בלאט 1 פון 2
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 10:38 pm
דורך גראף
קומט אריין באריכטן אז פינף צו מער אידן זענען געשטאכען געווארן דורך עטליכע פארשוינען אינדרויסען פון ר' ראטטענבערג'ס שול אויף פארשעי גאס.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:30 am
דורך ליב צו וויסן
Visible אידן דארפן זיך לערנען סעלף דעפענס, און נישט קיין נ"מ אויף וועלכע זייט פון די גאן דעבאטע דארפן אידן טראגן גאנס אזוי לאנג ווי די נאן סענס סטאפט זיך נישט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:43 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
הלכה מפורשת אין שו"ע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:50 am
דורך ביבער
אמת אידן זאלן זיך לערנען סעלף דעפענס און טראגן גאנס אבער איך בין ווייניג מקנא די נעקסטע חסידות ווי א ברודער קריג וועט אויסברעכן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:59 am
דורך ליב צו וויסן
אפשר אזוי וועלן די נערישע קריגערייען ווייניגער אויסברעכן... די סיבה פארוואס צווישן אונז הייבט מען אזויפיל הענט איז וויבאלד עס איז נישטא קיין שום קאנסעקווענצען.. און ווי נאר דו ביסט ארום גענומען מיט פיינטליכע בחורים ביסטו free for all..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:44 am
דורך קאצקע ציקער
ברעיקינג!!!!
הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.
היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:45 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ביבער האט געשריבן:אמת אידן זאלן זיך לערנען סעלף דעפענס און טראגן גאנס אבער איך בין ווייניג מקנא די נעקסטע חסידות ווי א ברודער קריג וועט אויסברעכן
נעה מ'וועט נאך אלץ דינגען שווארצע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:53 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:אמת אידן זאלן זיך לערנען סעלף דעפענס און טראגן גאנס אבער איך בין ווייניג מקנא די נעקסטע חסידות ווי א ברודער קריג וועט אויסברעכן
נעה מ'וועט נאך אלץ דינגען שווארצע
ראדני ש"ת יוכיח..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 8:37 am
דורך אישתישבי
קראדי? חס ושלום!!
מען וועט אויסגעפינען אז מען געווינט נישט דארך עסען צען ברויט א טאג!! היו לא תהיה. אזוי לאנג ווי מיין בארד איז דא, וועט מען אין כלל ישראל נישט אריין ברענגען די נארישע גויעשע שיטות.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 10:10 am
דורך ליב צו וויסן
ביטע אפדעיט אונז ווען דיין בארד גייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 10:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
1. עס דרייען זיך שוין ווידער שמועות אז דא רעדט זיך פון א היימישע מעשה, עפעס מיט א מסירה, און מיסטעיקען אידענטיטעט. איינער מיט די זעלבע נאמען ווי דער נמסר. א וויזניצער חסיד. יש דברים בגיו? יעצט האט מען דאך די שטעכער, וועט ער אפשר קענען צייגן א פינגער אויף די וואס האבען אים געשיקט.
2. איך זעי אז די ראשי הציונים (עפ"ל עהיפ"ו) האבען געשיקט זייער פארדאמונג אויף די שטעכעריי. מ'זעט דא די שייכות וואס פארשעי'ער רבי האט מיט זיי. נישט אומזיסט איז ער געווען דער אנפיהרער פון די דרינגענדע אסיפה קעגן הרב שטיינמן אין מאנסי. ער האט געוואוסט אז נאר הרב שטיינמן שלאגט זיך מיט גיוס אויפ'ן אמת, און ער האט געוואלט שטערן, און העלפן זיין חברים
בני גאנץ,
ביבי נתניהו, און
ראובן ריבלין.
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע, און דאס וואלט סיי ווי נישט געווארען. אז דו ווילסט מ'זאל זיך אויסלערנען סעלף דעפענס, איז עס אויך נישט צו דער זאך. אין די פאל האט מען געווארפען טישען מיט בענק, און עס איז געווען א יחיד ביד רבים. און ער איז נאכאלס אנטלאפען. וואס וואלט געווען אנדערש אז יעדער איד האט אפאר מאסקלס אויף זיך? יא, א גרויסע מומחה, נעיווי סיעלס, קענען זיך קעגן שטעלן א מענטש מיט א מאשעטי. אבער דאס איז ווייל ער האט אינוועסטירט זיין לעבן דערין. עס איז נישט מעגליך אויסצולערנען די ציבור אזעלכע פאכען, דער עולם מוז דאך ארבעטן וכו' אויך. פונקט ווי פייער לעשן קען נישט זיין די פליכט פון יעדער מענטש, מ'דארף די ציבור זאל עס טון, אזוי אויך ביי סעקיוריטי. עס איז אן אמעריקאנער טפשות צו טראכטן אז סעקיוריטי דארף זיין די פליכט פון יעדער יחיד.
4. אויב איינער האט א מינוט ביי מינוט באריכט, וואלט געווען אינטרעסאנט. וואס האט דער רבי זעלבסט געטון בשעת מעשה? ווילאנג האט עס גענומען? ווען איז ער צוריק געגאנגען צו די מלוה מלכה סעודה? עס איז מיר אינטרעסאנט צו פארשטיין די מענטשליכע נאטור. א רבי וואס איז א פיהרער פון מענטשן, וואלט האפעדיגע געהאט אן אנדערע רעאגירונג ווי סתם א מענטש. זייער קעפ דארף ארבעטן אנדערש ווי אונז אלע.
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:02 am
דורך טראכטכמוני
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:14 am
דורך chosen people
1. וועגן די נמסר אויפגעטוישט די נאמען מאכט נישט קיין סענס. דהיינו די נמסור יוסל ניימאן די וויזניצע דרייט זיך נישט אין פארשעי. די מסור אלי' כ''ץ דרייט זיך אין פארשעי.
דאס יא אז ער האט געפארקט די קאר אביסל ארויפציער, און געגאנגען צו פיס ביז די רבי'ס הויז נישט אפילו אין בית המדרש, און נישט געגאנגען צו 18 פארשעי אדער אן אנדערע אידישע לאקאל אינמיטן מאנסי. זעהט עס אויס אביסל חשדות אז עס האט געהאט א ציהל..
פארשעי האט אסאך שונאים לאו דווקא מיט די מסירה.
לאמיר האבן אביסל געדולד, האפענטליך וועט מען זאגן דא די אמת..
3. קיינער זאגט נישט אז יעדער זאל האבן געווער, נאר אחד במשפּחה או שני בביהמ''ד.. אזוי ווי אינז האבן הצלה וכדומה זאל זיך ארום דרייען צווישן אינז חברה וואס קענען די מלאכה אויב עפעס מאכט זיך, און זיי זאלן זיין געהעריג געטרעינט.
4. לויט ווי אזוי איך האב געהערט איז די רבי געווען אין זיין צימער דהיינו מען האט געהאלטן נאכ'ן צינדען און שטוב פאר די מלוה מלכה און שוהל און די עולם האט געהאלטן אינמיטן אריבערגיין פון הויז צום שוהל די רבי איז געווען אין זיין צימער. ער האט געפירט א שעה שפעטער א געהעריגע מלוה מלכה..
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:22 am
דורך גראף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
4. אויב איינער האט א מינוט ביי מינוט באריכט, וואלט געווען אינטרעסאנט. וואס האט דער רבי זעלבסט געטון בשעת מעשה? ווילאנג האט עס גענומען? ווען איז ער צוריק געגאנגען צו די מלוה מלכה סעודה? עס איז מיר אינטרעסאנט צו פארשטיין די מענטשליכע נאטור. א רבי וואס איז א פיהרער פון מענטשן, וואלט האפעדיגע געהאט אן אנדערע רעאגירונג ווי סתם א מענטש. זייער קעפ דארף ארבעטן אנדערש ווי אונז אלע.
נעכטן ביי מ''מ.
http://cloud.tapatalk.com/s/5e08d34d9233b/VID-20191229-WA0004.mp4Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:31 am
דורך קורקלענד
טראכטכמוני האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:44 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע, און דאס וואלט סיי ווי נישט געווארען. אז דו ווילסט מ'זאל זיך אויסלערנען סעלף דעפענס, איז עס אויך נישט צו דער זאך. אין די פאל האט מען געווארפען טישען מיט בענק, און עס איז געווען א יחיד ביד רבים. און ער איז נאכאלס אנטלאפען. וואס וואלט געווען אנדערש אז יעדער איד האט אפאר מאסקלס אויף זיך? יא, א גרויסע מומחה, נעיווי סיעלס, קענען זיך קעגן שטעלן א מענטש מיט א מאשעטי. אבער דאס איז ווייל ער האט אינוועסטירט זיין לעבן דערין. עס איז נישט מעגליך אויסצולערנען די ציבור אזעלכע פאכען, דער עולם מוז דאך ארבעטן וכו' אויך. פונקט ווי פייער לעשן קען נישט זיין די פליכט פון יעדער מענטש, מ'דארף די ציבור זאל עס טון, אזוי אויך ביי סעקיוריטי. עס איז אן אמעריקאנער טפשות צו טראכטן אז סעקיוריטי דארף זיין די פליכט פון יעדער יחיד.
די אלגעמיינע פאליציי דרייט זיך נישט ביי אונזערע פארזאמלונגען, עס ברויך ווערן די נארמע אז ביי יעדע פארזאמלונג איז דא וואפנס, עס וואלט געווען א גוטע און אויספירבארע זאך אז הצלה לייט זאלן אנהייבן טראגן א גאן,
בנוגע סעלף דעפענס לעססענס, אן א שיעור פון די לעצטיגע פיזישע אטאקעס אין די סיטי (אן וואפנס) וואלט פארמיטן געווארן ווען זיי ווייסן אז היימישע אידן זענען נישט קיין שוואכלינגען, די אטאקירער הייבן זיך געווענליך נישט אן מיט אזעלכע וואס קענען זיך דעפענדן/צוריקגיבן
און מען דארף נישט זיין קיין נעיווי סיעלס דערפאר, עס זענען פאראן ספעציעלע פראפעסיאנאלע קורסעס דערפאר..
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@ליטוואק
דו שרייבסט,
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע,
ביזט נישט גערעכט, קוק למשל היינט אינדערפרי אין צפון טעקסעס איז א שיסער אריין אין א קירכע און גענומען שיסן און איינער פון די מעמבערס פונעם קירכע האט געטראגן מיט זיך א געבענטשטע גאן און אראפ געשאסן דעם שיסער.
געווענליך דע וואס טראגן גאנס האבן זיך טרענירט ווי אזוי צו באניצן מיט גאנס און אויך לייכטערע מיטלן ווי אזוי זיך צו באשיצן און מ'ברויך נישט זיין קיין נעווי סיעל אדער א סאלדאט זיך צו קענען באשיצן מיט א גאן.
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:09 pm
דורך טראכטכמוני
קורקלענד האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
איך רעד פון די צייטן פון די ״מערערע שטעכערייען״ זעלבסט הנקרא ״אינטיפאדת הסכינים״ 2015-2016 וואס מערערע שטעכערס/טראקטאר-פארערס זענען געשאסן געווארן דורך עקס-צה״ל׳ניקס אדער פארבייפארענדיגע אפיצירן, נישט דורך סתם מענטשן.
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:13 pm
דורך טראכטכמוני
ליב צו וויסן האט געשריבן:בנוגע סעלף דעפענס לעססענס, אן א שיעור פון די לעצטיגע פיזישע אטאקעס אין די סיטי (אן וואפנס) וואלט פארמיטן געווארן ווען זיי ווייסן אז היימישע אידן זענען נישט קיין שוואכלינגען, די אטאקירער הייבן זיך געווענליך נישט אן מיט אזעלכע וואס קענען זיך דעפענדן/צוריקגיבן
און מען דארף נישט זיין קיין נעיווי סיעלס דערפאר, עס זענען פאראן ספעציעלע פראפעסיאנאלע קורסעס דערפאר..
לארדש סקעיל סעלף-דעפענס טרעיניג איז איבעריג צו זאגן אז ס׳איז נישט רעאליסטיש און נישט געאייגנט פאר יעדן, ווידער אז מען זאל טרעינען א גרופע וכו׳ האבן אונז דאך שוין שומרים/שמירה פאר דעם...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
קןרקלענד: איך בין נוטה מסכים צו זיין מער מיט טראכטכמוני. ווייל די מציאות ווייזט אז ביי רוב פעלער פון אן אטאקע דורך די אראבישע רוצחים זענען עס געווען געוועזענע אפיצירן אדער סתם געטרעינטע סאלדאטן פון צה"ל וועלכע האבן קאנפראנטירט די מערדערס און זיי אומשעדליך געמאכט. ווייל א ציווילער, אומגעטרעינטערט מענטש איז נאך צומאל אין א פיהל גרעסערע סכנה. ווייל דער רויבער קען איהם אוועקכאפן די געווער...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'דארף זיך היטען פון א קורצזיניגע תירוץ צו א גרויסע קשיא. אין א"י לעבט מען אונטער א שטענדיגע געפאר פון די עראבער. ברגע די איזראעליס וועלן נאכלאזען, איז עס צרות. דאהי אין אמעריקא, אפילו היינו צוטאגס נאך צווי מעשיות אשר לא יעשו, איז עס נישט אזוי. און ממילא, דאס איינפיהרען דער עולם אין א מצב פון שטענדיגע זעלבסט שוץ, אז יעדער שמויגע איז שוין א גאנצע זעלנער אין די מיליטער פון חרדיטום, איז אן ענדערונג פון אונזער גאנצע לעבנסשטייגער. איז דאס א גוטע עצה? מ'דארף כאטש שוקל זיין שכרו כנגד הפסדו. אין א"י האט מען נישט די ברירה, ביזדערווייל האט מען יא די ברירה דאהי אין אמעריקא.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:40 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארף זיך היטען פון א קורצזיניגע תירוץ צו א גרויסע קשיא. אין א"י לעבט מען אונטער א שטענדיגע געפאר פון די עראבער. ברגע די איזראעליס וועלן נאכלאזען, איז עס צרות. דאהי אין אמעריקא, אפילו היינו צוטאגס נאך צווי מעשיות אשר לא יעשו, איז עס נישט אזוי. און ממילא, דאס איינפיהרען דער עולם אין א מצב פון שטענדיגע זעלבסט שוץ, אז יעדער שמויגע איז שוין א גאנצע זעלנער אין די מיליטער פון חרדיטום, איז אן ענדערונג פון אונזער גאנצע לעבנסשטייגער. איז דאס א גוטע עצה? מ'דארף כאטש שוקל זיין שכרו כנגד הפסדו. אין א"י האט מען נישט די ברירה, ביזדערווייל האט מען יא די ברירה דאהי אין אמעריקא.
דו זאגסט גוטע נקודות בנוגע געווער, טאקע דערפאר איז גוט מיר זאלן מעודד זיין הצלה לייט וכדומה זאלן דאס האבן און כמובן אז זיי זאלן זיך טרענירן דערויף.
משא"כ וויסן וויאזוי זיך צו באשיצן פון נישט באוואפנטע אטאקעס איז וויכטיג פאר יעדן יחיד לפי אונזער מצב די לעצטע פאר יאר.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווילאנג איך זעי נישט אז מ'נעמט ביידע צדדים אריין אין פראגע, אז איך זעי נישט אז מ'פארשטייט די סבה פארוואס דאס נישט צו טון, זעי איך נישט אז מ'האט אריין געטראכט אין די שאלה. עס איז דא א סבה אויף נישא און א סבה אויף יא. דעמאלס קען מען קוקן וואס וועגט איבער די אנדערע.