מען אים געכאפט דורך דער קאר, נישט זיין פנים. סא געארבעט האט עס צו א געוויסע מאס.

אבער ער מוז האבן מענטעל פראבלעמען, ווייל ביי אונז גנב'ט מען נישט אזוי, ביי אונז איז דא אנגענומענע וועגן וויאזוי מען גנב'ט, פאר קליין געלט נעמט מען פ.ס. און דער אכטער און סס"א ועוד, פאר גרויס געלט מאכט מען מארטגעדזשעס מיט פאלשער פאפירן, און אזעלכע סארט ווייסע קאללאר אופנים. גנב'נען דורך סטראשענען מיט א באמבע איז נישט אונזער דרך, מוז ער זיין פשוט משוגע.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:47 am
דורך נקודת-אמת
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?

אינטערסאנט אויב 'אדאפט א כולל' פראגראם, האט זיי שוין מצליח געוועהן צו טרעפן די פאסיגע כולל אין אר"י וועמען זיי וועלן שטיצן ברוח וגשם...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 11:13 am
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?


זיי גרייטען זיך שוין, פאר ער קומט גייען זיי צוקייטלען אלע בענק, אויס מורא ער וועט גנב'נען דער באנק ווי זיין געוואוינהייט.

מייקל קאהן איז דער חזן, ער זינגט דער בעסטע, ער האט אפילו באזינגען דער פרעזידענט.

און דער אנדערע דארט פראבירט נאך אלץ צו געבן שוחד פאר קאהן זאל אים מאכען נאנט מיט דער פרעזידענט.