בלאט 1 פון 1

עס קומט גרויסע נייעס וועגן פארלוירענע מיידעל קריסטין סמארט

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2020 6:15 pm
דורך המלוכה והממשלה
24 יאהר צוריק איז א ניינצען יעריגע מיידעל קריסטין סמארט פארלוירען געווארן איין נאכט נאכן זיין ביי א בירטדעי פארטי. און זייט דעמאלטס האט מען נישט געהערט פון איר. אין 2002 איז זי דערקלערט געווארן טויט.

איינער וואס האט איר די לעצטע געזעהן פאול פלארס איז באשילדיגט געווארן אין איר טויט , אבער מ'האט אים קיינמאל נישט ארעסטירט ווייל מ'האט נישט געטראפען קיין קלאר באווייזן. אבער די משפחה האט געהאלטען אז ער האט עפעס געהאט מיט איר פארשווינדונג.

אין די לעצטע טעג האט די עף בי איי געלאזט וויסען איר משפחה אז זיי זאלען זיך גרייט מאכן פאר וויכטיגע נייעס "וואס ענק עקספעקטען נישט" , און האבן נישט געזאגט וואס. זיי האבן געזאגט אז די משפחה זאל זיך צוגרייטען א ספאוקספערסאן , און זאל זיין גרייט צו אוועקפארן א שטיק צייט נאכדעם וואס די נייעס קימט ארויס.

דאס איז זייער א אומגעווענטליכע זאך , און ברענגט צו שפעקילירען וואס ס'קען זיין די נייעס גייט זיין.

איז עס אז איינער אין די משפחה איז שילדיג ? איז עס אז זי לעבט נאך ??