בלאט 1 פון 1

דער מלבוש פון חסידישע יונגלעך

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 5:11 pm
דורך קעשקעטעל
ווי אזוי האט זיך אויס געשטעלט די סדר המלבשים ביי חסידישע יונגלעך ווי אזוי מגייט אנגעטוען.

ראשון: דאס אז ביז דער בר מצוה גייט מען אינדערוואכען מיט א קאלירטעט העמד, און פון די בר מצוה און ווייטער גייט מען מיט א ווייסע העמד, הוט און רעקל, און מיט די טלית קטן אויפען העמד.

יעצט לגבי שבת און יום טוב

קעשקעטעל: אין בעלז גייט יעדע יונגעל מיט א קעשקעטעל, פון די המון עם ביז'ן בעל'באטישע משפחה, און מען גייט דערמיט ביי אזאך וואכעדיגע מאורעס, ווי חומש סעודה, סיום'ס, פארהער, רבין'ס באזיך וכדומה. לעצטסעס זע איך ביי וויזניץ (מהר"מ) האט מען אויך אנגעהויבען צי גיין מיטן קעשקעטעל ווען מעגליך. אחוץ פון דיע חסידות ווייס איך נישט פון א חסידות ווי יעדער גייט דערמיט, אבער אסאך גייען דערמיט, ספעציעל "רעבישע" אבער מער "פרומער" משפחות. און סאטמאר אבער גייט קיין איין יונגל נישט מיט א קעשקעטעל, אפילו רעבישע אייניקלעך.

לאנגע רעקל\בעקיטשע: און סקיוורא (און ווישניץ מאנסי?) גייען אלע יונגלעך מיט לאנגע רעקלעך, אין גור גייען יונגלעך מיט בעקיטשע, אבער אחוץ פון דעם גייען נאר רעבישע יונגלעך מיט בעקיטשעס. אין וויליאמסבורג און מער אין קרית יואל זעט מען היבש אסאך משפחות וואס די יונגלעך גייען שבת מיט א לאנגע רעקל.

טלית קטן: מער וויינגער רוב רעבישע יונגלעך גייען שבת מיט א וואלענע טלית קטן אויפען העמד, ווי אויך מער "פרומער" משפחות גייט מען אזוי (מער מצוע אין וויליאמסבורג \ קרית יואל) און דערנאך זעט מען פשט'טע און אפילו בעל'באטישע יונגלעך וואס "ווילען" גיין מיט'ן טלית קטן אינדרויסען.
(ווי אויך ביי פלעי'ס / חומש סעודה / כאר'ס איז א וואלענע טלית קטן געווארן ווי א סטייל אז די קינדער גייען אזו פארשטעלט)

ווי אזוי האט זיך דאס אלעס אויסגעשטעלט, זיי די חסידות ווי יעדער גייט אזוי, איז דאס ווייל איינער האט דאס אנגעהויבען און יעדער טוט דאס נאך אן א וויסען, דאס אז א רעבישע יונגעל גייט פון אלץ יונגווייז אן מיט די שמונה בגדים (טלית קטן/בעקיטשע/קעשקעטעל), פארוואס אין סאטמאר גייט נישט קיינער מיט א קעשקעטעל, א פרומע יונגעל וועט זיך נישט אנטוען א בעקיטשע אויב ער איז נישט פון א רעבישע משפחה. ווי אויך מיטן היינטיגע אכשר דרא איז נאכנישט דא יונגלעך וואס גייען מיטן טלית קטן אינדרויסען אפילו אינדערוואכען (אזוי ווי אין מאה שערים).

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 7:04 pm
דורך אישתישבי
דאס איז אלץ געבויט אויף רזין דרזין וואס אונז האבן נישט קיין השגה. מען טאר נישט פרעגן אויף די הייליגע מנהגים.

Re: דער מלבוש פון חסידישע יונגלעך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 8:13 pm
דורך קעשקעטעל
איך ברענגט דאס נאכאמאל ארויף אויב איינער וויל שרייבען עפעס אויף די נושא

Re: דער מלבוש פון חסידישע יונגלעך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 10:44 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אין מאנסי איז שוין דא א גאנצע ועד איבער קינדער קליידער וואס צו פארקויפן אין די געשעפטן. פונקט ווי די קענסט נישט קויפן א סמארטפאון אין א יודישע געשעפט וועסטו קיין קינד קלייד אויך נישט קענען קויפן נאר מיט א הכשר (איך רעד נישט פון די געשעפטן וואס וועלן אנפייפן און האבו פראטעסטן יעדעם טאג פראנט פון די געשעפט)

די קאפל דארף זיין פון די ווייכע סארט דוקא פון די ברענדס וואס די לעיבל שטעקט זיך ארויס
און עס דארף באדעקן ביידע עקן פון די פאות באקוועמעהייט
דערפאר פירט מען צו שערן טריפל זערא. צו זעהן די שטארקע קאנטראסט פון האר מיט פאות אז חס ושלום דיין פאות ווערט נישט פארגויאישט.
גלעזער דארף דוקא זיין פון די פשוטע סארט. און נישט לייגן קיין דגוש אויף דעם.
די מער פרומערע איז עס ווייסע פלעסטיק מיט זילבענע העטליך. די קילערע עלטערן האבן עס שוין מיט שווארצע שיינע הענטליך.
הויזן דארף זיין פיר אינטשעס פון די קני און די ברייט. און מען דארף עס מעסטן מיט א ראולער
עס טאר נישט זיין פון די דענים סארט (פעך)
העמעד טאר נישט האבן קיין אויפשריפטן

Re: דער מלבוש פון חסידישע יונגלעך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:02 pm
דורך ים של שלום
איך ווייס נישט צו די טאקע פארשטייסט נישט אדער די זיכסט סתם צו צוען א שמועס אין די נושא. די אלע זאכן איוואלווען אובער טיים. קיינער האט זיך נישט אוועקגעזעצט פארשרייבען וואס די מנהגים זאלן זיין און דערנאך מודיע געווען את הדרך ילכו בם.