וואָכעדיגע געפילטע פיש און א פערזענליכע קריזיס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

וואָכעדיגע געפילטע פיש און א פערזענליכע קריזיס

שליחה דורך פיש כאפער »

נאך היינט צו טאגס ווען איך שפרייז אריין אין א פרישטאג קרעמל, ווער איך איבערראשט ווען דער היימישער אינגערמאן אונטער מיר ארדערט א געפילטע פיש.
וויפיל מאל איך זאל שוין האבן געהערט דעם זעלבן ׳געפילטע פיש פליז׳ ווער איך נאכאלץ איבערראשט.
ווער רעדט נאך אויב בעט ער צוצולייגן כֿאריין? דאן ווער איך נישט איבערראשט, איך פֿאל זאגאר אריין אין א מעדיקעל שאק. אזאנס אז אויב זאל איך ליידן א הארץ אטאקע (ל״ע) מינוטן איידער דעם אינגערמאן׳ס ארדער גייט אריין, וועל איך לכאורה זיך גלייך דערוועקן מיט א שטערקערער הארץ ווי בעפאָר.

מאכט דאס מיר אן עליטיסט? אדער גאר א בעסערע מענטש? כ׳ווייס נישט. פילייכט.
אפשר טאקע.

לעצטענס האב איך אנגעהויבן קלערן אז פילייכט זענען די ׳מיטוואך צופרי געפילטע פיש מיט כֿאריין עסערס׳ גאר די בעסערע מענטשן. איך, וואס עסט סאלאד מיט ניס ארויפגעשפריצט דערויף איז גאר פון די חוטבי עצים ושואבי מים. ווער ווייסט?

די פראגע האט מיר אנגעהויבן מורא׳דיג צו עגבערן.
איז דאס וואס א מענטש עסט א צייכן וואספארא סארט מענטש ער איז, אדער איז דאס גאר א סיבה פארוואס דער מענטש איז וואס ער איז?

אז א רוסישער פויער זאל עסן קאוויאר מיט טראפֿעל וועט ער ווערן א בעסערע מענטש? כ׳ווייס נישט. אפשר גאר יא. האט מען שוין אמאל געזען א רוסישער פויער עסן קאוויאר מיט טראפֿעל? איך האב נישט געזען. מיינט דאס אז ס׳איז נישט דא? אפשר יא? כ׳ווייס נישט.

ס׳גייט אפשר אריין אינעם זעלבן פילאזאפישער קלער ווען א בוים פאלט אראפּ אין וואלד און קיינער איז נישט דארט, מאכט עס א קול? כ׳ווייס נישט.
ווי ווייט איך ווייס, און כ׳האלט מיט פון צייט צו צייט מיט די מאנאטליכע סייענטיפישע מאגאזינען, האט מען עס נאכנישט אדרעסירט.
מיינט עס אז מ׳האט נאכנישט דעם סייענטיפישען ענטפער? כ׳ווייס נישט. אפשר מיינט עס גאר אז ס׳איז א דבר פשוט, און עס דארף נישט ווערן אדרעסירט.
וואס איז די דבר פשוט? ס׳איז א דבר פשוט אז ס׳מאכט יא א קול? אפשר גאר פארקערט?
כ׳ווייס נישט.

מיינט דאס אז ס׳איז א דבר פשוט אז א רוסישער פויער וואס עסט קאוויאר מיט טראפֿעל איז א בעסערע מענטש? אדער צו עס איז בכלל דא אזא זאך ווי א רוסישער פויער וואס עסט טראפֿעל?
כ׳ווייס נישט.

אפשר איז דאס בכלל נישט קיין הוכחה אויף א פויער וואס עסט קאוויאר מיט טראפֿעל?
כ׳ווייס נישט.

געפילטע פיש? א בעסערע מענטש?
כ׳מיין כ׳גיי מוזן זאגן.
כ׳ווייס נישט.
פארשפארט