בלאט 1 פון 5

יונגערמאן, ביהעיוו!

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:12 pm
דורך Starbucks
כאפ דיך נישט אריין אין די ליין, נישט מיט די קאר און נישט ביים סערקל-ליין
געב נישט צוריק פאר קאסקאו און וואלמארט זאכן וואס דו האסט קלאר היפש גענוצט
פייף נישט יותר מדאי
ווארף נישט ארויס מיסט פון די קאר
דרייוו ווי א מענטש
נוץ דיאדערענט
קלאפ נישט יענעם אין רוקן אזוי שטארק כדי להמית
ווען דו שטייסט אין א ליין לאז איבער אן אמה צוווישן דיר און יענעם (ציווילעזירטע מענטשן רופן עס "פערסענאל ספעיס")
אויפן פליגער זיץ איינגעלייגט ווי א מענטש ווי יעדער
זייף דיך אפ פארן אריינגיין אין בור
לאז נישט קיין נפיחות צוווישן מענטשן
זאג עקסקיוז מי, פליז, און טענק יו
קוק נישט אויף פארנאגראפיע אין לייבערי
זעה די אידענע זאל נישט לאזן די בעיבי הפקר אינדערויסן פון סטאר

פארשטייט זיך אז פאר אונז, ערליכסטע און בעסטע אידן וואס הק׳ ברוך הוא פארמאגט איז איבעריג אנצוזאגן די זאכן, כ'זאג נאר כדי איבערצו'חזר'ן און מחזק צו זיין ידם פון אונז בהצנע לכת'דיגע אידן, איידעלע שעפעלעך, חכם, ומרום מכל עם.

ווער ס׳האט נאך מוסיף צו זיין ווערט געבעטן צוצולייגן לטובת הכלל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:15 pm
דורך זר זהב
Starbucks האט געשריבן: קוק נישט אויף פארנאגראפיע אין לייבערי

דא האסטע מיר פארלוירן. אלע פריערדיגע קען איך נאך איינהאלטן, אבער די איינע נישט, סארי. :cry:

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:37 pm
דורך Shmilly
זעהט אויס אז די ביסט מר. פערפעקט

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:01 pm
דורך Starbucks
Shmilly האט געשריבן:זעהט אויס אז די ביסט מר. פערפעקט


ווער דען זאל זיין פערפעקט, די ליטווישע, אדער להבדיל מאדערענע קוואדער קאפל יידן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
Starbucks האט געשריבן:קוק נישט אויף פארנאגראפיע אין לייבערי

די טייערע אינגערלייט קענען גיין צו סאן פראנציסקא ווי מ'האט שפעציעל אוועקגעשטעלט אז מ'קען יא
http://www.huffingtonpost.com/2012/07/2 ... 04060.html

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:51 pm
דורך שמעקעדיג
Starbucks האט געשריבן:ווער ס׳האט נאך מוסיף צו זיין ווערט געבעטן צוצולייגן לטובת הכלל.


פארק נישט דיין קאר וואו ס'באלאנגט נישט פאר דיר (Disability)
נעם נישט אויף 2 פארקינג ספעיסעס.

א איד וואס גייט נאך געלט זאגט מיר, ווען ער קומט אן צו א חתונה זאל און וויל וויסן צי עס איז א חסיד'ישע חתונה אדער נישט חסיד'יש, קוקט ער ביי די פארקינג. אויב אלע דיסעבילטי זענען פארנומען, ווייסט ער אז ס'איז חסיד'יש.

אוי לאותה בושה.

דא האט איר נאך אביסל סחורה צו ליינען איבער די נושא, פון די אייוועלטיסטן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:09 pm
דורך נולד מאוחר
רוב פין די זאכען ווען זיי געפרעקטיסט ביי די אמעריקאנע גוי איז עס פאלטש דורך און אדורך.
ער זאגט דיר שכוח אין סארי, טריי צי בארגן א קוואדער פין עם, אדער אז דיין סעלפאן בעטערי איז טויט בעט עם די ווילסט מאכן א פאן קאלל.
ווער איז אינערסירט אין פליז,טענקס,סארי? איך האב נישט קיין געדולד דערצי.
אינוועליד פארקינג וכד' איז נוגע אנדערע במילא פארשטיי איך אז מען דארף פאלגן.
ווען עס איז דא צען ליידיגע אינווליד ספסעס אין איךניץ איינס קומט זיך מיך נישט די גרויסע אמעריקאנע אויגן .
קאםאן ניצט דיין שכל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:13 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף אויך חושש זיין אויף חילול השם.
למעשה די אמעריקאנע אויגן לאזן אונז דא וואוינען.
ס'איז זייער מדינה, נישט אונזער. מיר זענען אין גלות.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:46 pm
דורך איך אויך
די שאלה איז וואס הייסט זייערע? אפשר די אינדיאנער קענן האבן דעם טענה, אלע אנדערע זענען פונקט אזוי אימיגראנטן מארבע קצוות הארץ ווי דיר.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:52 pm
דורך שמעקעדיג
די טענה איז נישט אינגאנצן אמת.
כאטש כמעט גאנץ אמעריקע איז צוזאמענגעשטלעט פון אימיגראנטן, קענען זיי זיך אויסמישן און ווערן אמעריקאנער.
אבער מיר זענען אין גלות, וואו אימער מיר געפינען זיך.
מיר זענען דערדרוקט אונטער זיי.
און בפרט אויב מיר זענען אויבער-חכמים און זוכן צו ברעכן דאס געזעץ אדער טון אוממענטשליכע זאכן, אז יעדער זאל וויסן אז די חסיד'ישע זענען מאדנע מענטשן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:59 pm
דורך איך אויך
דאס האב איך נישט געזאגט, א מענטש דארף מען אייביג זיין (ספעציעל ווען אזויפיל פון אונז זיצן אויף קעסט ביים פעטער) אפגעזעהן ווי מען וואוינט. אבער קום מיר נישט זאגן אז דער מעקסיקאנר אמיגא צו דער רוסישער אלטיטשקר אדער דער ראמענישר גנב צו דער כינעזר מיט די שיפע אויגן אדער דער איטאלינר מאפיאסא איז עפעס מער בעה"ב אויף אמעריקא ווי אונז אידעלעך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:37 pm
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:רוב פין די זאכען ווען זיי געפרעקטיסט ביי די אמעריקאנע גוי איז עס פאלטש דורך און אדורך.
ער זאגט דיר שכוח אין סארי, טריי צי בארגן א קוואדער פין עם, אדער אז דיין סעלפאן בעטערי איז טויט בעט עם די ווילסט מאכן א פאן קאלל.
ווער איז אינערסירט אין פליז,טענקס,סארי? איך האב נישט קיין געדולד דערצו.
אינוועליד פארקינג וכד' איז נוגע אנדערע במילא פארשטיי איך אז מען דארף פאלגן.
ווען עס איז דא צען ליידיגע אינווליד ספסעס אין איךניץ איינס קומט זיך מיך נישט די גרויסע אמעריקאנע אויגן .
קאםאן ניצט דיין שכל.


דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געפארן אויף א פליגער און איך האב מיר גענויטיגט אין א פען, דריי איך מיך אויס צו מיין שכן אין איך פרעג עים, עקסיוז מי דא יא העוו עי פען פליז?! געס וואס די ענטפער איז געווען? ניין, מיט א ברייטקייט!!
וועסטו מיר פרעגן פארוואס איך מאך אזא בראטיל אז איינער געט מיר נישט קיין פען? ניין די מעשה דא איז אביסל אנדערש, דער גוי זאגט מיר ניין, און אויף זיין פנים דערווייזט זיך א ברייטע שמייכל!!! א גוי'שע קאפ!!

ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד שטעלט זיך אויף א גאר געוואלדיגע תמיה, ווי אזוי קען זיין אז אזאלכע "נייס" מענטשן וואס ווער ס'גייט אויף דייטשלאנד אדער אויף וויען וועט אייך מעיד זיין אז וואו מ'גייט דארט וועט מען דיר עפענען די טיר, זאגן א גיטן טאגע, א דאנקע שיינע, עפעס ספעציעלע "נייס גייס"!! ממילא איז דאך אזוי שווער, אזעלכע פיינע מענטשן זאלן זיין אזעלכע קאלט-בלוטיגע רוצחים?? אויסצו'הרג'ענען א גאנצע פאלק מיט אזעלכע בלוט-דורשטיגקייט הי"ד??

נאר, ענטפערט ר'אלחנן א געוואלדיגע דערהער, די מענטשן, פארוואס זענען זיי אזוי נייס און אזוי פיין? "פאר זיך".
זיי זענען נישט פיין ווייל זיי האבן רחמנות אדער עפעס, זיי זענען פרענדלי נאר פאר איין טעם, ווייל איך דארף זיין נייס, דער איך, די דייטשע גוי, דארף זיין נייס, זיי זענען נייס פאר זיך, נישט פאר יענעם!!

און דאס איז דער סוד פארוואס ביים גוי זעט מען טאקע אז זיי פאלגן, און האלטן איין די נארישע נישט וויכטיגע. ווי פליעז, עקסיוז מי, טעינק יא, אבער ווען ס'קומט צו בארגן א סעלפאן איז ער נישט צום געפינען!!
משא"כ דער יוד!! מי כעמך ישראל!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 3:07 pm
דורך chaims
דערמאנסט מיר אויך א מעשה, איך בין געפארן אמאל אויפן באן מיט א קינד אין א וועגעלע, און איך האב געדארפט אפאר מאל ארויף גיין טרעפ, און וואונדער איבער וואונדער, יעדעס מאל איז צוגעקומען אן ערל אנטראגן צו העלפן, ימח שמם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:21 pm
דורך דבילה
zurich האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:רוב פין די זאכען ווען זיי געפרעקטיסט ביי די אמעריקאנע גוי איז עס פאלטש דורך און אדורך.
ער זאגט דיר שכוח אין סארי, טריי צי בארגן א קוואדער פין עם, אדער אז דיין סעלפאן בעטערי איז טויט בעט עם די ווילסט מאכן א פאן קאלל.
ווער איז אינערסירט אין פליז,טענקס,סארי? איך האב נישט קיין געדולד דערצו.
אינוועליד פארקינג וכד' איז נוגע אנדערע במילא פארשטיי איך אז מען דארף פאלגן.
ווען עס איז דא צען ליידיגע אינווליד ספסעס אין איךניץ איינס קומט זיך מיך נישט די גרויסע אמעריקאנע אויגן .
קאםאן ניצט דיין שכל.


דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געפארן אויף א פליגער און איך האב מיר גענויטיגט אין א פען, דריי איך מיך אויס צו מיין שכן אין איך פרעג עים, עקסיוז מי דא יא העוו עי פען פליז?! געס וואס די ענטפער איז געווען? ניין, מיט א ברייטקייט!!
וועסטו מיר פרעגן פארוואס איך מאך אזא בראטיל אז איינער געט מיר נישט קיין פען? ניין די מעשה דא איז אביסל אנדערש, דער גוי זאגט מיר ניין, און אויף זיין פנים דערווייזט זיך א ברייטע שמייכל!!! א גוי'שע קאפ!!

ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד שטעלט זיך אויף א גאר געוואלדיגע תמיה, ווי אזוי קען זיין אז אזאלכע "נייס" מענטשן וואס ווער ס'גייט אויף דייטשלאנד אדער אויף וויען וועט אייך מעיד זיין אז וואו מ'גייט דארט וועט מען דיר עפענען די טיר, זאגן א גיטן טאגע, א דאנקע שיינע, עפעס ספעציעלע "נייס גייס"!! ממילא איז דאך אזוי שווער, אזעלכע פיינע מענטשן זאלן זיין אזעלכע קאלט-בלוטיגע רוצחים?? אויסצו'הרג'ענען א גאנצע פאלק מיט אזעלכע בלוט-דורשטיגקייט הי"ד??

נאר, ענטפערט ר'אלחנן א געוואלדיגע דערהער, די מענטשן, פארוואס זענען זיי אזוי נייס און אזוי פיין? "פאר זיך".
זיי זענען נישט פיין ווייל זיי האבן רחמנות אדער עפעס, זיי זענען פרענדלי נאר פאר איין טעם, ווייל איך דארף זיין נייס, דער איך, די דייטשע גוי, דארף זיין נייס, זיי זענען נייס פאר זיך, נישט פאר יענעם!!

און דאס איז דער סוד פארוואס ביים גוי זעט מען טאקע אז זיי פאלגן, און האלטן איין די נארישע נישט וויכטיגע. ווי פליעז, עקסיוז מי, טעינק יא, אבער ווען ס'קומט צו בארגן א סעלפאן איז ער נישט צום געפינען!!
משא"כ דער יוד!! מי כעמך ישראל!!


'סארא מין גערעדעכץ אידאס? דער סאטמארע אי'דען נישט קיין בעל חסד ווייל "איך" "סאטמארע" דארף זיין א בעל חסד? דער אלגעמיינע היימישע נגיד גיבט נישט צדקה ווייל "איך" איד דארף געבן צדקה? ברענג מיר נישט קיין רבי'שע מעשה'לעך ווי דער אדער יענער העט געלעבט פאר א צווייטן! מיר רעדן פשוט'ע עמך אידן! 'כבין גרייט צו טשעלענדשזן פערזענליך סיי ווער ס'וויל מיר פארקויפן אז ער האט נישט קיין אנדערע אינטערעסן ווען ער טוט מצוות שבין אדם לחבירו.

איי ר' אלחנן? שתי תשובות בדבר. קודם כל ברענגט א מקור ביטע. צווייטנס, אויף אידן פון יענעם תקופה פעלט נישט אויס מסביר צו זיין זייער פראבלעם מיט די דייטשן וכו'.

און לעצם הענין, אז דער דייטש איז נייס ביסטו א חיה? ווייסטו אז דער דייטש בלאזט זיך די נאז אין טישוס, גיימיר אלע צוריק צום נאז-טיכל? און 'ך בעט דיר בתחנונים! ביטע זיי נייס ווייל "דו" דארפסט זיין נייס! מאך מיר נישט קיין בושות, כ'ווייס אז די האסט מיך דבילה און בוידעם, אבער פאר "דיך", און פאר דיינעט וועגן אליין, זיי נייס!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:06 pm
דורך Starbucks
zurich האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:רוב פין די זאכען ווען זיי געפרעקטיסט ביי די אמעריקאנע גוי איז עס פאלטש דורך און אדורך.
ער זאגט דיר שכוח אין סארי, טריי צי בארגן א קוואדער פין עם, אדער אז דיין סעלפאן בעטערי איז טויט בעט עם די ווילסט מאכן א פאן קאלל.
ווער איז אינערסירט אין פליז,טענקס,סארי? איך האב נישט קיין געדולד דערצו.
אינוועליד פארקינג וכד' איז נוגע אנדערע במילא פארשטיי איך אז מען דארף פאלגן.
ווען עס איז דא צען ליידיגע אינווליד ספסעס אין איךניץ איינס קומט זיך מיך נישט די גרויסע אמעריקאנע אויגן .
קאםאן ניצט דיין שכל.


דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געפארן אויף א פליגער און איך האב מיר גענויטיגט אין א פען, דריי איך מיך אויס צו מיין שכן אין איך פרעג עים, עקסיוז מי דא יא העוו עי פען פליז?! געס וואס די ענטפער איז געווען? ניין, מיט א ברייטקייט!!
וועסטו מיר פרעגן פארוואס איך מאך אזא בראטיל אז איינער געט מיר נישט קיין פען? ניין די מעשה דא איז אביסל אנדערש, דער גוי זאגט מיר ניין, און אויף זיין פנים דערווייזט זיך א ברייטע שמייכל!!! א גוי'שע קאפ!!

ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד שטעלט זיך אויף א גאר געוואלדיגע תמיה, ווי אזוי קען זיין אז אזאלכע "נייס" מענטשן וואס ווער ס'גייט אויף דייטשלאנד אדער אויף וויען וועט אייך מעיד זיין אז וואו מ'גייט דארט וועט מען דיר עפענען די טיר, זאגן א גיטן טאגע, א דאנקע שיינע, עפעס ספעציעלע "נייס גייס"!! ממילא איז דאך אזוי שווער, אזעלכע פיינע מענטשן זאלן זיין אזעלכע קאלט-בלוטיגע רוצחים?? אויסצו'הרג'ענען א גאנצע פאלק מיט אזעלכע בלוט-דורשטיגקייט הי"ד??

נאר, ענטפערט ר'אלחנן א געוואלדיגע דערהער, די מענטשן, פארוואס זענען זיי אזוי נייס און אזוי פיין? "פאר זיך".
זיי זענען נישט פיין ווייל זיי האבן רחמנות אדער עפעס, זיי זענען פרענדלי נאר פאר איין טעם, ווייל איך דארף זיין נייס, דער איך, די דייטשע גוי, דארף זיין נייס, זיי זענען נייס פאר זיך, נישט פאר יענעם!!

און דאס איז דער סוד פארוואס ביים גוי זעט מען טאקע אז זיי פאלגן, און האלטן איין די נארישע נישט וויכטיגע. ווי פליעז, עקסיוז מי, טעינק יא, אבער ווען ס'קומט צו בארגן א סעלפאן איז ער נישט צום געפינען!!
משא"כ דער יוד!! מי כעמך ישראל!!


ביזט נישט מער ווי גערעכט. מהיום והלאה נעם דאס גאנצע ליסטע מיינע און טוה פונקט דאס פארקערטע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:30 am
דורך ציבעלע-קיגל
משיח וועט שנעלער אנקומען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:32 pm
דורך Starbucks
אפשר איז ער שוין געקומען אבער ער האט געמאכט א בואי בשלום ווען א איד האט עם נישט אפן געהאלטן די טיר?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:44 pm
דורך town1
סטארבאקס האסט גוט געזאגט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:37 pm
דורך קווארטין
הוספה, נישט רעדן הויך אויפן סעלפאן ווען מ'איז אין באנק אדער גאר שטייענדיג שוין ביים טעלער.

אויב האסטו מער ווי 3 טראנזאקציעס דאן פארוואס'זשע ביסטו געגאנען צום ווינדאוי דיפאזיטן.

בעיני ראיתי, א קאר שטייט ביים ווינדאו א יאר מיט א יובל, ס'טוט זיך געשפרעכן, און דער גוי הונטער מיר קריצט מיט די ציין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 5:36 pm
דורך פארוואס נישט
א קליינע הוספה'לע.
ווער ס'איז נאר אמאל געקומען אין בארירונג מיטן גוי אין סיי וועלכע פובליק פלאץ, זאל דאס זיין ביים דאקטאר'ס אפיס, אין געשעפט און וואו נישט, האט שוין זיכער באמערקט אז ביי רוב גויים באשטייט זייער גאנצע 'נייסקייט' פון האלטן אפן די טיר פאר א צווייטן, און עפ"י רוב ביי דעם ענדיגט זיך עס.

אפאר יאר צוריק דרייווענדיג פאר חסד, האב איך מיך אפגעשטעלט ביי א מעדיקל פעסיליטי אויפצונעמען א פאציענט, האביך אבער געברויכט אן אשר יצר מאכן, האב איך געבעטן אנטשולדיגונג פון מיינע מיטרייזענדע און אריינגעגאנגן אינעם בילדינג. זייענדיג א גרינער אין יענעם בילדינג און קיין געהעריגע אנווייזונג טאוולען איז נישט צום געפונען דארט, טרעף איך מיך אן אין א ליידיגע לאבי, זיצט דארט איין גוי פארטיפט אין זיין סעלפאון, איך גיי צו און פרעג אים מיטן גרעסטן דרך ארץ צו ער קען מיר אפשר אנווייזן וואו די ביה"כ געפינט זיך. ער געט א מורמל ארויס 'on the right side', איך זאג אים טענק יו און איך לויף אהין, וואס זאל איך ענק זאגן, ווען נישט איינער קומט פונקט דעמאלס אראפ פונעם אויבערשטן שטאק וואלט איך נאך יעצט (גוזמא קתני) געשטאנען און עס געזוכט, יא ס'איז טאקע געווען אויף די רעכטע זייט אבער מיט א שטאק ארויף, און דארט אויפן צווייטן שטאק מאכענדיג א לינקס, נאך א לינקס און רעכטס האמיר עס געפונען ב"ה.

ארויפגייענדיג צום צווייטן שטאק ממש פארן ארויסגיין פונעם סטעירקעיס, זענען פונקט אריינגעקומען פונעם אונטערשטן שטאק צוויי גויים, ווען איך בין שוין געווען אויפן וועג צוריק פון ביה"כ טרעף איך די חברה אינעם לאבי אויפן צווייטן שטאק, איינער פון די חברה וואקן אזוי גלייך מיך אנטקעגן און בורזשעט ארויס פון צווישן זיינע ציין, 'Thanks for not holding the door for me'.

איך האב נישט געוואוסט צו איך דארף מיך יעצט שפירן באליידיגט אדער זאל איך לאכן, דא קום איך צו פארן נאך א וועג פון צוויי שעה לשם מצוה פאר אנדערע אידן'ס וועגן (וועלכע ווארטן אויף מיר אונטן אין קאר), לעומת זה ווען איך פרעג דעם גוי א נארישע אנווייזונג ווארט איך נאך יעצט אויף א נארמאלע מענטשליכע ענטפער, און דא ווען דער גוי איז אפגערוקט פון מיר מיט 6-8 סטעפס האלט ער מיר פאר, איך מיין, וואו איז דיין מענטשליכקייט? זעהסט נישט אז ביז 2 מינוט בין איך אויך ביי יענעם טיר, הלמאי דו האלטסט נישט אפן קיין טיר פאר מיר....???

כ'פארשטיי אז ס'איז נישט קיין עקסיוז צו מאכן א חילול השם אדער סתם נישט ביהעיווען ווען מ'איז צווישן מענטשן, אבער עפעס אויסטערלישע מענטשליכקייט ביים גוי??? קאם אן...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:48 pm
דורך Espresso
קענסט צולייגען צום קעפל "לעידי ביהעיוו!"
איך האב אין מיין בילדינג זייער א פרומע ווייבל וואס ווען איך האלט איר אפען די טיר וועט זי חלילה נישט זאגן טענק יו, און אויב איז זי ביים טיר אפילו אויב ביניך צוויי פוס אונטער איר וועט זי אלס פרומקייט לאזן די טיר אריינקלאפן מיר אין פנים... אזא פרעכהייט האב איך אין ערגעץ נישט געטראפן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:51 pm
דורך זר זהב
נעקסט טיים ווען זי קומט אונטער דיר, נישט נאר האלט נישט אפען די טיר פאר איר נאר זעץ איר עס אריין אין פנים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:56 pm
דורך Espresso
זי וועט זיך פרייען אז זי דארף נישט נכשל ווערן אין דורך גיין א טיר וואס א מאנזפערזאן האט געעפענט. דו קענסט נישט דיזע פריקס.