דער פראיעקט, וואס קאסט 2.5 ביליאן דאלאר, וועט שטודירן די ערד פון מארס, צו דערגיין צי עס האט זיך אמאל געפינען אויף דעם לעבן. דער ראווער וועגט 2000 פונט, און פארמאגט גאר סאפיסטיקירטע מאשינען אויף זיך וואס דינען ווי א לאבאראטארי צו שטודירן די ערד אויף מארס.
דורכאויס די צוויי יאר וואס די ראווער וועט קאמאנדעווען אויף מארס וועט עס אויך שטודירן די דארטיגע קלימאט און געאלאגיע, אין בעפארברייטונג צו קומענדיגע מענטשליכע מיסיעס צו מארס.
די לאנדונג איז באשטימט אויף 1:31 מאנטאג פארטאגס ניו יארק צייט, די זיבן מינוט וואס עס נעמט פאר די ראווער פון אנרירן די אטמאספער ביז'ן לאנדען, ווערן אנגערופן "זיבן מינוט פון טעראר" - דאס איז ווען וויסנשאפטלער וועלן בייסן די נעגל מיט ציטער נישט וויסנדיג די שיקזאל פון דעם טייערן ראווער, פאר פערצן מינוט ביז די סיגנאלן קומען אן פון מארס ביז די וועלט.
אין טיימס סקווער אין ניו יארק וועט זיין לעבעדיגע דעקונג פון די היסטארישע לאנדונג.
א געמאלן בילד ווי אזוי די לאנדונג גייט היינט אויסזען
![בילד](http://images.nationalgeographic.com/wpf/media-live/photos/000/567/overrides/mars-rover-curiosity-landing-may-not-be-seen_56739_600x450.jpg)