בלאט 1 פון 2

קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:04 am
דורך [NAMELESS]
מפואר זשאדעיאיקא האט ארויסגעגעבן א נייע טוי און די עדה החרדית איז ארויסגעקומען מיט א איסור. ווייל ס'האט א טאטש סקרין..... (ווער געדענק נאך די איסור אויף די קאלערדיגע סקרינס....)

לייביש ליש איז מסביר אין א לאנגע בריוו

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:22 am
דורך ליב צו וויסן
ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:39 am
דורך calculator
געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:38 pm
דורך נולד מאוחר
Always follow the money.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער וואס האט די מאה דער האט די דעה, ואין דעה אלא דעת תורה.

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:08 pm
דורך אונטער חכם
מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:32 pm
דורך calculator
אונטער חכם האט געשריבן:מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.



טאקע ווייל די ביזט אן @אינטער חכם האסטו אזוי פארשטאנען, וואלסטו געווען א "חכם" וואלסטו נישט אזוי פארשטאנען.

https://twitter.com/hasidic_1/status/1206396053047717889

קענסט מיר זאגן וואס עס איז ראנג? נישט דוקא תורה'דיג,נאר אפילו ראנג פאר די הצלחה פון די סיסטעם?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:35 pm
דורך נולד מאוחר
איך בין קיינמאל נישט געווען אין סקיווירא, סאטמער, באבוב, וויזניץ רביס קאר, איך גלייב אז נייע טייערע קראס קימען אלע מיט טאטש סקרינס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:57 pm
דורך הוגה
איך האב אויך פאראויסגעזאגט אן איסור אויף דעם. איך קען נישט פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט. (נישט אז איך בארעכטיג עס.) איך וואלט קיינמאל נישט אינוועסטעד אין דעם. איי, פארוואס האט מאטקע בלוי געגעבן א הכשר? פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער אסר'ט אלעס אנדערש. והבן.

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 5:58 pm
דורך אונטער חכם
calculator האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:מען דארף נישט אייביג לויפן צו קאנספיראציעס, ווען איך האב די ערשטע מאל געזעהן די עד, האב איך גלייך פארשטאנען אז עס קומט אן איסור.
די שאלה איז נאר פארוואס מפואר האט נישט געטראכט דערפון פארדעם, לכאורה ווייל ער האט געזען אז עס איז אים געלונגען מיט קידסלייד.



טאקע ווייל די ביזט אן @אינטער חכם האסטו אזוי פארשטאנען, וואלסטו געווען א "חכם" וואלסטו נישט אזוי פארשטאנען.

https://twitter.com/hasidic_1/status/1206396053047717889

קענסט מיר זאגן וואס עס איז ראנג? נישט דוקא תורה'דיג,נאר אפילו ראנג פאר די הצלחה פון די סיסטעם?
איך האב נישט געזאגט אז עס איז ראנג, אבער איך האב געוואוסט אז ביי געוויסע מענטשן איז עס ראנג.
איך האב נישט געקענט גלייבן ביי קידסלייד אז זיי זענען נישט ארויסגעקומען מיט אן איסור.

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:02 pm
דורך אונטער חכם
הוגה האט געשריבן:איך האב אויך פאראויסגעזאגט אן איסור אויף דעם. איך קען נישט פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט. (נישט אז איך בארעכטיג עס.) איך וואלט קיינמאל נישט אינוועסטעד אין דעם. איי, פארוואס האט מאטקע בלוי געגעבן א הכשר? פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער אסר'ט אלעס אנדערש. והבן.
ביי מאטקע בלוי דארף מען אויך נישט מאכן קיין קאנספיראציעס, די לעצטע פאר יאר האט ער גענומען א נייע מהלך, די סיבות קען מען שפעקולירן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:10 pm
דורך בן ישי
ווי עס זעהט אויס האט ער אויך פארשטאנען אז די רבנים קענען עס אסר'ן, ווייל פונקט דא איז ער געגאנגען בעטן אן השגחה (ליין באצאלט) און פאר תפילין בייטלעך און נוי סוכה האט ער נישט קיין הכשרים.
נאר ווי עס זעהט אויס האט ער זיך נישט גיט אויסגערעכענט און געמיינט אז באצאלן איין השגחה איז גענוג...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:43 pm
דורך חיים יואל
די מתנגדים פונם קיד-טשאטשקע טענה׳ן, אז א שטוב וואס שטייט ווייט פון אלע כלים, אפילו א קאמפיוטער אהן אינטערנעט, זאל נישט קויפן דעם קיד-טשאטשקע.
אבער איינער וואס די קינדער שפילן אויפן קאמפיוטער, פארוואס זאל מען נישט קויפן די היימישע כשרע קיד-טשאטשקע..

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 7:29 pm
דורך החוקר
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 6:32 am
דורך טראכטכמוני
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:23 pm
דורך calculator
החוקר האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...


ניין. איך האב געמיינט צוזאגן, אז זיין בעל פלוגתא האט געהאט א גלעגענהייט אים אפצוטוען, צו אויפבלאזען א זאך וואס איז באמת גארנישט און מאכן דערפון אן עסק. איך גלייב נישט אז איין רב איז דורך געגאנגען דעם טוי, צו זעהן וואס מען זעהט און מען הערט דארט, פונקט ווי קיין איינס פון די רבנים וואס האבן ג'אסרט סמארטפאון'ס, האבן נישט גענומען קיין סמארטפאון און בודק געווען וואס דאס איז, נארוואס זיי הערן פון די אנדרייערס און פון די מענטשען וואס לויפן ארום צו רבנים אז עס איז געפערליך. זעלבע זאך האט זיין בר פלוגתא אויך געקענט אנדרייען אפאר פרומע משוגעים, מיט א גזירה שוה "טאוטש סקרין" - "טאוטש סקרין" און דערזאך איז ערלעדיגט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:37 pm
דורך אישתישבי
אין אמת'ן איז די זאך פיינע אדווערטייזמענט פאר דער קידאטשקע.
וויפיל אידן אין ארץ־ישׂראל רעכענען זיך מיט דער איסור פין עדה החרדית? און וויפיל דא?
יעצט ווען איך עס אפשר קויפן לכבוד חנוכה, הגם עס איז טייער, אבער עס זעהט אויס ווי א גוטע זאך.

לייביש ליש זאל מיר מוחל זיין, אבער קיינער בארעדט אים נישט אין די גאסען, און קיינער גייט נישט אהן קיין כי הוא זה וואס ער טוט און ווי ער רעדט, און צו ער איז יא א שותף צו נישט, און צו ער האט געמאכט א שרעקליכע טעות מיט פארקויפן זיינע מעשיות צו א טאטש סקרין טוי רח"ל. הער אויף מיט דיינע לאנגע דרשות וואס זענען טאקע אינטערסאנט פאר קינדער, מיר זענען טאטעס און דיינע דרשות פאר אונז זענען אינטרעסאנט,,,, ביז פינף מינוט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 4:49 pm
דורך ליב צו וויסן
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All


אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 5:00 pm
דורך בן ישי
calculator האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:געהערט אז איינער וואס האט א קונפליקט מיטן בעל ה'מפואר האט ארלעדיגט די אנדרייעניש, צוליב זיינע אייגענע אינטערסען און קונפליקט וואס ער האט מיט אים.
דאס איז א תירוץ אדער א קושיא?

זאגסטו, אז אנדערש ווי מען קען מיינען, אז די רבנים שאקלען ארויס איסורים פון ארבעל אן קיין פארוואס אדער פארווען, אנדעם וואס זיי זאלן באמת דורכטון די זאך בכובד ראש און הערן אלע פאקטן ארום.

האסטו געהערט אז עס האט א מער הסבר'דיגן סיבה. פשוט, איינער האט באצאלט רבי געלט, כפשוטו. פונקט ווי מפואר האט איינגעהאנדלט א הכשר האט ער איינגעהאנדלט אן איסור.

איך הער...


ניין. איך האב געמיינט צוזאגן, אז זיין בעל פלוגתא האט געהאט א גלעגענהייט אים אפצוטוען, צו אויפבלאזען א זאך וואס איז באמת גארנישט און מאכן דערפון אן עסק. איך גלייב נישט אז איין רב איז דורך געגאנגען דעם טוי, צו זעהן וואס מען זעהט און מען הערט דארט, פונקט ווי קיין איינס פון די רבנים וואס האבן ג'אסרט סמארטפאון'ס, האבן נישט גענומען קיין סמארטפאון און בודק געווען וואס דאס איז, נארוואס זיי הערן פון די אנדרייערס און פון די מענטשען וואס לויפן ארום צו רבנים אז עס איז געפערליך. זעלבע זאך האט זיין בר פלוגתא אויך געקענט אנדרייען אפאר פרומע משוגעים, מיט א גזירה שוה "טאוטש סקרין" - "טאוטש סקרין" און דערזאך איז ערלעדיגט.


מסתם האבן די רבנים יא בודק געווען די סמארטפאנס פארן אסר'ן און די די געטרייע זענען עס נאכאלץ בודק מדי יום ביומו.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 1:11 pm
דורך יעקב מענטש
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All


אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.

עפעס יעדע איסור אויף א שוחט אין אונגארן (וואס האט געהאט א סכסוך מיטן ראש הקהל וכו') קענסטו צייגן וויאזוי די איסור צו עסן משחיטתו איז מבורר אין שו"ע?

Re: קיד-טשאטשקע סומאטאכע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 7:43 pm
דורך אונטער חכם
יעקב מענטש האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
No to All


אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.

עפעס יעדע איסור אויף א שוחט אין אונגארן (וואס האט געהאט א סכסוך מיטן ראש הקהל וכו') קענסטו צייגן וויאזוי די איסור צו עסן משחיטתו איז מבורר אין שו"ע?
דו ביזט מוציא לעז אויף תלמידי חת''ס.

און ממילא איז פשוט וברור אז עס איז אסור צו ליינען דיינע געשרייבעכץ.


(ויל''ע אויב עס איז שייך אין איסור מהרס ומחריב, חל על איסור ק''ש, ואכמ''ל)בילד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 7:33 am
דורך אישתישבי
סתם פארדרייען? שעם דיר.

מיין טאכטער וויל נישט גיין איןַ מיין קאר ווייל עס האט א טאטש סקרין, מיין זוהן וויל נישט נוצען מיין פליפ פאן ווען עס האט א טאטש סקרין. מיין ווייב וויל נישט וואשען די וועש ווייל עס האט א טאטש סקרין, און איך וויל נישט צאלן שכר לימוד ווייל די טשארדש מאשין האט א טאטש סקרין.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2019 7:27 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: דו דערמאנסט מיך א מעשה. ס'איז אמאל געקומען א אידענע צו א דיין מיט א שאלה אויף א לעבער. דער דיין האט גענומען א שטיקל לעבער און געקאסט. ווייל אזוי ארום וועט ער קענען פסק'נען אויב ס'איז נבלע געווארן דער טעם האיסור אין די לעבער. נאר פון דעם איינעם, קליינעם שטיקל האט ער נאכנישט געקענט פסק'נען. האט ער גענומען נאך א שטיקל. און נאך א שטיקל. ביז ער האט אויפגעגעסן די גאנצע לעבער...! נא, וואס פסק'ט דער דיין ...? מעג מען עסן די לעבער אדער נישט...? האט דער דיין געענטפערט...אויב ס'איז נישט דא קיין לעבער איז דאך נישטא קיין שאלה...!