במוצאי יום מנוחה....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

במוצאי יום מנוחה....

שליחה דורך זעקעל »

א גוטע וואך טייערע חברים...
סאיז שוין מוצאי, און אויכעט מיר א מנוחה,
נאך א ליידיגקע וואך שטייט מיר שוין גרייט, און ווארט צו זעהן ווי אזוי ער וועט באהאנדעלט ווערן ביי מיר... איי צו וואס דארף איך אים באהאנדלען, אפשר זאל ער מיר גאר באהאנדלען, צו וואוינט ער דעהן נישט אויפן וועלט׳ל מיט אן עטליכע טויזענט׳ער יאהרן פאר סאיז אפי׳ דיסקוסירט געווארן צו איך זאל בכלל באשאפען ווערן, א באמבע קשיא !!! נישט אזוי ? נאר וואזשע דען הא גופא תירוץ טאקע צוליב זיין לאנגען אנוועזענהייט דאהי, האט ער זיך דאך אויכעט איינגעוואוינט צו פיל פיל ארגערס,
ממילה קומט דאך אויס אז חסד ביי אים
קען גאר מיינען זייער זייער ביטער ביי מיר
אט צוליב דעם באגלייב איך טאקע מיך דאס מערסטע מיט די הארד טעסק
דעים דאזיגקען וואך צו באהאנדלען

א גוטע וואך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום עליכם הרב זעקיל שליט"א: איהר רעדט דא הויעך געשטאפלטע פילאזאפישע עניינים. וואס אונז פשוטי עם. אדער לכה"פ איך בערל בעל עגלה פארשטייען נישט. אונז (אדער לכה"פ) אני הקטן בערל בעל עגלה הייבן נישט אן צו וויסן פון וואס איהר רעדט. אפילו את"ל (אם תימצא לומר. פאר די מענטשן וואס וואוינען אין האבאקען, ניו דזש.) אז איהר האט געטרונקען אזא שיעור ווי איך היינט ביי קידושא רבה (פארוואס דען הייסט עס קידושא רבה?). נאר אפשר אז אייער נפש אליינס בכבודו ובעצמו רעדט דא. איז ילמדנו רבינו. וואס מיינט איהר דא צו זאגן. אזויפיהל נעם איך ארויס פון צווישן די שורות. אז איהר זענט א כולל יונגערמאן (אדער אפשר , ח"ו סתם א ליידיגייער. הס מלהזכיר) וועלכער זעהט א וואך אינגאנצן ליידיג פון עפעס א פראדוקטיווע אקציע. האביך א גוטע עצה פאר אייך. נעמט אייך לערנען. שעמט זיך נישט. זעצט אייך אראפ ביי א גמרא. אויב מעגליך הייבט אן פון מסכת ברכות דף ב'. מיט א פיינע ווארימע קאווע נעבן אייך אויפ'ן טיש. איהר'ט זעהן און שפירן וואס הייסט מעין עוה"ב. וויפיהל אינטרעסאנטע און נוצליכע ידיעות די גמרא ווארפט צוזאם אין די ערשטע פאר בלעטער פון די מסכתא...!

דאס איז איין מהלך. נאך אן עצה האביך פאר אייך. איהר זאלט אנהייבן טראכטן פונקט דאס זעלבע וואס די אנדערע ליידיגייערס בתוך עם בני ישראל טראכטן. ..."וויאזוי קען איך צו העלפן פאר'ן באשעפער, כביכול, פיהרן די וועלט". און איהר וועט זעהן אז ס'איז דא זייער א סאך וואס מתקן צו זיין. אנישט וועט דאס אידישקייט ח"ו צוזאמפאללן.לאמיר אנהייבן מיט די גרעסטע עוולה ביי אונז אידן. מ'שרייבט ענגלישע אינוויטעישנס. ס'הייסט ס'איז אויכעט דא ענגליש אויף די חתונה איינלאדענונגען. איך פלאן צו רופן פאר אן אסיפה כללית פון בית דין צדק פון התאחדות הרבנים. גלייך ווי די רבנים וועללן זיך צוריקקערן פון פלארידא און קאליפארניע. (קורץ פאר פורים). און ארויסגיין אין אן עצרת חירום. מיט א תענית ציבור און אויסזאגן גאנץ תהילים אויף די גזירה נוראה...! איהר וועט שוין זעהן אז איהר וועט האבן א סאך שותפים לדבר מצוה. אזוי ווי ר' הערשל קלאהר און ר' ...צימערמאן...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ערליכע אידן שרייבן שוין נישט היינט קיין ענגליש אויף די הזמנות.

אויך שרייבט מען נישט קיין ענגלישע דאטום בכלל, אפילו מיט ולמספרם.

מען ברויך נישט מאכן קיין תקנות אויף דעם.

וואס יא?

איך זעה לעצטענס א פירצה נוראה, מען שרייבט דער מחותן'סטע נאמען אינגאנצען ארויס. למשל, יענטא קאקאראץ, דאס איז שוין יא א אמת'ע פירצה אין די ענגע חומת הדת.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: ייש"כ. אמת אז ס'איז ב"ה אכשר דרא. און א גרויסער טייל פון כלל ישראל שרייבט שוין נישט קיין ענגליש און כש"כ נישט קיין גוי'אישע דאטומס. אבער ס'איז נאך דא זייער א סאך וואס מתקן (אפשר מסכן) צו זיין. ווי נעמט מען די חוצפה און די הפקרות ארויסצושרייבן די כלה'ס נאמען. מ'האט דאס קיינמאל נישט געהערט אינדערהיים. אפילו ביי די קלים וריקים...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: ייש"כ. אמת אז ס'איז ב"ה אכשר דרא. און א גרויסער טייל פון כלל ישראל שרייבט שוין נישט קיין ענגליש און כש"כ נישט קיין גוי'אישע דאטומס. אבער ס'איז נאך דא זייער א סאך וואס מתקן (אפשר מסכן) צו זיין. ווי נעמט מען די חוצפה און די הפקרות ארויסצושרייבן די כלה'ס נאמען. מ'האט דאס קיינמאל נישט געהערט אינדערהיים. אפילו ביי די קלים וריקים...!

נאכמער, מ'שרייבט "הכלה הבתולה". כ'מיין, פארוואס דארף יעדער וויסן וואס טיט זיך ביי יענעם אין די הויזן?
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך זעקעל »

לאמיך אייך פרעגן רעב שמעון וואלף'ן צו דאס אז זי טראגט הויזן פארלאנגט זיך דעהן נישט א מחאה אדירה?????
פארשפארט