בלאט 1 פון 1

מעמד שמורים לדורותם, סאטמאר וויליאמסבורג

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2020 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
היינט נאכט אין סאטמאר ראדני

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 12:19 am
דורך שמעון וואלף
נו, וואס האט מען מחדש געווען?
סמארטפאן, קול מבשר, עירוב, גיוס, בילדער מאגאזינען, קאמאן קאור האט מען שוין מסדר געווען ביי די פאריגע כינוסים. וואס איז נאך געבליבן?

מעמד שמורים לדורותם, סאטמאר וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 1:48 am
דורך זעקעל
מען האט אנגעצינדען דעים רבי׳נס שובבים תורה אויף די ניי ערדפינדענעם קיד סליידס משומר די פראבלעם איז געשעהן אז ווי נאר מאיז אנגעקומען צו ווי די רבי הייבט אן מעורר זיין זהירות ותשובה בענייני יסוד ותיקון הברית איז אלעס געקומען צו אן האסטיגען אפשטעל מיט ריזיגקע קידוש לבנה אותיות BLOCKED BY MESHIMER ווי אזוי ווערט געברענגט אין חז״ל ווערט עס טוט פאר יענעם טוט פאר זיך אליינס

עם ישראל חי וקים

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 8:03 am
דורך [NAMELESS]
עם ישראל חי וקים

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר, די הייליגע קניען, האבען געליינט אין די גע'אסרט'ע צייטונגן, אז אונזערע בלוט-פיינט די ציונים וגרוריהם האבען געפייערט א סיום הש"ס, און מאסן פלייש האט זיך צוזאם גענומען לחוגג את הפראפאגאנדא שלהם, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק בלויז מיט לערנען\ליינען א דף גמרא (וואדעווער דעט איז). מיר דארפן דאך צושטעלן ענליכע ענטערטעינמענט פאר אונזער עולם, אנישט וועלן זיי איינזען די פארפוילטקייט פון אונזער שיטה"ק, שאין בינה לשיטה ולא לקדושה גארנישט. ממילא קומט מען זיך צוזאם, און מ'רעדט זיך צוזאם, און דער עולם שלאפט איין צוזאם, און נאך איידער איין פוס האט זיך אריין געטרעט אין זאל האט מען שוין געשריבען די ארטיקלן אין די צייטונגן וועגן די סוקסעס פון די הערליכע מעמד, און די פרייליכע הערצער און געהויבענער מוט פון די משתתפים, און אזוי האט מען נאך א טויט קלאפ געגעבען פאר די ציונים וגרוריהם.

#ווען_מ'וואלט_געקענט_שרייבען_דער _אמת

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: מעמד שמורים לדורותם, סאטמאר וויליאמסבורג

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 7:11 pm
דורך נעגעל וואסער
לאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.

#ימים ידברו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:23 pm
דורך ליב צו וויסן
נעגעל וואסער האט געשריבן:לאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.

#ימים ידברו.


דאס אז אלעס גייט אן פונקט ווי ביז היינט פאלט דיר נישט ביי ? :lol:

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 2:18 pm
דורך יעקב מענטש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר, די הייליגע קניען, האבען געליינט אין די גע'אסרט'ע צייטונגן, אז אונזערע בלוט-פיינט די ציונים וגרוריהם האבען געפייערט א סיום הש"ס, און מאסן פלייש האט זיך צוזאם גענומען לחוגג את הפראפאגאנדא שלהם, וואס האט גארנישט מיט פאליטיק בלויז מיט לערנען\ליינען א דף גמרא (וואדעווער דעט איז). מיר דארפן דאך צושטעלן ענליכע ענטערטעינמענט פאר אונזער עולם, אנישט וועלן זיי איינזען די פארפוילטקייט פון אונזער שיטה"ק, שאין בינה לשיטה ולא לקדושה גארנישט. ממילא קומט מען זיך צוזאם, און מ'רעדט זיך צוזאם, און דער עולם שלאפט איין צוזאם, און נאך איידער איין פוס האט זיך אריין געטרעט אין זאל האט מען שוין געשריבען די ארטיקלן אין די צייטונגן וועגן די סוקסעס פון די הערליכע מעמד, און די פרייליכע הערצער און געהויבענער מוט פון די משתתפים, און אזוי האט מען נאך א טויט קלאפ געגעבען פאר די ציונים וגרוריהם.

#ווען_מ'וואלט_געקענט_שרייבען_דער _אמת

נאט עקזעקטלי שאר וואס דו זאגסט, אבער ווען סאטמער זוכט חיזוק מאכן זיי א עצרת אין א סטאדיום.

די אסיפה איז געווען ריין לשם שמים, קיינער לעקט דא נישט קיין כבוד, און הגם איך בין מחולק מיט די גאנצע איבערדרייעניש (איך ווייס נישט וויאזוי אזא צוגאנג קען ארבעטן), איז נכרין דברי אמת אז זיי מיינען פשוט צו האלטן דעם עולם ביי אידישקייט (עכ"פ לשיטתם)

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 4:07 pm
דורך טראכטכמוני
כ'האב נישט געוואוסט ס'איז אפישעל

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 8:30 am
דורך שמעקעדיג
די תקנה אנטקעגן די מאמע סמארטפאון איז דאך שוין עטליכע יאר אלט; וואס איז פשט אז מען איז עס נאכאמאל מחדש?

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 8:34 am
דורך שמעקעדיג
נעגעל וואסער האט געשריבן:לאמיר ווארטן און זען וואס סאטמאר קען.
אדער גייט זיין האלב פון די מוסדות ליידיג, אדער האלב פון די שטובער וועלן זיין ליידיג, די טאטעס וועלן זיצן אין קאר.

#ימים ידברו.

איך פרעדיקט - אבער כ'נעם נישט קיין אחריות דערויף... - אז די עקסטרעמיזם גייט איין טאג פלאצן, און עס וועלן זיך עפענען נייע מוסדות וואס וועלן האבן "נארמאלע" תקנות, וואס זענען אויסשליסליך נאר פאר די קינדער, נישט אזעלכע וואס טוען מאניפולירן די עלטערן אויף טריט און שריט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 10:28 am
דורך כוכב
אונז זעמער מורא'דיג אנגעוויזן אין די מוסדות. טאקע ווייל ס'איז אוועקגעשטעלט אז עלטערן צאלן זייער ווייניג שכר לימוד און רוב מנין ובנין פון הוצאות ווערט סאבסידירט דורך די רעגירונג (דארף מען ווייטער קאנעקשאנס און עסטעבלאשמענט) און גבירים (דארף מען כבוד און גרויסע כ"א כסליו'ס) איז זייער, זייער שווער אוועקצושטעלן אייגענע מוסדות אן דעם וואס עס זאל פאלן שווער צו לאסט אויף די עלטערן. אזוי ארום ווערן מיר מער און מער אנגעוויזן אויף די פאר גרויסע קארפארעישאנס און מיר ווערן אלס מער און מער קא דעפענדענט און מאכטלאז און די אידן ביים שיסל פארשטיין דאס זייער גוט און נוצן זייער מאכט וואס וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.

Re: מעמד שמורים לדורותם, סאטמאר וויליאמסבורג

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 11:22 am
דורך נעגעל וואסער
עיין באריכות בותינוק ללמדו ספר