בלאט 1 פון 1

על (קורונה) ביעור חמץ

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 9:25 pm
דורך ישן מלא חדש
פסח / קורונה ביר

אפאר טעג צוריק גיי איך אדורך א קיפקע און איך הער ווי א גרויסע דעה זאגער שטייט און טרייבט ליצנות פון די באריכט אז אן ערך פון 38% אמעריקאנע גוים האבן אויפגעהערט צו טרינט קורונה ביר, וויבאלד עס דערמאנט זיי פון די קורונה וויירוס.

טיטלען אויף די 'נארישע' 'קליין קעפיגע' 'אומוויסנדע' גוים זענען דארט געפלאסן לרחצה, און די ליצנות פון זיי האט דערגרייכט עד לב השמים.

איין זאך האט מיר אבער שטארק געבאדערט און איך וויל עס אויס שמועסן מיט אייך....

מה נישתנה...
נישט טרינקען קורונה ביר פון די וועלכע פיהרן זיך אז פסח עסן זיי נישט קיין מייערן (carots בלע"ז) וויבאלד מייערן איז די לשון פון מערן און חמץ איז א זאך וואס מערט זיך.

ועוד מה נשתנה...
נישט טרינקען קורונה ביר מהיש נוהגים נישט צו ניצן פסח עסיג (vinigar בלע"ז) אפילו מיטן בעסטע השגחה וויבאלד עסיג ווערט אנגערופן חומץ וואס איז דומה לחמץ.

טייערע חברים איך האב אייך געפרעגט צוויי קשיות זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ.

(ניין!! די תירוץ איז נישט אל תיטוש תורת אמך ווייל די אייניקליך פון די 38% וועלן אויך האבן די זעלבע תירוץ וד"ל!)

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 9:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די זעלבע לצנות איז טאקע אויך אויף די וועלכע האבן איינגעפירט די מנהגים, איינמאל ס'איז שוין איינגעפירט גייט עס שוין אריין אין די 'מנהג' קאטעגאריע (טאקע אויך א לצנות פאר זיך).

Re: על (קורונה) ביעור חמץ

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 9:47 pm
דורך מי אני
עס קען טאקע זיין אז די וועג מעיקרא ווי אזוי די מנהגים האבן זיך פארמולירט (עפ״י אנטראפאלאגיע) איז טאקע פונקט בעצם אזוי ווי דאס נישט וועלן טרינקען די קאראנע ביר. אבער היינטצוטאגס, אחוץ און בנוסף צום ״אל תטוש״, קען מען אפשר יא מאכן א חילוק אז די וואס פירן זיך אזוי איז עס מכח ווייל זיי גיבן א סארט מיסטישע טעם דערצו. והיינו, אז די שמות פון די עסן האבן א כעין מיסטישע טומאה אויף זיך פון דעם ״ענין רוחני״ פון חמץ און די קשר דערצו (א כעין מיסטישע דייק בשמא, יומא פג:), ול״ד אלס א פשוט פסיכאלאגישע סיבה אז עס ״דערמאנט״ זיי פון חמץ וכדומה [א ״גשמיות׳דיגע״ סיבה].

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין מיך נוהג נישט צו טרינקען קאראנא ביר שוין משנים קדמוניות. (לכה"פ 30 יאר). מטעם הכמוס עמדי. שוין. אז דער עולם איז זייער שטארק נייגעריג לא אמנע טוב מבעליו. און כ'עלל אויסזאגן דעם סוד און דעם טעם הכמוס. נאך א סאך פריער ווי דער קאראנא וויירוס איז געבוירן. אין א געוויסע תקופה האט די יוניאן פון ביר ארבייטערס זיך געשלאגן מיט די קאראנא ביר פאבריק. זענען ארומגעפלויגן פארשידענע שמועות אז די ארבעטערס האבן איבערגעלאזט זייערע מי רגלים אין די פעסער ביר. ווען איך האב געקוקט אויף א פלעשל ביר פון אט די קאמפעני האט די משקה אויסגעזעהן פונקטליך אזוי ווי ס'שטייט אין סידור'ל. נישט מוללער אדער היינעקען זעהען אויס אזוי אריגינאל...!

Re: על (קורונה) ביעור חמץ

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 10:25 pm
דורך מי אני
דאס קען שטימען מיט וואס מ׳זאגט ביים דאווענען (עפ״י הגמרא בכריתות ו.) והלא מי רגלים יפין לה [פאר די ״קאראנע״ ביר] אלא שאין מכניסין מי רגלים במקדש [מ׳וויל דאס נישט טרינקען] מפני [נאך פון פאר די טעם פון] ה״כבוד״ [COVID]...

און דאס איז טאקע ביי די קטורת וואס איז מעציר המגיפה.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 10:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סייענס באשטעטיגט דאס

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2020 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
מי אני האט געשריבן:דאס קען שטימען מיט וואס מ׳זאגט ביים דאווענען (עפ״י הגמרא בכריתות ו.) והלא מי רגלים יפין לה [פאר די ״קאראנע״ ביר] אלא שאין מכניסין מי רגלים במקדש [מ׳וויל דאס נישט טרינקען] מפני [נאך פון פאר די טעם פון] ה״כבוד״ [COVID]...

און דאס איז טאקע ביי די קטורת וואס איז מעציר המגיפה.

כ'מוז דיר זאגן, דו ביסט פיינע נייעס....

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2020 12:55 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סייענס באשטעטיגט דאס

נישט נאר מאנקיס, מענטשן אויך.