קאמפיין "ונתעודד" לטובת הרה"ג ר' שמואל ניימאן שליט"א
נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 3:01 am
א מעכטיגע קאמפיין ווערט די טעג אונטערגענומען פאר די נייע ביהמ"ד אבני חושן בנשיאות הרה"ג רבי שמואל ניימאן שליט"א
רבי שמואל (שוין דא אשכול איבער איהם) איז א זוהן פונעם דיין הרה"ג ר אברהם ניסן שליט"א און ער האט באקומען הוראה פון גרויסע גדולים, ער האט אלע יארן גע'פסק'ט שאלות און פארגעלערנט שיעורים, א מחבר ספרים און אזוי אויך געהאלפן זייער אסאך מענטשן סיי און שלום בית און אנדערע קעיסעס ספעציעל צייכנט ער זיך אויס אין או סי די, אויך איז ער געווען די ערשטע צו מאכן די עירוב אין מאנסי.
מ'רעדט דא פון א איד וואס גיבט זיך ממש אוועק פאר כלל ישראל, איך פערזענדליך האב שוין אויך געהאט פון איהם, די דור האט א זכיה אז מקען האבן אזא דיין אין צדיק צווישן אונז.
אבער יעצט נאך דרוק פון רבנים האט וויזניץ רבי פון מאנסי געבעטן די חשובע רב שליט"א זאל אויפהערן געבן די שיעורם אין ביהמ"ד וויזניץ דר פרענק, איז מען געגאנגען זוכן א נייע פלאץ און ס'געבליבן אז מ'גייט אויפמאכן א בית המדרש.
מ'האט געטראפן א הויז וואס שטייט אויף אראפצוווארפן און אויף דערווייל דינט עס אלץ מקום תורה, א חשובע איד וועלכע איז געווארן נאנט מיטן רב שליט"א ביי א וקרבתנו שבת האט געגעבן א שיינע סכום צו קענען אנפאנגען די אימפעריע.
און טאקע פרשת וארא תש"פ האט זיך געעפנט די טויערן פונעם טעמפארערי בית המדרש אויף יעל דרייוו, ביי די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה האט די דיין שליט"א ארומגערעדט פון צרות מצרים און אז משה רבינו האט געשריבן ספר איוב אז אפילו א מענטש גייט דורך שווערע צייטן דארף מען וויסן אז אלעס איז פון הימל נאר לטובה, און מקבל זיין באהבה.
"ורוח הקודש אומר כן יפרץ" יעצט איז די פלאן צו בויען א בנין א בית נאוה לתורה אז די צמאי דבר השם זאלן קענען לערנען און דאווענען מיט א רואיגקייט און די שיעורם וואס ווערט פארשפרייט און קומען אן צו הונדערטע מענטשן זאלן האבן א פלאץ פון ווי ס''זאל געזאגט ווערן, די קאמפיין נאמען איז זייער פאסיג און קומט פונעם פסוק 'ואנחנו קמנו ונתעודד'
די קאמפיין וועט נאכאמאל צאמברענגען כלל ישראל אינאיינעם און מחזק זיין דעם תלמוד חכם הרה"צ ר' שמואל שליט"א אין ווייסן סאפפארט און א מוחאה אז מ'נעמט זיך אן פאר כבוד התורה.
דא איז א לינק צום קאמפיין
https://www.charidy.com/rabbi