בלאט 1 פון 20

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 7:30 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 7:34 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:03 pm
דורך חד גדיא
עטליכע רבנים וואס זענען כלומרשט אונטערגעשריבן זאגן אז זיי האבן נישט אונטערגעשריבן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:05 pm
דורך [NAMELESS]
הרב ניימאן'ס טעגליכע שיעורים

חומש רש"י והלכה יומי
daily 5-10 minute shiur on חומש רש"י with beautiful insight on the פרשה given by R Shmiel Neiman


https://t.me/dailychimushshiur

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:06 pm
דורך לבי ובשרי
איינע פון די רבנים האבן מיר יעצט באשטעטיגט אז זיין חתימה איז טאקע אמת. און דאס איז די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער שרייבט אונטער קעגן א יחיד.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:07 pm
דורך [NAMELESS]
לבי ובשרי האט געשריבן:איינע פון די רבנים האבן מיר יעצט באשטעטיגט אז זיין חתימה איז טאקע אמת. און דאס איז די ערשטע מאל אין זיין לעבן וואס ער שרייבט אונטער קעגן א יחיד.

וועלכער רב?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כאטש האבן זיי איהם פארגינט א "הר'".

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:25 pm
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאטש האבן זיי איהם פארגינט א "הר'".

אזוי האט מען אויך געשריבן אויף בעלזע רב

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:32 pm
דורך real fake news
הר' קען אויך מיינען הרשע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
יא יא וועגן דעם שרייבט מען עס

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:35 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:37 pm
דורך טראכטכמוני
.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:40 pm
דורך calculator
@חתם סופר איך האלט אינמיטען שרייבן מיין דברי מחאה זיך אנצונעמן פארן כבוד התורה פון מורי ורבי, קומסטו און די צומישט מיך. עס איז אמת אדער נישט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:46 pm
דורך [NAMELESS]
calculator האט געשריבן:@חתם סופר איך האלט אינמיטען שרייבן מיין דברי מחאה זיך אנצונעמן פארן כבוד התורה פון מורי ורבי, קומסטו און די צומישט מיך. עס איז אמת אדער נישט?

יא, ס'איז אמת. רבנים קאנפירמען אז זיי האבן אונטערגעשריבן

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 8:54 pm
דורך נעגעל וואסער
פחד פחדים.

אז זיי שרייבן ווען נאר די צווייטע חלק אז אין זיינע שיעורים איז דא פריקות עול נגד המסורה וכו', וואלט איך נאך געקענט הערן, אבער וואס פסקנט ער נגד הלכות ברורות אין שו"ע?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאר ווער ס'איז באמת נייגעריג, די קול קורא איז פונקט אזויפיל ווערד ווי די חרם אויפ'ן כת החסידים. פונקט ווי ביי יענעם חרם אזוי אויך דא איז די מעשה אז די רבנים פון די אלטע געווארדיע האבן זיך געכאפט אז ס'וואקטס אונטער א נייע דור פון רבנים וועלכע רעדן דעם שפראך פונעם נייעם דור, און די אלטע געווארדיע רבנים פילן ווי זיי ווערן אויס רעלעוואנט און פארלירן עטוואס זייער השפעה אויפ'ן ציבור, און פונקט ווי א דערטרונקענער וועלכער פילט אז זיין סוף איז נאנט נעמען זיי אויך זיך ווארפן מיט חרמות און בליסטראות אן וואוסן וואס פונקטליך זיי ווילן. אבער נישט געזארגט, פונקט ווי ביי יענעם חרם אזוי אויך דא האט שוין דער עולם זוכה געווען טועם צו זיין פונעם אור הגנוז, און פון דא און ווייטער וועט עס קיינער נישט קענען אפשטעלן, ובשם השם נעשה ונצליח!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:02 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
אמאליגע צייטען

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:20 pm
דורך טמיר
וואה. ווי שטארק מען קען פאלן אין קנאפע צוויי יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב גארנישט אין מיין לעבן געהערט פון דער רב, און נישט געליינט דער מאמענט, אבער וואס פאר א נידריגקייט איז עס צו נוצן די לעצטיגע צרות, כאילו די שולד איז גאר זיינס!? ווער איז דער כותב פון אזא צעטל?

און יעצט זעי איך דריי פון די פיר פרצופים היושבים ראשונה בליקוואוד האבען זיך אויך ווארעם אנגערופן לטובת מצוה רבה זו. ווי ער דער פערטע? ער האט עפעס מער שכל ווי די אנדערע? זיין ווייב האט אים נישט געלאזט אונטערחתמנ'ן?

אהא! ר' אליה בער האט געחתמ'ט! אה, יעצט דארף איך טאקע גלויבען אז אלס איז דורכגעטראכט. ווייל איך געדענק ווען איך בין געווען אין ישיבה ביי אים, איז אנגעקומען אן איזראעלי און אים איינגערעדט אז ער דארף געלט צו קענען טרעפן א שידוך און קויפען א דירה, און ער האט געהייסען די בחורים גיין נאך געלט פאר אים אום פורים. די בחורים האבען מסביר געווען פאר דער ראש ישיבה אז דער איזראעלי איז א פאוני באלאוני און ער דארף נישט חתונה האבען און די געלט גייט אים נישט חתונה מאכען. אבער דער ראש ישיבה ווייסט בעסער. דער בחור איז נאך היינט, צוואנציג יאר שפעטער, אין אמעריקא, און ער האט קיין דירה נישט געקויפט מיט די געלט וואס ער האט געשנאדערט, עכ"פ נישט אין א"י. חתונה האבען האט ער שוין נישט געדארפט, אבער עכ"פ האבען די בחורים געלערנט א שיעור וואס איז דער ווערט פון דער מיינונג פון ר' אליה בער.

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:34 pm
דורך אונטער חכם
עס מאכט נישט קיין סענץ די צעטל, די גאנצע צווייטע האלב איז געשריבן מיט א לשון רבים, עס זעהט אויס ווי א צאמגעשטעלטע זאך.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 9:36 pm
דורך אוהב ספרים
אונטער חכם האט געשריבן:עס מאכט נישט קיין סענץ די צעטל, די גאנצע צווייטע האלב איז געשריבן מיט א לשון רבים, עס זעהט אויס ווי א צאמגעשטעלטע זאך.


ליין איבער

זיי שרייבן אז ער האט שוין אויף געשטעלט תלמידים, און זיי רעדן אויכעט וועגען די תלמידים.