בלאט 1 פון 1

עוד לא אבדה תקוותינו...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2020 6:59 pm
דורך וואלווי
התקווה בת שנות אלפים...!

נאך זיך וואלגערען אזוי פיל יאר אין גלות, אפי' דא אין גלות אמעריקע ווי אלעס איז אזוי שיין און זיס, דאך איז שווער געווען צו פארזארגען די נפש הומייה וועגען א ווייטאג און שוועריגקייט וואס איז אייביג בלבב פנימה, דאס איז די פערזענליכע מיטמאכענישען פון די וואקסענדע יודישע קינדער וואס איז נוגע זייער נאטור, די עמאשינעל טוישעריי ווען מ'וואקסט אויף, וואס ניטאמאל די געטרייע עלטערין ווייסען זיך ווי אזוי אן עצה צו געבן.

אבער נצח ישראל לא ישקר! כלל ישראל וועט נישט אייביג לעבן אינטער שקר. צוביסלעך ווערט געטוהן צום זאך, און ס'איז דא האפענונג פאר א געזונטע עתיד.

הנה:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 9:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער שיין? הרב פיטער איז באקאנט אלס א גוטע חתן טיטשער, און ער איז אויך א משגיח אין א ישיבה, אן עלטערע מענטש, נישט סתם איינער וואס פאטקשעט אין שמוץ א גאנצע טאג. איך ווייס נישט וואס ער זאגט, ממילא קען איך נישט וויסען צו די שמועס איז כדאי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 10:02 am
דורך וואלווי
משגיח אין ישיבה אוו לאנג ביעטש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 10:03 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער שיין? הרב פיטער איז באקאנט אלס א גוטע חתן טיטשער, און ער איז אויך א משגיח אין א ישיבה, אן עלטערע מענטש, נישט סתם איינער וואס פאטקשעט אין שמוץ א גאנצע טאג. איך ווייס נישט וואס ער זאגט, ממילא קען איך נישט וויסען צו די שמועס איז כדאי.


וואס הייסט, צו די שמועס איז "כדאי" ?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 11:44 am
דורך אישתישבי
לכאורה (מיט א אר פין ענגליש) איז דער פשט צו עס איז ווערט די 35 דאלאר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 12:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האט נאך איינער באמערקט אז מ׳דארף נוצן די בנק ענטרענס?

כדאי מיינט, איך ווייס נישט צו ער רעדט צום דבר צו נישט, עס איז ווערט די $35 מברר צו זיין. טאמער איינער גייט, ביטע איבערגעבן א באריכט