בלאט 1 פון 1
חינוך שאלה - צניעות
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 1:35 pm
דורך פארשטאנד
ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך געהאט א שוועריקייט מיט מיין אשת חיל צו אנערקענען איהר אייגענע גוף, זי איז געווען א ס'רחל מוסטער ווי אסאך היימישע פרויען, פאלשע צניעות איז איהר געווען אריינגעבאקן עד דכדוכה של נפש, עס האט איהר גענומען יאהרן בלי גוזמא צו 'טיילווייז' איבערקומען איר אייגענע תפיסה, מיט דעם אלעם גלייב איך אז זי וועט קיינמאל נישט גענצליך פון דעם ארויסקריכן. (וואס-מער, זי איז נישט מודה בכלל אז זי האט אן אישו מיט זיך אליין זעהן, הנאה האבן פון די אייגענע גוף...) איבעריג צו זאגן אז אין א מעריעדזש איז דאס א היפשע שטער.
אבער נישט דאס איז מיין נושא דא… מיין שאלה איז מיט מיין קליינע טאכטער'ל שלא טעמה טעם חטא, זי גייט היצט אין די זעלבע ס'רחל מוסדות ווי מיין עקרת הבית האט באקומען איהר גלענצענדע חינוך, און איך זעה ווי זי הייבט אן צו ווערן אבסעסט מיט צניעות, דא די קלייד, דא די טייץ, דא די ערמל, שיקט ארויס יעדן ווען זי איז 'נישט צניעות' ווען מ'זעהט א ברעקעלע נאקעט פון די פיס, זי איז אינגאנצן פיהר יאר!
אלל-אין-אלל זעה איך ווי עס בויעט זיך א אישה כשירה ס'רחל סטאנדארד, אזאך וואס איך האב מיך געשוואוירן ביי מיין מאמעס גע'גאל'טע קאפ אז איך גיי עס נישט צולאזן צו געשעהן ביי מיינע טעכטער, בעזרת השי"ת.
אבל דא עקא, עס ווערט געבויעט ביי איהר אן שכל, ווי א מאנאטאמישע זאך, ממילא סתם זאגן אז 'עס איז גארנישט' איז קיין מהלך, חוץ וואס עס וועט איהר ווארשיינליך צעמישן, וועט זי איבערזאגן פאר כל מאן דבעי למינדא, אז 'מיין טאטע זאגט אז צניעות איז גארנישט', פון די אנדערע זייט, ריזאנען מיט אזעלכע קליינע קינדער איז אויך קיין אפשן, אלזא וואס טוט מען?
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 2:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, ליקט די סוד אין דריי ווערטער. ווי דו זאגסט, דירעקט אדרעסירן די נושא איז אוממעגליך. נאר באופן כללי אין לעבן קענסטו אדיר פרעגן ׳וואס האלטסט דו?׳ ווען זי ווייסט אז איהר מיינונג און געפיל איז וויכטיג, וועט זי זיך אליינס אויסלערנן וואס זי וויל. טאמער זי איז א גאנץ לעבן א רעדל אין די מאשינקע, וועט זי זיך נישט קענען אויסדרייען פון די חינוך.
וויסען זאלסטו, אז לויט דעם האסטו א געוואלדיגע אחריות. קענסט פון יעצט זיך נישט פארלאזן אויפן סקול, וועסט מוזן רעדן מיט איהר וועגן די אמהות און וועגן מדות טובות, וועגן הלכות און וועגן השקפות. ווייל זי וועט יעצט זיין אפען צו אנדערע השפעות, און מוזט זיין זיכער אז זיי זענען אין איינקלאנג מיט דיינס.
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
ווי עס זעהט זיך אויב ביסטו בכלל נישט אויף די זעלבע בלאט מיט דיין ווייב אין די נושא, סוי וויאזוי ווילסטו מחנך זיין ווען די מאמע איז נישט מיט דיר?
די ערשטע זאך דארפסטו זיך מסדר זיין און אויסגלייכען א מהלך מיט דיין ווייב, און ביז דעמאלטס איז כלל נישט שייך מחנך זיין דיין קינד.
יעצט דו שרייבסט אז דו האסט אויפגיגעבן אויף דיין ווייב אז זי גייט זיך נאך טוישן, די שאלה איז מיט וואסערע הוכחות האסטו איר פראבירט משכנע צו זיין? אויב מיט ס'רחל טאלקינג פוינטס פארשטיי איך איר פארן עס נישט אננעמען, ארויסרייסען א חינוך קען מען נארר מיט הסבירים פון שולחן ערוך און ספרי פוסקים.
יעצט איז דא אמאל צו עס איז חינוך אדער א נאטור אז זי שפירט זיך נישט באקוועם צו גיין אויסגעלאסן אביסל אפילו זי פארשטיי אז עס איז נישט בניגוד צו הלכה אדער צניעות אבער איר געפיל זאגט אנדערש, דעמאלטס קענען ענק יא מחנך זיין ענקער טאכטער מיט א מהלך, באט קודם דארפסטו זיין קלאר מיט הלכות צניעות.
אויב ביסטו אנגעווייטאגט און דו ווילסט נישט גורס זיין צניעות בכלל, קען איך דיר נישט העלפן, וויל דו האטס חתונה געהאט מיט אידישע פרומע מיידל.
ליטוואק האקט
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 2:47 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לענ"ד האט דיין ווייב'ס אישו קיין שייכות מיט בית רחל. עס איז נישטא די סקול וואס קען בויען אזא לאנגיאריגע תפיסה וואס די באשרייבסט. ווייל מען קומט צו א טעם פון א נאטירליכע צורך פאלט אוועק אלע דעמאגאגיע און דרשות וואס מען האט זיך אנגעהערט, ורוב בעלי יוצאי בית רחל וואס האבן סטימי געשלעכט יוכיחו.
עס איז מער מסתבר אז עס קומט פון פיזישע טראמא (סעקצואלע אביוז) אדער עמאציניאלע טראמא פון אלס קינד, וואס זי האט זיך דערלערנט אז זי איז נישט ווערט פאר ליבע, וואס איז אזאך וואס עלטערן זענען פאראטווארליך פאר דעם. איך וועל נישט זיין סופרייזעד אז דאס ווייב דיינע האט נישט באקומען געהעריגע פיזישע ליבשאפט חיבוק ונישוק פון אירע עלטערן, און קען דאס אפילו נישט געבן פאר אירע קינדער כ"ש די מאן. א גוטע טראמא טערעפיסט קען איר העלפן.
איינע פון די וועגן וואס די קענסט העלפן דיין קינד איז איר אויסלערנן צו זיין מער אינטעמיטש מיט שערן אירע געפיהלן (ענליך וואס ליטוואק זאג אבל מסיבה אחרת) די צווייטע געב אסאך פיזישע ליבשאפט.
Re: חינוך שאלה - צניעות
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 3:12 pm
דורך פארשטאנד
בענזשעמין און עמעזאן, איך האב דירעקט נישט געמאכט די נושא וועגן מיין ווייב, ווייל ב"ה אלעס איז מסודר נאך די יאהרן וואס עס זענען זיך פארלאפן, זי קומט פון זייער א ווארימע הויז, (וואס מאכט מיין קאנסערן גרעסער, ווייל די צניעות איינרעדעניש קומט יא דירעקט פון ס'רחל), געשלעכט איז אויך ב"ה פיין מסודר און איז בכלל נישט די נושא, און אויך נישט גיין אויסגעלאסן... עס איז נישט אויף מיין ראדאר בכלל.
איך האב די נקודה נאר געשריבן ארויסצוברענגען ווי שטארק די ס'רחל צניעות איז אין איהר אריינגעבאקן, אז אפי'נאך אזויפיל יאהר, פיהל איך אז צו זיין "קאמפליטלי" באקוועם מיט זיך אליין איז עפעס וואס וועט קיינמאל נישט זיין... אבער עכ"פ, יא נאך די אלע יאהרן איז עס מער-ווייניגער מסודר.
ליטוואק, דו וואלסט געפרעגט א פיהר יעהריג טאכטער וואס זי האלט? און, צו מיינסטו בדרך כלל? אדער ספעסיפיק אין צניעות, ד.ה. ווען זי זאגט אז עפעס איז נישט צניעות, זאל זי האבן א מיינונג צו עס איז יא אדער נישט ריכטיג?
Re: חינוך שאלה - צניעות
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 4:27 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@עמעזאן: דו שרייבסט,
"ארויסרייסען א חינוך קען מען נארר מיט הסבירים פון שולחן ערוך און ספרי פוסקים."
כמעט נישט מעגליך, אפילו משה רבינו זאל אראפקומען פון הימל יעצט און אויפקלערן. און די סיבה איז פשוט, ווייל א חינוך וואס איז נישט באזירט אויף שולחן ערוך און ספרי פוסקים נאר אויף געפילן, קען מען עס נישט ארויסרייסן מיט הסבירים, ווייל איינמאל ס'גבויעט אויף געפילן ווערט עס א חלק פונעם קאלטור וואס מ'קען בשו"א נישט פטור ווערן דערפון צוליב קאמיוניטי דרוק. א חוץ אויב משום איזו סיבה שהיא טוט דער מענטש אפ יאגן פון די קאמיוניטי.
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 5:21 pm
דורך [NAMELESS]
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@עמעזאן: דו שרייבסט,
"ארויסרייסען א חינוך קען מען נארר מיט הסבירים פון שולחן ערוך און ספרי פוסקים."
כמעט נישט מעגליך, אפילו משה רבינו זאל אראפקומען פון הימל יעצט און אויפקלערן. און די סיבה איז פשוט, ווייל א חינוך וואס איז נישט באזירט אויף שולחן ערוך און ספרי פוסקים נאר אויף געפילן, קען מען עס נישט ארויסרייסן מיט הסבירים, ווייל איינמאל ס'גבויעט אויף געפילן ווערט עס א חלק פונעם קאלטור וואס מ'קען בשו"א נישט פטור ווערן דערפון צוליב קאמיוניטי דרוק. א חוץ אויב משום איזו סיבה שהיא טוט דער מענטש אפ יאגן פון די קאמיוניטי.
נישט איך דינג זיך מיט דיר נאר די מציאות, כמעט יעדע פרוי רעספעקטירט איר מאן ספעציאל ווען ער איז א בעל דעת א בר הכי,
ווען די מאן רעדט פון היץ און געפילן וואט עס איר נישט איבערצייגען אז דאס איז גערעכט, משא''כ ווען ער איז רוהיג און רעדט דברים של טעם איז זי עס מקבל מיט די צייט.
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 5:33 pm
דורך בת קול
אלע סקולס פרעדיגן צניעות, איינס מער און איינס ווייניגער.
די שאלה איז פארוואס דו האסט איר אריינגעלייגט אין די מוסד וואס פרעדיגט די מערסטע, אויב עס באדערט דיר אזוי.
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 8:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארשטאנד האט געשריבן:
ליטוואק, דו וואלסט געפרעגט א פיהר יעהריג טאכטער וואס זי האלט? און, צו מיינסטו בדרך כלל? אדער ספעסיפיק אין צניעות, ד.ה. ווען זי זאגט אז עפעס איז נישט צניעות, זאל זי האבן א מיינונג צו עס איז יא אדער נישט ריכטיג?
איך מין אויף יעדער נושא, נישט צניעות. אז באופן כללי ווייסט זי אז זי איז אויךא מענטש, איהר מיינונג און געפיל זענען וויכטיג, וואס זי פארשטייט און טראכט, האט זי אויף וואס צו בויען א ׳זיך׳ צו טון ווי זי פארשטייט. אן דער געפיל, קען זי גאר טראכטן אז איהר געפיל זענען גארנישט, און אזוי אויך איהר גוף.
א פערזענליכע צניעות פון ווילען זיין צוגעדעקט אין אלע מצבים איז גראדע ביי מיר נישט קיין פעלער.
נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 1:46 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
ווארשיינליך איז ליטוואק גערעכט,
ס'איז צוויי אנדערע זאכן, ס'קען אפשר באדערן די אופן וויאזוי ס'רחל ברענגט עס ארויס, די שטרענגקייט און די אויפגעבלאזענקייט,
און אדרבה די חלק פון בינו לבינה איז מער געשמאק אויב די פרוי איז באופן כללי זהירה בצניעות און פאר איר מאן גייט עס אן קיין גדרים (שטייצעך באופן המותר להלכה)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 3:24 am
דורך אייגענארטיג
מיינע צוויי צענט אינעם נושא.
די סקולס דארפן טון וואס זיי דארפן צוליב תקנות, אבער ווי איעדע ביזנעס דארף עס אן עקזיט פלאן. לענ"ד ליגט דא דער פראבלעם.
אין די גמרא ווערט געברענגט דאכצעך מיר אביי האט געזאגט זיין טאכטער זאל זיך גיין שיין מאכן פאר איר מאן און זיכער מאכן אז ער אינזשויעט איר. היוצא לנו מזה - כ'גלייב אז ער האט איינגעפרעדיגט אין זיין טאכטער צניעות. אבער ער האט עס ארויסגעפרעדיגט פון איר ווען זי האט חתונה געהאט.
די סקולס דארפן אן עקזיט פלאן, צי אין 11'טע אדער 12'טע קלאס זאל מען אויסלערנען די מיידלעך אז מ'דארף זיין סע*סי פאר די מאן. נישט פאר יעדעם אבער יא פארן מאן.
ס'איז נישט קיין קדושה ווען א פרוי ווערט געהאקט דורך די דאכענע וד"ל