בלאט 1 פון 1

קרית יואל פראבירט שיעורים. וועט עס ארבעטן ? (קרבתנו)

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:34 pm
דורך אייגענארטיג
קרית יואל ארבעט אויף א סעריע פון שיעורים כדי אוועקצונעמען די "תאוה" פונעם ציבור צו גיין צו די אלגעמיינע אידישע חינוך/אידישקייט/וכו' שיעורים וועט עס ארבעטען ?

מיינע צוויי צענט: מעגליך אביסל יא פאר די געוויסע וואס זיכן דאס פאר א ספעסיפיק ענין, אבער פארן המון עם מהס"ת נישט.

וואס האלט איר ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:38 pm
דורך קורקלענד
Please elaborate.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 7:43 pm
דורך אייגענארטיג
דעי וואך איז עדווערטייזט און קרית יואל אז סגייט זיך אנהייבן סעריע'ס פון שיעורים. יעדע סעריע וועט האבן ארום 6 שיעורים פאר א געוויסע פרייז.
די ערשטע סעריע וועט זיין ר' בערל טויבער אונעם ענין פון אידישקייט. (כפראביר צו באקומען א פיקטשער פונעם מודעה כוועל עס פאוסטען ווען כהאב עס)

אויפן מודעה שטייט אז "חלק הארי" ווערט באצאלט פון קהל, מילא ווי איך פארשטיי גייען אלע בעלי דרשנים דארפן דורך גיין צענזוס פון קהל (מיין טעאריע).

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2020 10:11 pm
דורך תנחום
ס'אויך דא עפעס א שבת די וואך אין א האטעל מיט די רב און הרב צוויבל

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 12:14 am
דורך אייגענארטיג
תנחום האט געשריבן:ס'אויך דא עפעס א שבת די וואך אין א האטעל מיט די רב און הרב צוויבל

דאס איז א הייליגע שבת וואס גייט שוין אן פאר יארן.

Re: קרית יואל פראבירט שיעורים. וועט עס ארבעטן ? (קרבתנו)

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:32 am
דורך החוקר
אייגענארטיג האט געשריבן:די ערשטע סעריע וועט זיין ר' בערל טויבער אונעם ענין פון אידישקייט. (כפראביר צו באקומען א פיקטשער פונעם מודעה כוועל עס פאוסטען ווען כהאב עס)

אויפן מודעה שטייט אז "חלק הארי" ווערט באצאלט פון קהל, מילא ווי איך פארשטיי גייען אלע בעלי דרשנים דארפן דורך גיין צענזוס פון קהל (מיין טעאריע).

נאדיר...
20200211_002632.jpg

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 11:13 am
דורך [NAMELESS]
אויב איז די חורבן אז מען הערט זיך אן פון די פרעמד זאכן וואס זענען נישט על דרך אוואויסייניוועראבויסייני, דאן ברויך מען דאך נעמען ענדערש ר' מאיר צוויבל. וואס פארדינט מען דורך נעמען ר' בערל טויבער, פון א פאפא/סקווירא/אינדעפענדענט משפחה וואס איז געווארן א גערער חסיד?

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 12:18 am
דורך שמעון וואלף
זיי מאכן א גרויסע טעות. די פאקט איז אז ס'איז נישטא קיין פערפעקט אינסטראקשענס וויאזוי צו מאכן די לעבן גלאנצעדיג. מענטשן וואס גייען נישט צו קרבתנו וכדומה וועלן יעצט אנפאנגן צו גיין צו די קהל'שע שיעורים און זיי וועלן אבער נישט ווערן 100% צופרידן. מ'וועט אבער אביסול עפענען זייערע קעפ וועלן זיי נאר וועלן זיכן מער און מער און צום סוף וועלן אסאך אנקומען צו אנדערע פלעצער שאין רוח הרעזשים נוחה המנו.

איך זאג נישט אז די שיעורים זענען נישט א גוטע זאך אבער זיי זאלן זיך נישט אריינרעדן אז דאס וועט שטילן די דורשט

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 7:13 am
דורך בן ישי
איך האב זייער הנאה צו זעהן אז זיי פרובירן עפעס אהערצושטעלן און נישט סתם געגעבן א אסר און געגאנגען ווייטער, ס'זעהט אויס ווי זיי האבן איינגעזעהן אז מ'קען נישט היינט סתם שיסן א איסור נאר די דארפסט אויך עפעס צושטעלן, זיי אנערקענען אז די יונגע דור זיכט פאר אביסל תוכן אין יודישקייט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2020 11:16 pm
דורך אייגענארטיג
בן ישי האט געשריבן:איך האב זייער הנאה צו זעהן אז זיי פרובירן עפעס אהערצושטעלן און נישט סתם געגעבן א אסר און געגאנגען ווייטער, ס'זעהט אויס ווי זיי האבן איינגעזעהן אז מ'קען נישט היינט סתם שיסן א איסור נאר די דארפסט אויך עפעס צושטעלן, זיי אנערקענען אז די יונגע דור זיכט פאר אביסל תוכן אין יודישקייט.


אמת וואס די זאגסט.
אבער פון די צווייטע זייט, זיי שטעלן דיר צו איינעם וואס איז קאנטראווערסישעל עט בעסט. אויב זייער ציל איז צו שטילן די דארשט וועלן זיי עס נישט באקומען דא. אויב זייער ציל איז צו זאגן פאר מענטשן אז מטאר נישט ג’יין אהין, אויב די דארפסט עפעס קענסטו ג’יין ווי קהל האט ציגעשטעלט... דאן יא מישאן אקאמפליזשט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 5:08 am
דורך לבי ובשרי
אייגענארטיג האט געשריבן:דעי וואך איז עדווערטייזט און קרית יואל אז סגייט זיך אנהייבן סעריע'ס פון שיעורים. יעדע סעריע וועט האבן ארום 6 שיעורים פאר א געוויסע פרייז.
די ערשטע סעריע וועט זיין ר' בערל טויבער אונעם ענין פון אידישקייט. (כפראביר צו באקומען א פיקטשער פונעם מודעה כוועל עס פאוסטען ווען כהאב עס)

אויפן מודעה שטייט אז "חלק הארי" ווערט באצאלט פון קהל, מילא ווי איך פארשטיי גייען אלע בעלי דרשנים דארפן דורך גיין צענזוס פון קהל (מיין טעאריע).

ר' בערל זאגט שיעורים אין קרית יואל יעדע וואך פאר יונגעלייט שוין צוויי יאר זיכער. זעט אויס אז ייעצט האט די סאטמארע קהילה מחליט געווען אז זיי וועלן פארהאנדלען עפעס א גוטן ביליגן פרייז און אזוי וועלן מער פון די קהילה פאציענטן אנטיילנעמען ביי די שיעורים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2020 5:10 am
דורך לבי ובשרי
ריכטיג האט געשריבן:אויב איז די חורבן אז מען הערט זיך אן פון די פרעמד זאכן וואס זענען נישט על דרך אוואויסייניוועראבויסייני, דאן ברויך מען דאך נעמען ענדערש ר' מאיר צוויבל. וואס פארדינט מען דורך נעמען ר' בערל טויבער, פון א פאפא/סקווירא/אינדעפענדענט משפחה וואס איז געווארן א גערער חסיד?

ליסן, ווילאנג ז'איז נישט סקווירא מיט די אייגענע שטיוול משפיעים, שטייט נאך 'נעימות החיים' גאנץ גוט...

אגב, ר' בערל הייסט 'חיים' מיכאל דוב.

נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 11:00 pm
דורך אייגענארטיג
לבי ובשרי האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן:דעי וואך איז עדווערטייזט און קרית יואל אז סגייט זיך אנהייבן סעריע'ס פון שיעורים. יעדע סעריע וועט האבן ארום 6 שיעורים פאר א געוויסע פרייז.
די ערשטע סעריע וועט זיין ר' בערל טויבער אונעם ענין פון אידישקייט. (כפראביר צו באקומען א פיקטשער פונעם מודעה כוועל עס פאוסטען ווען כהאב עס)

אויפן מודעה שטייט אז "חלק הארי" ווערט באצאלט פון קהל, מילא ווי איך פארשטיי גייען אלע בעלי דרשנים דארפן דורך גיין צענזוס פון קהל (מיין טעאריע).

ר' בערל זאגט שיעורים אין קרית יואל יעדע וואך פאר יונגעלייט שוין צוויי יאר זיכער. זעט אויס אז ייעצט האט די סאטמארע קהילה מחליט געווען אז זיי וועלן פארהאנדלען עפעס א גוטן ביליגן פרייז און אזוי וועלן מער פון די קהילה פאציענטן אנטיילנעמען ביי די שיעורים.


ס׳אמת אז ער זאגט שיעורים פאר די קדושי הקהילה... אבער פאר עמך אידן וואס זיכען עפעס וואס זאל רעדן צו זיי איז ער נישט געמאכט לפענ״ד

גייט ער רעדן צו דעך אינגערמאן וואס ארבעט אגאנצן טאג צווישן נשים מפוארות און זיכט א וועג ציליידיגן דעם זעקל בהיתר ? גייט ער אפי׳ פארשטיין דעם אינגערמאן ?

גייט ער רעדן דער שפראך וואס דער אינגערמאן וועט הערן און פארשטיין ? אדער גייט ער קומען בתורת סימן ר״מ (נישט ח״ו אוועקצומאכן די הלכות הנלמד בשו״ע אבער לסבר את האוזן) ר״מ אדער מ״ר ?

איך מיין אז די אינגעלייט וואס גייען פאר דעי שיעורים האבן אן אנדערע שיעור אין מיינד.

נישט אפי׳ געטאשט דעם נושא אז ווען ער קומט מטעם הקהילה זענען זיי גאנץ זעכער די וואס קוקן עס איבער און זאגן דעס יא און דעס נישט...