בלאט 1 פון 2
מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ווערן
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
לעצטנס ווי עס ווייסט יעדער טוט זיך מיט קול קורא'ס על ימין ועל שמאל, אין לך יום שאין קלקורא'תו מרובה מחברתה, און ווער ווייסט דען ווער עס שטייט אונטער די אלע קול קורא'ס, און עס איז א צייט ווען מען מוז אכטונג געבן ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער.
לעצטנס איז ארויסגעקומען קול קורא'ס קעגן די פאלגענדע אויסגאבעס: עמי, משפחה, המודיע, בינה, שטערן-שפאקטיוו, בליץ (לפני החזרה) און דאס איז אויסער די אלטע איסור קעגן בלאט (בעל ברך משה) און קעגן דער איד (רבני בני יואל ורבני חסידי מהר"א).
דאס איז אויסער אלע אנדערע איסורים ווי קעגן שיקן די קינדער לערנען קיין ארץ ישראל, עלטערן פארן קיין פלארידא, רויטע פאנדיעלאס, גרינע הענטשוך, שמאלע היטן, שמעקעדיגע זייף, ווערעמיגע טרויבן און אזוי ווייטער. אבער ווער ווייסט וועלכע קול קורא איז קראנט, ומבטן מי יצאו הדברים? אפשר האט די קול קורא קעגן דער שטערן אין אמת'ן א קאנקורענץ ארויסגעגעבן? אפשר די שטורעם קעגן טרויבן איז א שטיקל פון קליינס ניסלעך צו ברענגען מער ביזנעס פאר זייערע ראזישינקעס?
דעריבער ווערט בע"ה געעפנט א נייע וועד לפיקוח קול קורא'ס ומכתבי מחאה וועלכע זאל באשטעטיגן וועלכע קול קורא איז קראנט, צולייגן די נימוקים, און געבן א שטעמפל.
דער מכון וועט בע"ה געפירט ווערן דורך ערוואקסענע בעלי בתים און ערנסטע מענטשן, און וועט האלטן אן אויג.
דער מכון וועט בע"ה האבן שטארקע כללים, און וועלכע מען קען שוין מפרסם זיין איז:
א רב מעג נאר אסר'ן איינמאל א חודש
א רב ואס האט נאך קיינמאל נישט מתיר געווען קען נישט אסר'ן
א רב וואס האט נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט קען נישט מתיר זיין
א רב וואס אסר'ט אחת לשבעים יום איז א קטלא
א רב וואס אסר'ט אן ווארענען פאר דעם און קלאר דורכגיין מיט דעם גע'אסר'טן, איז גע'אסר'ט
א רב וואס אסר'ט עפעס וואס ער ווייסט נישט וואס דאס איז, פארלירט די רעכט צו אסר'ן פאר א חודש
א רב וואס שרייבט צו אפט "שמעתי ותרגז בטני" מוז אויסטשעקן זיין סטאמעק, צו ער האט נישט חלילה שטיינער אין די נירן אדער וואסער אין די לונגען
ועוד ועוד, אדרבה זאלן די חכמי הקאווע שטיבל צולייגן נאך, וישמע אויבער חכם ויוסיף לעקעך מיט בראנפן
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 6:15 pm
דורך געפילטע פיש
קופערניקוס האט געשריבן:לעצטנס ווי עס ווייסט יעדער טוט זיך מיט קול קורא'ס על ימין ועל שמאל, אין לך יום שאין קלקורא'תו מרובה מחברתה, און ווער ווייסט דען ווער עס שטייט אונטער די אלע קול קורא'ס, און עס איז א צייט ווען מען מוז אכטונג געבן ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער.
לעצטנס איז ארויסגעקומען קול קורא'ס קעגן די פאלגענדע אויסגאבעס: עמי, משפחה, המודיע, בינה, שטערן-שפאקטיוו, בליץ (לפני החזרה) און דאס איז אויסער די אלטע איסור קעגן בלאט (בעל ברך משה) און קעגן דער איד (רבני בני יואל ורבני חסידי מהר"א).
דאס איז אויסער אלע אנדערע איסורים ווי קעגן שיקן די קינדער לערנען קיין ארץ ישראל, עלטערן פארן קיין פלארידא, רויטע פאנדיעלאס, גרינע הענטשוך, שמאלע היטן, שמעקעדיגע זייף, ווערעמיגע טרויבן און אזוי ווייטער. אבער ווער ווייסט וועלכע קול קורא איז קראנט, ומבטן מי יצאו הדברים?
האסט פארגעסען פון סטראבאראטען, מאראנצען, מעהל, אריזאנא ווייץ ימ"ש, אומגעשיילטע טאמאטן, טעקסט מעסעזעס, פעקס מאשינען, טעלעגראמען, בלעקבעריס, בלובעריס, עפל פראדוקטען, אומגעשיילטע עפל פראדוקטען, אומגעפילטערטע אינטערנעץ שלא אצורך פרנסה, אומגעפילטערטע וואסער שלא לצורך שתיה וכהנה וכהנה רבות.
קופערניקוס האט געשריבן:די מכון וועט בע"ה געפירט ווערן דורך ערוואקסענע בעלי בתים און ערנסטע מענטשן, און וועט האלטן אן אויג.
דעת בעל הבית איז דאך היפך דעת תורה, ווי קען מען זיי טראסטען?
קופערניקוס האט געשריבן:א רב ואס האט נאך קיינמאל נישט מתיר געווען קען נישט אסרן
א רב וואס האט נאך קיינמאל נישט גע'אסרט קען נישט מתיר זיין
און וויזוי ציעט מען זיך ארויס פון אזא קאנאנדראם?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: זונטאג מערץ 11, 2012 6:49 pm
דורך יידל
א קאמפעני/פראדוקט/ פארשוין/געפיראכטס/ קאמפיין/ אויסגאבע וואס איז נאך נישט גע'אסרט געווארן קען מען נישט מתיר זיין.
א קאמפעני/פראדוקט/ פארשוין/געפיראכטס/ קאמפיין/ אויסגאבע וואס מען האט נאך נישט מתיר געווען קען נישט גע'אסר'ט ווערן.
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
ערשט יעצט געזעהן די אשכול. נורא נוראות קופערניקעס!!!!
הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו דעם!!
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 5:14 pm
דורך רואיק
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 8:27 pm
דורך הדד בן בדד
קופערניקוס, ריזיג, אייזן, מעכטיג, איך האב נישט קיין ווערטער, נו, געגאנגען, ווער וויל זיין פון דער וועד?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 8:50 pm
דורך ידען
קופערניקעס
שרייבסט דאך אזוי גוט און צו דע זאך.
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:55 pm
דורך ידען
חיים נחום
קיינער טרייבט נישט קיין שפאס פון ערליכע רבנים. מען רעדט דאך פון אזאנע איסורים חמורים וואס האבן קיין הענט און קיין ציין.
האסט שוין אמאל געהערט פון די גמ׳ אז אלע צרות קומען פון שלעכטע מנהיגים?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:סתם ליצנות. הדא הוא דכתיב ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות.
אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז רבנים מאכן טעותים, דארפן מיר אין אכט נעמען אז רבנים האלטן פאקטיש צוזאם כלל ישראל. נעם אזא פראבלעם ווי אינטערנעט; עס איז קלאר אז עפעס מוז שוין געטון ווערן צו ראטעווען די צוקונפטיגע אידישע דורות.
די לייגסט דא אראפ הנחות כאילו סאיז קלאר, כולי עלמא מודי, עפעס מוז
שוין געטוהן ווערן. מהכי תיתי?
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:ווער טוט דערוועגן? קאפערניקוס? ידען? הדד בן בדד? געפילטע פיש? רואיק? ראשעקאל? ניין!
אוודאי טו איך! מ'הייבט אן ביי די אייגענע קונדער, מ'איז מחנך די קינדער על דרך התורה, תורת אמת, נישט דעי נייע רעליגיע וואס ענדעלט אביסל אין יודישקייט, ווען ס'קומט גוט אויס פאר די רע-בנים...
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:ווער ארגאניזירט די מעכטיגע עצרת וואס וועט בע"ה פארקומען דעם סיוון מיט דער באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער אידן און מחזק זיין די מלחמה מיט טעכנאלאגיע? אוודאי די רבנים! דעריבער דארף מען זייער נזהר זיין נישט חלילה פוגם זיין בכבודם.
מלחמה מיט טעכנאלאגיע? די יודישקייט וואס איך קען האט נישט קיין שום מלחמה מיט טעכנעלאגיע, אדרבה! אז מ'קען נוצן טעכנעלאגיע צו פארשפרייטן תורה און יודישקייט, כן ירבה וכן יפרוץ.
ווען די פרינטינג פרעסס איז ארויסגעקומען זענען יודן נישט געווען פון די ערשטע צו דריקן ספרים? איי מ'קען דאך פרינטן ספרי כפירה ומינות, ספרי חשק ותרבות רעה? מיטן טעלעפאון האמיר געמאכט א קול הלשון, פון באסעס האמיר געמאכט בתי מדרשים, פון טעיפס, ובלכתך בדרך, וכהנה רבות.
אויב שוין אסרן האלט איך מ'זאל אסרן שיך, די ווייסט אין וואס פארא שלעכטע פלעצער מ'קען אלס אנקומען מיט שיך?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:24 pm
דורך גדעון
גרינג פאר מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט פארשלייערט אינטער פאלשע נעמען צו גיסן פעך און שוועבל אויף יעדן עהרליכן רב וואס זאגט זיין דעת תורה, ווי זענען די אלע גיבורים אין ריעל לייוו?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:49 pm
דורך שרגא
גדעון האט געשריבן:גרינג פאר מענטשן וואס זיצן אויפן אינטערנעט פארשלייערט אינטער פאלשע נעמען צו גיסן פעך און שוועבל אויף יעדן עהרליכן רב וואס זאגט זיין דעת תורה, ווי זענען די אלע גיבורים אין ריעל לייוו?
איך פארשטיי דיין ווייטאג און איך בין מיט דיר. אבער פארשטיי אויך אז די וואס זיצן אויפ'ן אינטערנעט זענען אינדיווידועלן וואס קיינער האט זיי נישט געשטעלט צו פירן דעם דור, קענסטו דאך קיין גרויסע טענות נישט האבן. אבער אויף די רבנים וואס דאס איז זייער תפקיד, און מען זעט וואס זיי טוען און לאזן זיך פון די עקבתא דמשיחא קארופציע, איז א גרעסערע ווייטאג. אויף וועם דען קענען מיך זיך דען פארלאזן?
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 11:51 pm
דורך ידען
אסאך מענטשן זאגן זייער מיינונג אן קיין מורא.
איך ווייס נישט ווי דו דרייסט זיך...
דאך זענען די רבנים די ארויפגעצווינגענע באלעבאטים אויף אונז און מאכן אפ ווער עס קען אנגענומען ווערן אין די בתי חינוך און דאס איז זייער כח און דאדורך זענען זיי די וואס אונטערדרוקן דעם עולם מיט פוסטע זינלאזע איסורים וואס זייער ווייניג מענטשן פאלגן אויס.
Re: מכון לפיקוח קול קורא ומכתבי מחאה- זאל זאפארט געגרינדעט ו
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 3:52 am
דורך אנאנים
דערמאנט מיך וואס א סטעיט סענאטאר אין ניו דזשערזי האט דערציילט. נאכדעם וואס ער איז עלעקטעד געווארן איז דער סטעיט סענאט פרעזידענט געקומען צו אים און אים געפרעגט, "זאג נאר, האסט עפעס א גוטע איידיע פאר א נייע געזעץ?"
דער סטעיט סענאטאר האט געענטפערט: יא, איך האב אן איידיע פאר א געזעץ אז פאר איין יאר זאל מען נישט טאר מאכן קיין שום נייע געזעצן.
איך מיין אז דאס וואלט מען געקענט זאגן פאר די רבנים (איך זאג נישט להבדיל ווייל די פאליטישאנס זענען זיך אויך ווערט דאס געלט) אז זיי זאלן אונטערשרייבן אן איסור אז פאר איין יאר טאר מען נישט ארויסגעבן קיין שום איסורים
און כלל ישראל וועט אטעמען אביסעלע גרינגער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:48 pm
דורך עסן עסט'זיך
יעצט טוט זיך אין ארץ ישראל א מערכה קעגן א פרוי ואס רבנים טענה'ן אז זי איז א זונה
מיט א קול קורא און מחאות כמנהג ירושליםווי איז די שכל צו מאכן א קול קורא? וואס קינד און קייט זאל ליינען?
אפשר דארף מען צוריק מייסד זיין דעם אויבנדערמאנטן מכון
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:57 pm
דורך לעמיל
נאך א מעשה פון חיים שאולזון ער קען זיך צאם שטעלען מיט נחום זיי ביידע הערען מעשות וואס קיינער הערט נישט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:59 pm
דורך עסן עסט'זיך
ער ברענגט צייטונגען און קול קויראס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:57 pm
דורך איך אויך
גראדע אידאס יא אמת (נישט די חלק צו עס איז יא געווען זנות דארט צו נישט, איך מיין די חלק אז עס גייט פאר א געראטשקע).
וויי וויי א סינגל מאמע פון 11 קינדער..גיי פארשטיי די טעם פון די אראבערס.
הערה צו קופערניקוס
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:02 am
דורך berlbalaguleh
איינס פון די תקנות וואס דער מכון ליפיקוח קול קורא ומחאה רעכנט אויס אז א רב וואס זאגט אדער שרייבט צו אפט "שמעתי ותרגז בטני" מוז זיך אויסטשעקן צו ער ליידט נישט אויף גאל אדער נירן שטיינער. לפענ"ד דארף זיך אזא רב אויסטשעקן דעם קאפ און די אויערן. אפשר ליידט ער אויף די שמועה אדער הערט גאר קולות רחמנא ליצלן

.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:08 am
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:קופערניקוס, ריזיג, אייזן, מעכטיג, איך האב נישט קיין ווערטער, נו, געגאנגען, ווער וויל זיין פון דער וועד?
מ'האט געשמועסט נאר ערנסטע, דערוואקסענע בעלי בתים!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:16 am
דורך גאלד
ס'קוקט מיר אויס אז אין התאחדות איז דא א פייל מיט די זעלבע קול קורא'ס וואס מ'האלט אין איין ראוטעט'ן, דשאסט טו קיפ דעם ביזי,
יעדע וואך קומט די רייע אפצישטויבן א פרישע קול קורא,
עפעס יעדע האלבע יאר זענען אויסגעשמירט די גאסן מיט ריזיגע פלאקאטן קעגן "שמאלע געפאסטע קליידער",
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 11:24 am
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:ס'קוקט מיר אויס אז אין התאחדות איז דא א פייל מיט די זעלבע קול קורא'ס וואס מ'האלט אין איין ראוטעט'ן, דשאסט טו קיפ דעם ביזי,
יעדע וואך קומט די רייע אפצישטויבן א פרישע קול קורא,
עפעס יעדע האלבע יאר זענען אויסגעשמירט די גאסן מיט ריזיגע פלאקאטן קעגן "שמאלע געפאסטע קליידער",
ווער הייסט זיי קוקן ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:31 pm
דורך אפטעמיסט
קופערניקוס האט געשריבן:א רב וואס האט נאך קיינמאל נישט מתיר געווען קען נישט אסר'ן
א רב וואס האט נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט קען נישט מתיר זיין
אין אנדערע ווערטער, די נייע דור רבנים וועט נישט קענען אסר׳ן אדער מתיר זיין בחייהם, ממה נפשך.
זאלן זיי ווייטער אסר'ן אלע מיני נארישקייטן!!!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 6:00 pm
דורך smart man
די רבנים זענען על פי רוב דיסקאנקטעד פון די מציאות. ממילא מען קען זיי סייווי נישט קאנטראלן.
די אלע קול קורא'ס זענען נאר פאר פי אר. זיי האבן נישט קיין השפעה נאר אויף די תמימים. ממילא גיי ווייטער.
יעדער רעכט דענקיגער מענטש וואס איז איבערק די 25-30 יאהרן פארשטייט אז 90% קול קורא'ס זענען שטותים אין מאטאווירט דורך איינער וואס האט אן אגענדע.
למשל די איסורים קעגן די אלע אזויגערופענע טריפהנע ליין מאטיריאל, איז אהנגעפירט דורך משפחת בעל 'המעלות'. זיי טוען דאס צו ברענגן קליענטן פאר די מעלות.
די זעלבע איז מיט די קברים אלעס איז בייעס. זיל ובדוק.
ממילא קיינער קימערט זיך נישט מיט די קול קורא'ס חוץ פון א פאהר נערנים. ודו"ק כי קצרתי