בלאט 1 פון 2

קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 1:25 pm
דורך כוכב
רבי שמואל ניימאן פארקערפערט אלעס וואס מיר זעען פאר וויכטיג.
ער איז א קוואל פון אמת און ערליכקייט אבער אן קיין צוויי פנימ'ער, און דערפאר ווערט ער נישט געדולדעט דורך די עסטעבלעשמענט.
יעצט איז די צייט צו לייגן דעם דאלאר דארט וואו אונזער מויל איז.

אז דער אויבערשטער האט צוגעשיקט אן ערליכן איד וואס איז גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן סדום ועמורה און דינען פון א מוסטער פון אהבת תורה ואהבת ישראל דארפן מיר אים שטיצן מיט אלע אונזערע כוחות.
איך פערזענליך, בין נישט קיין חסיד פון רבי שמואל ניימאן. כ'מיין צו זאגן אז כ'פאלג נישט נאך זיינע שיעורים און כ'האב נישט קיין שום שייכות מיט זיין קהלה.

כ'בין אבער יא א חסיד פון זיין פערזענליכקייט און פון זיין אמת, פון זיין זעלטענע שטארקייט צו מקיים זיין דעם לא תגירו מפני איש, א קאמאדיטי וואס מאנגלט אזוי. כ'בין יא א חסיד פון רבי שמואל ניימאנס חסידים וועלכע זענען מקיים דעם עשה לך רב מיט א שלימות און קוקן נישט אויף קיין חשבונות אדער אויף קיין מה יאמרו הבריות.

היינט איז א צייט פון לא עת לחשות, לאמיר צייגן אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט, לאמיר צייגן אז אן ערליכער אידס בלוט איז נישט הפקר, לאמיר צייגן אז ס'איז דא אידן וואס זענען נאמן לה' ולתורתו אבער אן קיין כחל ושרק, דוקא א תורה וואס איז דרכי' דרכי נועם און א לקח טוב, א תורה וואס תלמידי חכמים זענען מרבה שלום בעולם און זענען נישט די פאן טרעגער פון מחלקות, א תורה וואס איז אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.

לאמיר צייגן א רעזיסטענס אויף רשעות און השחתה און מאכט מאנאפאל ווי אידיש בלוט איז הפקר פעטרישקע און יעדער האטליין רעדנערל האט א רעכט צו פירן כלל ישראל אין באד, לאמיר שרייען האלט צו א ווערטשאפט ווי "גדולים" טאנצן נאך יעדן פאשקעוויל שרייבער און ליידיגגייער ווי אין א שדים טאנץ.

לאמיר זיך אננעמען פאר די פארגאסענע בלוט פון הצדיק הגאון רבי אברהם ניסן ניימאן.

לאמיר אויסשרייען אז מיר דארפן נישט אייערע אסיפות און נישט אייערע תקנות און נישט אייערע חרמות, מיר דארפן א קרן אורה ווי יעדער איד איז אקצעפטירט און ווי ווירדן פון אל תדין את חבריך און ואהבת לריעך כמוך זענען וויכטיגער ווי מאכט, כבוד און געלט.

גייט ארויף אויפ'ן וועבזייטל און ביטע לאזט איבער א הערליכע נדבה אויפ'ן קאווע שטיבל זייט און זייט א חלק פון דער נמנה את חבריו לדבר מצוה און זאל דער קידוש ה' און אחדות אפקלינגען מסוף העולם ועד סופו.

https://www.charidy.com/rabbi/kavehshtibel

Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 5:56 pm
דורך אונטער חכם
WOW!!! בילד

Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 5:58 pm
דורך אונטער חכם
זעהט אויס רממ''ט האט אויך חסידים דא [emoji38]

בילד

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2020 10:30 pm
דורך בן ישי
מען האט שוין דערגרייכט 25% פון דעם ציל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:41 am
דורך כוכב
אונזער בלאט האט שוין אריינגעברענגט די שיינע סומע פון $2338
ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען מיר קענען אנקומען צו פינף אלפים.

ווער ס'האט נאכנישט געגעבן און קען זיך ערלויבן אפאר צענט, זאל ביטע געבן.

(מ'קען געבן לכבודי וד"ל)

לאמיר האבן א חלק אין דעליווערן א הילכיגן און גיגאנטישן &^*% פאר די פרנסים המטילים אימה על הציבור וואס פירן זיך אויף אן קיין ברעקל אנושיות. לאמיר צייגן אז א ברעקעלע פון ליבשאפט און אמת וועגט איבער זייערע עשרת אלפים ככר פון טראק-לאדס מיט פיער-מאנגערינג און דעמאגאגיע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:03 am
דורך פארווע חסיד
איך בין גיוועהן זיכער אז קיינער וועט נישט גיבען גארנישט אין באצואונג צים ק"ק :shock:

Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:20 am
דורך אונטער חכם
בן ישי האט געשריבן:מען האט שוין דערגרייכט 25% פון דעם ציל
נו! ר' שמואל'ס חסידים קענען אויך נישט ספעלן? [emoji1]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע שטיבל פעיזש האלט שוין ביי


$3,638

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:39 pm
דורך כוכב
נאך דריי שעה פארבליבן, האטס רחמנות. עורו עורו.
נאכן קאמפיין העל איך מיך מערצאשעם ווארעם באדאנקען פאר אלע ביישטייערער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 8:56 pm
דורך כוכב
דודי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:קאווע שטיבל פעיזש האלט שוין ביי


$3,638

$4,694

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:קאווע שטיבל פעיזש האלט שוין ביי


$3,638

$4,694

אריבער 5000 דאללער!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:11 pm
דורך יין שרף
חתם סופר האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:קאווע שטיבל פעיזש האלט שוין ביי


$3,638

$4,694

אריבער 5000 דאללער!


(כלומר איבער $2,500)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:
(כלומר איבער $2,500)

העי, וויפיל האסטו געגעבען צולייגער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:19 pm
דורך יין שרף
חתם סופר האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
(כלומר איבער $2,500)

העי, וויפיל האסטו געגעבען צולייגער?


וואס ווערסטו אזוי excited? איך האב גארנישט געמיינט נעגעטיוו.

Btw איך האב געגעבן מער ווי "חתם סופר", unless דו האסט געגעבן מער פון איין מאל, מיט א צווייטע נאמען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:
(כלומר איבער $2,500)

העי, וויפיל האסטו געגעבען צולייגער?


וואס ווערסטו אזוי excited? איך האב גארנישט געמיינט נעגעטיוו.

Btw איך האב געגעבן מער ווי "חתם סופר", unless דו האסט געגעבן מער פון איין מאל, מיט א צווייטע נאמען.

good for you - איך האב אויך נישט געמיינט נעגעטיוו, נאר ווערטעל'דיג

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:35 pm
דורך [NAMELESS]
די קאווע שטיבעל טיעם האט דערווייל אריינגעברענגט די גרעסטע צאל פון נדבות פון אלע 50 טיעמ'ס!!

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 11:45 am
דורך [NAMELESS]
63 נדבנים האבן שוין געגעבן אויף די קאווע שטיבעל פעידזש, טאטאל סכום 5,590 דאללער!!

נישט יעדער האט געשריבן זייער ניק, אבער דא איז א ליסט פון אלע וואס האבן געשריבן זייער ניק

[tag]כוכב[/tag]
[tag]ווייל אזוי[/tag]
[tag]Chosen People[/tag]
[tag]אספקלריה[/tag]
[tag]והאיש משה[/tag]
[tag]mevakesh[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag]
[tag]רימון[/tag]
[tag]קטלא קניא[/tag]
[tag]המלוכה והממשלה[/tag]
[tag]חתם סופר[/tag]
[tag]קריינא דאיגרתא[/tag]
[tag]נולד מאוחר[/tag]
[tag]מי אני[/tag]
[tag]אריה[/tag]
[tag]חוקר ודורש[/tag]
[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]
[tag]אור האמת[/tag]
[tag]שיטה מקובצת[/tag]
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
[tag]שבת אחים[/tag]
[tag]גליקלעך[/tag]
[tag]העניך[/tag]

די קאמפיין איז נאך נישט פארטיג!! שיקטס אריין ענקער נדבה!!
https://www.charidy.com/rabbi/kavehshtibel

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 9:58 am
דורך הקטן
זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 10:23 am
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט


ווינדיקעטעט פון וואס?
פון האלטן אנדערש פון דיר?

אדרבה אז דו רעדסט שוין יא צו די חברה זאג פאר יצחק שטערן און די רבנים זאל נישט דרייען קיין קאפ, סאיז דא גענוג און נאך עכטע פראבלעמען אינערהאלב אונזער סיסטעם...

אפשר קען ער געבן א אינטערוויו מיט די וועקער? פרעג אים.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:19 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לא יעזור לו כלום. ווייל צוליעב די חתימות האט הרב ניימאן א שטול פון וואנעט צו ארבעטן, און ער ווערט דערפון מער אנגענומן, נישט ווייניגער. דער קו״קו האט קלאר בעקפייערד, ובפרט ביודעי ובמכירי קאמינא, אז פון די חותמים זעלבסט איז געקומען געלט פאר די קאמפיין

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:39 am
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ביודעי ובמכירי קאמינא, אז פון די חותמים זעלבסט איז געקומען געלט פאר די קאמפיין
???

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:01 pm
דורך הוגה
יין שרף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ביודעי ובמכירי קאמינא, אז פון די חותמים זעלבסט איז געקומען געלט פאר די קאמפיין
???




:D