בלאט 1 פון 3

הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:03 pm
דורך אישתישבי
און רוב זענען פאר אזעלכע סיבות, זיי זענען נאר נישט מודה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:56 pm
דורך chosen people
איך גלייב פאר יעדעם רב האט מען געזאגט אַן אנדערע שקר. די חברה ווייסן יעדע רב זיין שוואכקייט וואס דאס גייט איהם מאכן אינטערשרייבן, און מען קימט גרייט מיט א ליגענט פאר יעדע רב באזונדער, חוץ פון די פאר רבנים וואס זיי ווייסן אז מען דארף נישט בכלל זאגן קיין ליגענט ווייל יעדע חתימה איז ביי זיי א מצוה ַ

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:57 pm
דורך שבת אחים
נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:03 pm
דורך chosen people
שבת אחים האט געשריבן:נאר ער האט צוריקגעצויגן? געוועהן א שמועה אז נאך. עס איז קראנט?


ער איז ביזדערווייל די ערשטע וואס איז ארויסגעקומען מיט זיין אייגענעם כתב נישט נאר א חתימה. און אויכעט אז ער האט געשריבן וואס איז געווען ביהיינד די סיענס פארוואס ער האט גע'חתמ'ט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:09 pm
דורך real fake news
כל הכבוד פאר אים פארן ארויסקומען, און עספעשעלי פארן שרייבן די סיבה פארוואס ער האט געחתמט.
(כבין סורפרייזד אז ער האט געחתמט אויף אזא אופן כקען אים אלטס אן ערליכע יוד אן אמתע עובד השם)

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:13 pm
דורך פארווע חסיד
ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:20 pm
דורך פארווע חסיד
מדארף עס פארשפרייטען אין דער בלאט/איד

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:25 pm
דורך chosen people
פארווע חסיד האט געשריבן:ווער איז גיוועזען די אנדרייער ? דאס איז נאך פארהוילען


איך גלייב עס איז געווען אפאר, יעדע איינער פאר אן אנדערע סיבה. אבער די ערשטע מיין איך איז געווען דירענפעלד פון סקווירא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:26 pm
דורך יין שרף
פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

הגאון הרב קענטאר ציט צוריק פון ק''ק קעגן הרב ניימאן

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:31 pm
דורך טראכטכמוני
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:42 pm
דורך יין שרף
טראכטכמוני האט געשריבן:אויף דער אריגינעלער קו״ק איז נישטא זיין חתימה ווי קען מען זען די אופדעיטעד ווערסיע?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:51 pm
דורך הקטן
יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:55 pm
דורך אישתישבי
הקטן האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

ער זעט דאך אז ר' דוד האט נישט געחתמעט


וואוינט ער דאך אויף אמת לעין, זאגט ער די גאנצע אמת. איי ער קומט ארויס אלץ שוטה? מוטב אהיה שוטה וכו'

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:36 pm
דורך הדסים
יין שרף האט געשריבן:פערד איינער (במחילת כבודו הרמה), "מ'האט מיר געזאגט" אז ר' דוד גייט חתמענען, און "מ'האט מיר געזאגט" נאכדעם אז ער האט עס נישט געזאגט.. ועל דעת די "מ'האט מיר געזאגט" האט ער געחתמ'עט און אויך על דעת דעם זעלבן "מ'האט" האט ער צוריק געצויגן... אפשר רופסטו ר' דוד? אפשר ביסטו אליינס מברר? קודם א חתימה..

איך האלט נישט אז עס איז שיין צו אטאקירן אין אזא מצב, עס איז גענוג שווער צו ארויסלייגן אזא בריוו. עט ליסט לאז אים נוצן א לייטער אראפ.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 4:41 pm
דורך תורה ומדע
ממנו יראו וכן יעשו אלע נארמאלער רבנים אויפן צעטיל. הרב שור, הרב פישער, הרב היילפרין, הרב טאובער, און נאך געציילטע אנדערע. סאיז מרפסן איגרא די השחתה פון די מושלי בכיפה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:13 pm
דורך צפור בודד
כשם שאינו מקבל שכר על הדרישה כך אינו מקבל שכר על הפרישה.

דער אייבישטער זאגט ארדה נא ואראה און יעדער חדר אינגל ווייסט וואס רש"י זאגט אז מ'דארף אליין מברר זיין נאר די גדולים זיי פארלאזן זיך ווייל מ'האט אים געזאגט (איינמאל נישט מברר געווען) פון ר' דוד פיינשטיינ'ס "פסק" (נאך אמאל נישט מברר געווען און אויך גאר א מאדנע פסק) אז אלע רבנים וועלן חתמ'ענען (דריי מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד וועט אליין אויך חתמ'ענען (פיר מאל נישט מברר געווען) און איצט איז אים "נתברר" געווארן (לאמיר זאגן אז דאס איז יא א ריכטיגער בירור) אז מען האט געפרעגט ר' דוד פיינשטיין (פינף מאל נישט מברר געווען) און ר' דוד האט געענטפערט (זעקס מאל נישט מברר געווען). און געס וואט ר' דוד האט געענטפערט, "שצריך לברר הדברים".

אלה גדולך ישראל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:17 pm
דורך יעקב מענטש
איך גיב אים אסאך קרעדיט פארן זיין אזוי אפן און אמתדיג.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 6:03 pm
דורך וואלווי
אשר נשיא יחטא (ויקרא ד' כ"ב), פי' רש"י וז"ל, לשון אשרי, אשרי הדור שהנשיא שלו נותן לב להביא כפרה על שגגתו, ק"ו שמתחרט על זדונותיו, ע"כ.

ושפ"י.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אבטולמוס האט געשריבן:יעצט ווייסן מיר אז נישט נאר שרייבט א חותם אונטער מיאוס'ע לשונות קעגן א רב ות"ח מיט זיין נאמען ארויסגעשריבן אן מאכן א בירור דברים, נאר מ'שרייבט אונטער בלויז ווייל א צווייטער רב האט אונטערגעשריבן -- און אפילו דאס איז מען נישט מברר.

איך מיין אז פארדעם אליינס האט זיך שוין געלוינט די גאנצע סומאטוכע מיט די קול קורא און קאנטער קול קורא, פאר די פאר תמימים (ואני הק' בתוכם) וואס פון צייט צו צייט כאפט זיך זיי אריין א ספק אין הארץ אז אפשר דאך ווייסן די רע-בנים וואס זיי רעדן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:37 pm
דורך גליקלעך
איז דא נאך א רב וואס זאגט קלאר אז ער ציט צוריק פונעם אונטערשריפט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:53 pm
דורך שבת אחים
דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן

ג י ו ו א ל ד ! ! !

בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 15, 2020 9:57 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
שבת אחים האט געשריבן:דערווייל לדעתי האבן נאר די רבנים פארלוירן. געמאכט פון זיך א שפאט און געלעכטער. מיט א זינלאזע לעכעריגע קול קורא וואס כמעט קיינער וואס הערט אויס די שיעורים פון ר׳ שמואל ניימאן גייט אן וואס די רבנים זאגן. זייערע קול קורא׳ס קוקט באלד אויס ווי צימערמאן׳ס פראטעסטן יעדן טאג קעגן א צווייטן

ג י ו ו א ל ד ! ! !

בקיצור איך זוך א סופר א יר״ש איינער וואס גייט נישט צום כותל, בחירות, עסט נישט קיין צומות הגידן, אריזאנע ווייץ, הערט נישט קיין קול מבשר און שמואל ניימאןס שיעורים, פארט נישט קיין מיאמי ביעטש, רעדט נישט אויס בין גברא לגברא, גייט נישט מיט קיין געפלאכטענע עטרה, קנעפלעך נאר רעכטס אויף לינקס, וואוינט נישט א מייל אוועק פון סקווירער שטעטל, עסט נאר קמח חדש און שטיצט טראמפ בלינדערהייט...

האסט פארגעסן: טראגן מיטן עירוב