בלאט 1 פון 1
"כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:52 pm
דורך עזריאל רוטנברג
אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.
נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא
12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.
נאכדעם איז דא
החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך
האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)
נו, ווער קען צולייגן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 8:21 pm
דורך ישעיה
מלכיות של מטה....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2020 6:23 am
דורך חתן בחור
All Is Lost די גאנצע פילם איז איין מענטש.
Black Hawk DownThe Hunt for Red Octoberדעס איז פון זכרון ארויס, איך געדענק נישט ס׳זאל האבן אומאיידעלע סצענעס.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:07 pm
דורך קורקלענד
The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.
נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2020 12:17 pm
דורך הוגה
קורקלענד האט געשריבן:The great escape
האט נישט קיין נשים, ווי ווייט איך געדענק.
אין מחנה שלוה ד'באבוב פלעגט מען עס ווייזן פאר די קינדער, איידער ווידיאוס זענען גע'אסר'ט געווארן ביים דינער אין אין תשנ"א.
אגב ביז יענע דינער, ועד בכלל, איז א יעדע מאורע אין באבוב אויפגעכאפט געווארן מיט א ריזיגע ווידיאו קעמערא.
נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2020 8:56 am
דורך עזריאל רוטנברג
נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 9:10 am
דורך נחום הסופר
עזריאל רוטנברג האט געשריבן:אין די גוי'אישע וועלט איז דא דער באגריף פון movie ratings, אבער עס איז נישט גענוג דיטעילט פאר א חסידישע איד וואס וויל וויסן אויב דער מאווי קומט נאך זיינע גדרים.
נישט ארייגייענדיג אין הלכה, איז אין כשרות דא עטליכע לעוועלס. עס איז דא
12 Angry Men, וואו מען זעט בכלל נישט קיין נשים, האט גארנישט מיט בינו לבינה, און איר וועט זיך וואונדערן צו הערן, אבער עס איז דראמאטיש און ציענד, און מען קען זיך דערפון אסאך לערנען.
נאכדעם איז דא
החצר, וואס האט שוין יא נשים, אבער מיטן גאנצן צניעות, און אלע הויפט כאראקטערס זענען ערליכע אידן וואס ברעכן קיינמאל נישט די גרעניצן. אויך
האושפיזין איז דער סארט, אנגעזאפט מיט בטחון און השתפכות הלב.
(דאס איז אנדערש פון שטיסל, און זיכער פון מתיר עגונות)
נו, ווער קען צולייגן?
שטיסל האט נשים אבער פארמאגט נישט קיין שום אומאיידעלע סצענעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 7:45 am
דורך מונטסורי
כ'האב לכתחילה געוואלט דערמאנען די פאלגענדע פילמס אין [tag]אספקלריה[/tag]'ס
אשכול אבער למעשה בין איך מסופק ווי פאמיליע פריינטליך זיי זענען, אבער כשר זענען זיי זיכער לכתחלה אפילו פאר א ירא שמים מרבים וואס האט הייבט נישט אויף קיינמאל די אויגן אויף לי עוועניו, ואלו הן:
Duel from Steven Spielberg
א דראמאטישע סיפור פון א פארמעסט אויפן ראוד
Never Cry Wolf (1983)
כ'געדענק שוין נישט פונקטליך די מעשה, אבער אינטערעסאנט איז עס געווען און כשר אויך, עפעס אן איינזאמער פארשער אין אלאסקע צו וואו, קומט צום אויספיר פון קוהלת.
Re: "כשרע" מאוויס, פילמס, טעלעוויזיע סעריעס
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:52 am
דורך אונטער חכם
ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 9:17 am
דורך מונטסורי
אונטער חכם האט געשריבן:ווי קען מען זען החצר און אושפיזין?
אושפיזין קען מען דאונלאודען בחינם אין די פאלגענדע טעלעגראם טשעט (כ'בין נישט זיכער אויב עס קומט דארט מיט די ענגליש סובטייטלס, אויף עמעזאן איז עס עוועילעבעל מיט סובטייטלס):
https://t.me/joinchat/AAAAADv80K5MQnqRnA0-8Aהחצר קען מען דאונלאודן דא:
https://t.me/joinchat/AAAAAFgGE1UUpRBKAEgGbA
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 1:05 pm
דורך ישעיה
ווי קען מען טרעפן שטיסל מיט ענגלישע סובטייטלס?
(אגב, עס וואלט געפאסט פאר די חשוב'ע חלוצים דפק"ק צו מאכן יודישע סובטייטלס פאר שטיסל)
נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 1:25 pm
דורך לייבל שטילער
Netflix
ארטאדאקסישע פילמען אינעם מאָדערענעם וועלט
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:57 pm
דורך בוטן