בלאט 1 פון 1

שומרים און שמירה קאמפיין אין איין וואך

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 3:34 pm
דורך היכי דמי
די שטאט פארט אויף רעדער, בארא פארק איז איבעגעדרייט, די באזעסענע בארא פארק׳ע תושבים ווייסן נישט וואס גייט פאר, עס קומט א מאסיווע געלט אקציע, פאר צוויי ארגאניזאציעס אין די זעלבע וואך. נישט סתם צוויי ארגאניזאציעס, נאר ביידע זענען קווארטירט אין בארא פארק, און ביידע באדינען די בארא פארק׳ע איינוואוינער. נישט סתם צוויי בארא פארק׳ע ארגאניזאציעס, נאר צוויי ארגאניזאציעס וואס טוהן די זעלבע סארט ארבעט, אבער זענען א גוטע קאמפעטישן איינער צום צווייטן.

שומרים, וועלכע באדינען שוין דעם ציבור 35 יאר מאכט די אקציע דעם מוצאי שבת בא, ווי זייער גאול איז $180,000 און האלט שוין איצט ערב שבת ביי $100,000 און שמירה מאכט זייער קאמפיין נעקסטע וואך מוצאי שבת בשלח און זייער גאול איז $250,000.

בארא פארק׳ע מענטשן גייען ווערן ׳אביוזט״ די קומענדיגע וואך פון פולע אימעילס און פריוואטע מעסעדזשעס פון אלע זייער וואלענטירן, ביידע גייען דא ווילן גיבן א סטעיטמענט אז זיי זענען מער אנגענומען.

די גרעסטע חוצפה איז דא מיין איך פון שמירה, ווען זיי האבן היינט ער״ש אויפגעהאנגן פלאקאטן אין גאנץ בארא פארק אז און טראצדעם וואס זייער קאמפיין איז נעקסטע וואך, גייען זיי עפענען די קאמפיין דעם מוצאי שבת, די זעלבע נאכט וואס שומרים מאכט זייער קאמפיין. אטליז האט א שיעור, ענק ווילן זיך רייסן ביים קאפ? פיין און וואויל, לאזט אבער אפ די רואיגע בארא פארק׳ע מענטשן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 31, 2020 4:30 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס (נאכנישט) די פרטים אבער דו קומסט אריין שטארק פאר שומרים... דארף מען אצינד אנפרעגן ביי שמירה... לאמיר שנעל גיין אין מקוה געוואויר ווערן...

שמירה האט א ריינע היסטאריע און נעמט כסדר די הויכע וועג. שומרים האט א שמוציגע היסטאריע און נעמט אייביג די נידעריגע וועג.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 8:53 pm
דורך ווייל אזוי
איך האב דאכצוך געזעהן קודם אדווערטייסט שמירה'ס קאמפיין, קוקט אויס אז שומרים מאכט די קאמפיין נאר אראפצורייסן שמירה..

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:21 pm
דורך איסר האטלקי
יאפ, אזוי קוקט אויס. שמירה איז ארויסגעקומען ערשט, און שומרים האט זיך געגעבן א רוק אריין א וואך פריער. יעצט איז שמירה ארויסגעקומען מיט א 'פרי קאמפיין' און מ'קען שוין געבן פאר זיי אויך.

פאר כלל ישראל איז זייער גוט אז ס'דא צוויי ארגאניזאציעס, אזוי באקומען מיר סערוויס און שיצונג פון ביידע. לאמיר זיי שטיצן און זיכער מאכן אז די קאמפעטישאן וועט בלייבן און מיר אידעלעך וועלן ארויסקעשן דאפלט.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:13 pm
דורך בן ישי
בארא פארק איז נישט אויף רעדער. אלעס איז ברוך השם בסדר און די לעבן גייט ווייטער אן.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:56 pm
דורך א.ב.ג.
היכי דמי האט געשריבן:די שטאט פארט אויף רעדער, בארא פארק איז איבעגעדרייט, די באזעסענע בארא פארק׳ע תושבים ווייסן נישט וואס גייט פאר, עס קומט א מאסיווע געלט אקציע, פאר צוויי ארגאניזאציעס אין די זעלבע וואך. נישט סתם צוויי ארגאניזאציעס, נאר ביידע זענען קווארטירט אין בארא פארק, און ביידע באדינען די בארא פארק׳ע איינוואוינער. נישט סתם צוויי בארא פארק׳ע ארגאניזאציעס, נאר צוויי ארגאניזאציעס וואס טוהן די זעלבע סארט ארבעט, אבער זענען א גוטע קאמפעטישן איינער צום צווייטן.

שומרים, וועלכע באדינען שוין דעם ציבור 35 יאר מאכט די אקציע דעם מוצאי שבת בא, ווי זייער גאול איז $180,000 און האלט שוין איצט ערב שבת ביי $100,000 און שמירה מאכט זייער קאמפיין נעקסטע וואך מוצאי שבת בשלח און זייער גאול איז $250,000.

בארא פארק׳ע מענטשן גייען ווערן ׳אביוזט״ די קומענדיגע וואך פון פולע אימעילס און פריוואטע מעסעדזשעס פון אלע זייער וואלענטירן, ביידע גייען דא ווילן גיבן א סטעיטמענט אז זיי זענען מער אנגענומען.

די גרעסטע חוצפה איז דא מיין איך פון שמירה, ווען זיי האבן היינט ער״ש אויפגעהאנגן פלאקאטן אין גאנץ בארא פארק אז און טראצדעם וואס זייער קאמפיין איז נעקסטע וואך, גייען זיי עפענען די קאמפיין דעם מוצאי שבת, די זעלבע נאכט וואס שומרים מאכט זייער קאמפיין. אטליז האט א שיעור, ענק ווילן זיך רייסן ביים קאפ? פיין און וואויל, לאזט אבער אפ די רואיגע בארא פארק׳ע מענטשן.

אפשר שיקסטו ביידע לינקס מיר זאלן קענען עפעס מיטהאלטן...

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:30 pm
דורך בן ישי
א.ב.ג. האט געשריבן:

שומרים

https://www.charidy.com/shomrimbp

שמירה

http://Dryveup.com/shmira

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 11:46 pm
דורך קורקלענד
שמירה האט נארוואס ארויסגעגעבן א פרעסע קאנפערענץ, ווי הרב לייפער וואס שטייט בראש פונעם ארגענעזאציע האט געמאלדן, אז די קאמפיין וואס קומט יעצט פאר איז האט מען שוין אנגעהויבן די גרייטונגען פון אונטער די קוליסן מיט בערך זיבן חדשים צוריק, און אז די קאמפיין דאטום איז באשטעטיגט געווארן מיט דריי חדשים צוריק! גלייך נאך זיי האבן געגעבן א העדס אפּ מיט צוויי וואכן צוריקאז ס'קומט די קאמפיין, האט די אלטע פארצייטישע סקאנדאל פאַפּלאָגטע שומרים ארגענעזאציע געמאלדן א קאמפיין וואס גייט פראנט ראנען שמירה, און אזוי ארום ספּוילען און פּאָליטיזירן א פרידליכע קאמפיין.

תושבי בורו פארק זענען נישט משוגע. פאר תושבי בורו פארק ליגט נאך די צייכענעס אויפ'ן מוח פון די לעצטיגע חילל השם וואו שומרים האט גערופן פאליציי צו א הכנסת ספר תורה פשוט די דעלעגיטימיזירן שמירה און אזוי ארום גורם געווען פראבלעמען פארן מאסן און ארעסטירט א היימישער אינגערמאן! שומרים איז א ארגענעזאציע וואס וועט אייביג נעמען די צד פון די פאליציי און עסקנים אפגעזען צו זיי זענען יא אדער נישט גערעכט. כלל ישראל פארלאנגט אז ארגענעזאציעס זאלן טוהן פאר כלל ישראל און נישט פאר די שטאטישע אינסטאנצן און אפאר רייסערישע 'כלל טוערס'...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 5:19 pm
דורך בן ישי
שומרים bonus goal

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 6:34 pm
דורך קורקלענד
זייער אינטערעסאנט אז פון אלע טשערידי קאמפיינען וואס איך קען נאר געדענקען איז עפעס שומרים די מערסטע אין דימענד. אזש אז זיי האבן ערפילט 75% פון זייער ציל אין קוים א שעה..... גיי גלויב זיי......

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:33 pm
דורך בן ישי
קורקלענד האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז פון אלע טשערידי קאמפיינען וואס איך קען נאר געדענקען איז עפעס שומרים די מערסטע אין דימענד. אזש אז זיי האבן ערפילט 75% פון זייער ציל אין קוים א שעה..... גיי גלויב זיי......

אסאך געלט איז אריינגעקומען פאר די קאמפיין איז געגאנגען לייוו

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:49 pm
דורך אישתישבי
וויפיל געלט דארף איך געבן פאר א גאן לייסענס?

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:18 am
דורך אייגענארטיג
איך ווייס נישט צו דא איז דאס פלאץ. אבער איך האב א קשיא צו "שומרים" "שמירה" און צו יעדער איינער וואס מאכט די טשערעדי קאמפיינס וכל הדומה לטשערעדי.

ביז ווילאנג טשערעדי איז נישט געווען דא פון ווי האט עטס געלעבט ?

קומט א לאקאלע ארגענייזעישאן פון האצן פלאץ וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון, היות מיין ברידערס שכן האט דארט א פעידזש האט ער באוויזן עם אויך צו עפענען איינס און יעצט בין איך געווארן אן ערשטן קאזין צום קאמפיין וואס איך האב נישט קיין וועג ארויס חוץ אויב איך בין גרייט צו פארלעשען מיין טעלעפון אינדערהיים און סעלפון און אימעל ביז עס איז אריבער א טאג נאכן ענדיגן דעם קאמפיין (למען השם גייט די סטעיטמענט אז "די קאמפיין אין שוין אווער אבער מיר נעמען נאך אייער געלט")

איך וויל דא קלאר מאכן אז די אינטענאצינאלע ארגענייזעישאנס וואס העלפן באמת מענטשען איבעראל און קענען נישט אנקומען צו יעדעם פאר געלט. אי משום הא הכרשתי... אבער מרעדט דא פון ארגענייזעישאנס וואס קיינער חוץ די לאקאלע דארפן נישט און עס מאכט נישט קיין סענס איבערצודרייען.

איך האב א קבלה געמאכט אז אפי פאר גאר גאר וויכטיגע צוועקן געב איך נאר אינדערהיים אדער און ביהמ"ד. און פאר אזא איינעם וואס מאכט נישט און מיין ביהמ"ד קיין קאמפיין דארף נישט מיין געלט.

וואס האלט איר ?

Re: שומרים און שמירה קאמפיין אין איין וואך

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:28 am
דורך טראכטכמוני
דיינע טענות זענען מיספלעיסט, דו שרייסט אויף די ארגאנעזאציעס וואס סל הכל האבן זיי געטראפן א גרינגער מיטל אויפצוטרייבן נויטיגע געלט צו קענען ווייטער אנגיין. אבער באמת איז דיין ווייטאג נישט אויף זיי נאר אויף דיינע ׳חברים׳ וואס אין ערשטע קאזינ׳ס-ברידער׳ס-שכן וואס ער שנאדערט בעצם פון דיר ביים דיך לינקן צו זיין טיעם פעידש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:18 pm
דורך אייגענארטיג
טראכטכמוני האט געשריבן:דיינע טענות זענען מיספלעיסט, דו שרייסט אויף די ארגאנעזאציעס וואס סל הכל האבן זיי געטראפן א גרינגער מיטל אויפצוטרייבן נויטיגע געלט צו קענען ווייטער אנגיין. אבער באמת איז דיין ווייטאג נישט אויף זיי נאר אויף דיינע ׳חברים׳ וואס אין ערשטע קאזינ׳ס-ברידער׳ס-שכן וואס ער שנאדערט בעצם פון דיר ביים דיך לינקן צו זיין טיעם פעידש.

לעטס אגרי טו דיסעגרי!

די חבירים האבן צילוב זייערע אייגענע סיבות נישט קיין ברירה נאר צולייגן א פעיזדש.

די פראבלעם איז. אמאל ווען איינער האט געמאכט א קאמפיין האט דער בעל הקאמפיין געוויסט אז איך סערוויר דעם ציבור און בארא פארק גיי איך נאך געלט און בארא פארק. און אז א נאנטער האט געוואלט געבן "אומגעבעטן" האט ער געגעבן... היינט איז נישט דא מער אזא זאך ווי א לאקאלע קאמפיין.
דאס איז מיין פראבלעם.