סעלף דעפענס במשנת רבותינו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 1:28 am
כלל ישראל שטייט יעצט אין גאר א שווערן מצב. אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט, אידן ווערן ליידער צושלאגן, צושאסן און צושטאכן בכל מקומות מושבותיהם.
אויך אינעם זיכערן גאלדענעם אמעריקע ווערן אידן נישט אפגעשוינט. א שטעכעריי אין די פארטאגס שטונדן שוידערט אויף מאנסי, א שיסעריי אין גרינוויל האלט געשפאנט כלל ישראל פאר עטליכע שעה ביז צו איר טרויעריגע ענדע, און א שטעכעריי קומט פאר אין פארשעי אינמיטן די הייליגע חנוכה נעכט.
דאס איז אויסער צענדליגער איבערפעלער וואס פאסירן כמעט טעגליך אין היימישן בארא פארק, וויליאמסבורג, און קראון הייטס. דער מצב איז ממש שוידערליך, ווי אינמיטן אן אינטעפאדע רח"ל.
דאס ביטערע מציאות פאטשט אין פנים און כלל ישראל נעמט שוין אין באטראכט פארשידענע 'סעלף דעפענס' אפציעס. בתי מדרשים האבן באוואפנטע גארדס ביים טיר, מוסדות דינגען סעקיוריטי, יעדע פארזאמלונג ווערט אפגעהיטן דורך א שטרענגע פאליציי וואך.
אפי' פריוואטע מענטשן אינסטולירן קאמארעס ביי זייערע הייזער, קינדער האבן מורא צו גיין אין גאס אליין און עלטערן קענען זיך נישט בארואיגן. עס הערשט אן אימה ופחד אין אלע חרדישע צענטערן.
דאס איז זיכער אז ס'איז העכסט צייט זיך צו לערנען צו קענען קאפראנטירן א רוצח. מען מוז קענען אקעגן גיין דעם גוי און צייגן וואפן. מען מוז אים ווייזן אז בתי מדרשים און אידישע געשעפטן זענען נישט קיין וואפנלאזע צילן, אבער וויאזוי?
אסאך היימישע אידן האבן אנגעהויבן צו טראגן גאנס אויף זיך, געוויסע זענען מחמיר אויף רביתו תם גאנס, אנדערע באגעניגן זיך מיט קלענערע פליפ גאנס. זייער ציל איז צו קענען דערשיסן א מערדער אין פאל פון נויט. אבער אנדערע טענה'ן אז לא זו הדרך, נישט דאס האבן אונז געלערנט אבותינו ורבותינו און עס איז נישט אידישליך.
אלזא, שמעו נא רבותי דיינים מומחים צו מיין איינפאל. אנשטאט צו קויפן רעוואלווער, זיך לערנען שיסן און נעמען לייסענס, איז פארהאן אסאך א לייכטערן וועג צו קאפראנטירן א מערדער.
מיר אידן האבן דעם 'כלי', די סמארטפאון וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך גדולי ישראל צוליב דעם וואס עס הרג'ט פילע אידן טאג טעגליך. ווי רבותינו הק' האבן שוין אזויפיל מאל געליאמערט, רייסט עס אוועק טויזנטער אידן, אנשים נשים וטף, פון די שענסע און בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. עס הרג'ט אפ גאנצעטע שטיבער. איך ווייס נישט גענוי וויאזוי עס ארבעט, אבער דאס איז וואס די רבנים זאגן, עס הרג'ט אוועק מאסן מענטשן.
דעריבער דארפן זיך די רבנים וגדולי הדור צוזאמנעמען אין אזא קאמפלעצירטן זמן, און מתיר זיין לצורך שעה דעם סמארטפאון. יעדער איד וועט זיך ארומדרייען מיט אזא כלי אין טאש, און ווי נאר א רוצח וועט זיך וואגן איבערצוטרעטן דעם שוועל פון א שול, גראסערי, הויז נאכאמאל, וועט מען אים באלד קעגנלויפן מיט צענדליגער סמארטפאונס פון אלע סארטן, און ווי די רבנים זאגן, פעלט נישט אויס מער ווי איין בליק און מען איז דערנאך.
ווער ס'האט די נאמבערס פון גדולי בדור, זאל זיי ביטע איבערגעבן דעם מעכטיגן איידיע וואס וועט האפנטליך פארמיידן אסאך בלוט פארגיסונגען אין דער צוקונפט.