בלאט 1 פון 8

כח היחיד!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:50 am
דורך בן ישי
א נייע קאמפיין אויפצוקלערן די עולם וועגן די טייערע חתונה הוצאות און וויאזוי דער יחיד קען אויפטוהן איז לעצטע וואך געגרינדעט געווארן דורך צוויי "יחידים" די מייסטער פאטאגרפיסט און גראפיקער ר' יוסף גאלדבערגער והשני בדומה לו דער גראפיקער שמואל דוד שווארץ.

זיי האבן צוזאמען געברענגט א גרופע גראפיקער וואס יעדער וועט פרובירן אויף זיין אייגעארטיגע וועג אויפוועקן דעם עולם און ווייזן וויאזוי דער יחיד קען אליינס אויפטוהן.

זיי האבן געעפענט וואטסעפפ גרופעס ווי מ'קען מיטהאלטן ווען ס'קומט ארויס נייע סחורה.

דא האט איר א לינק צו גרופע נומבער 5 וואס איז נאכנישט פוהל

https://chat.whatsapp.com/GtxwMl3SD365ifMEVVv6NB

טעלעגראם
https://t.me/simchasonyourbudget

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:54 am
דורך בן ישי
אביסל פון די קאמפיין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:57 am
דורך בן ישי
נאך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:05 am
דורך בן ישי
נאך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:06 am
דורך בן ישי
א ווארט אויפן פרשה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:09 am
דורך בן ישי
ליידער אזוי אמת

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:46 am
דורך קורקלענד
די כח היחיד קאמפיין האט ברוך השם א שטארקע אפעקט אויף די היימישע אמעריקאנער אידענטום. די אייגנארטיגע גראפיקס שניידן אדורך ביז די טיפענישן פונעם מח! זיי שלאגן אויף אלע פראנטן, לאגיש, עמאציאנאל, ארטיסטיש, און שפראך. שוינען נישט קיינעם, נישט קיין מחותנים, חתנים, בחורים, מיידלעך, אינגלעך. אלעס אדורך צו ברעכן די אלגעמיינע שמחה געדאנקעסגאנג.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 5:19 am
דורך בן ישי
יוסי גאלדבערגער האט געוואנען א...שטריימל!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 5:23 am
דורך בן ישי
אינטערוויו: "דער כח היחיד", מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדערמוצ״ש ויצא פ'

צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ

https://www.yiddish24.com/4/12/10356

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 11:11 am
דורך בן ישי
חנוכה געלט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:26 pm
דורך בן ישי
פרוטה פרוטה מצטרפת

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:12 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
איינער קען ביטע צוזאמענשמעלצן אלע עד'ס אויף א pdf ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:14 pm
דורך תורה ומדע
סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:42 pm
דורך בן ישי
העלפט פארשפרייטן!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:48 pm
דורך בן ישי
תורה ומדע האט געשריבן:סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.


איך גלייב אז אזא קאמפיין קען זיכער און וועט בעזהשי"ת אויפטוהן!

עס איז א קאמפיין צו אויפוועקן די עולם אליינס צונעמען די זאך און די הענט אריין און אליינס באשליסן וועלכע זאכן זענען נישט אזוי וויכטיג ביי עם אז ער זאל דארפן אזויפיל אויסגעבן דערפאר און ער דארף זיך נישט שעמען דערמיט ווייל ער איז א חלק פון א מאוומענט.

אוודאי גייט דאס לכאורה נישט ברענגן א סוף צו די צודרייטע געלטער ספענדעריי אבער עס וועט זיכער אסאך אויפטוהן און דעם ענין.

שאץ נישט אינטער די כח פון מארקעטינג!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:58 pm
דורך הדסים
תורה ומדע האט געשריבן:א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.

נישט קיין גוטע לעזונג לדעתי, א גוטע לעזונג איז סטאפ איט, מען מעג נישט ספענדן געלט וואס מען האט נישט.

ווען איינער זאגט אז די קינדער זאל עס באצאלן הער איך דאס: דער מחותן האט נישט קיין געלט, ער האט אויך נישט די שטארקייט צו טון וואס איז ריכטיג, סאו ער וועט ספענדן די געלט אז עס זאל הייסן ער איז "נארמאל", און זאלן די קינדער עס באצאלן.

ווען די קינדער וואלטן אליין חתונה געהאט, וואלטסטו געווען גערעכט. אבער אויב איז ער נאכנישט גענוג גרויס זיך צו טרעפן א שידוך, און אלע אנדערע דעסישענס ביז דארט, איז ער אויך נישט גענוג גרויס צו נעמען חובות אויף זיך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 2:59 pm
דורך תורה ומדע
עס מוז זיין א ריעליסטישער אלטערנאטיוו כדי אז סזאל קלעבן ביים ציבור.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:06 pm
דורך קורקלענד
בעת ווען ס'איז דא אזעלכע פעסימיסטן וואס מאכן אוועק אלעס וואס סיי ווער טוהט זענען אבער דא אזעלכע וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג און טוהן צו דער זאך!

מ'קען לאכן וויפיל מ'וויל אבער אזעלכע קאמפיינען קלינגען אפ זייער שטארק און האבן זייער א שטארקע אפעקט אויף למעשה.

נאר אדאנק יואל ראטה האבן מיר א חיים עקשטיין. און די איצטיגע קאמפיין איז נאר אדאנק חיים עקשטיין. און ווער ס'רעדט זיך איין אז דער קאמפיין גייט נישט האבן קיין 'שום' אפעקט איז פשוט נישט אין טאטש מיטן אקטועלער רעאליטעט!

לאנג לעבן זאל די רעוואלוציע!!!!!!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:11 pm
דורך תורה ומדע
הלואי!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:24 pm
דורך פערינא
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 9:51 am
דורך בן ישי
די קאמפיין שלאגט ווארצלען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:28 am
דורך לך לך
שיינע עדס
ווער מאכט עס? גאלדבערגער ?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 12:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כח היחיד, האומנם?

https://youtu.be/MEhSk71gUCQ