בלאט 1 פון 1
פרנסה ביי גראפיקס
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:05 pm
דורך cookies
שלום עליכם
זייענדיג איינער וואס וויל זיך לערנען גראפיקס, איז מיר שטארק נוגע צו הערן פון די וואס האבן שוין עקספיריענס, וויאזוי די מצב הפרנסה איז ביי די גראפיק ביזנעס׳ן היינט צוטאג
פון די ביסל ריסערטש וואס איך האב שוין געמאכט דערווייל, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פארשידענע צדדים. טייל האבן געזאגט אז ס׳איז שוואך, טייל האבן געזאגט אז מ׳קען יא מאכן געלט אויב מען ווייסט וויאזוי צו פיהרן א ביזנעס, טייל האבן געקווענקלט, למעשה בין איך נישט ארויסגעקומען מיט קיין קלארן בילד, און איך בין שטארק נייגעריג צו הערן - פאר איך באשלוס - וואס די פראפעשינעלס האבן צו זאגן איבער דעם ענין.
מיט דאנק פון פאראויס
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:15 pm
דורך קאמפיאטער
איך זאג נאר מיינע צוויי צענט.
אויב האסטו א געפיל צו גרעפיקס און דו האלסט אז דו וועסט עס שנעל ארויס האבן און דו ביסט מסכים זיך צי פלאגן פאר פרנסה אזויוווי די פסוק זאגט, דעמאלטס וועט עס דיר לוינען. שטייצעך אריינגיין ארבטען פאר א צווייטן פאר א גוטע פאר יאר, און נאכדעם טראכטן פון גיין אליינס.
אבער נעם דיר אריין אפאר כללים אין קאפ. עס מיינט נישט אז די טאג ווען דו גייסט זיין פיניש זיך לערנען וועסטו האבן א דזשאב, ניין, וועסט נאך דארפן אסאאאך זוכן. און די לערנען טאר נישט צוגיין מיטן דעת אז איך לערן מיר נאר ווייל איך גיי האבן א דזשאב, דארפסט עס אינדזשויען און אריינלייגן אסאך פרעקטיס, און מיטן באשעפער הילף וועסטו מצליח זיין.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:44 pm
דורך שמעקעדיג
דא איז א מדובר דערוועגן.עס לוינט צו ווערן א מעמבער נאר צו קענען ליינען זייער ארטיקל. ס'איז עפעס מורא'דיג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:40 pm
דורך cookies
איך האב פארגעסן צוריקצוקומען צו דעם אשכול
א יישר כח פאר די לינק צום בעה"ב פארום, עס איז זייער אינטערעסאנט
וואס איך קען באשטיין צו וויסן איז, צו עס איז דא עמיצער וואס וועט מיר וויסן צו זאגן וואס פאר א חסיד׳ישע דעזיינער איז וויכטיג קודם צו לערנען, אילעסטרעיטער אדער אינדיזיין אדער אפשר גאר פאוטאשאפ, און וועלכע חלקים פון זיי ברויך מען פריער לערנען.
דערווייל בין איך נאך שטארק צומישט, עס זענען דא אזויפיהל זאכן צו קענען, און איך גלייב נישט אז איך דארף קענען ממש אלע זאכן פון די פראגרעמס, און איך בין זיכער אז עס עקזיסטירט שוין א אנגענומענער מהלך צווישן די חרד׳ישע דעזיינערס אויף וואס מען ברויך צו פאוקעס׳ן בעיקר.
אפשר איז דא צו באקומען סיי וואספארא ביכל אויף יודיש וואס ס׳טוט גיידן א חסיד׳ישע דעזיינער, דערווייל ווייס איך נישט צו זאגן פון אזא זאך, און ס׳איז מיר אינטערעסאנט פארוואס טאקע האט נאך קיינער נישט גענומען די מיה און געשריבן הלכות גראפיק אויף יודיש אזויווי עס זענען דא אויף ת"ג אדער מייקראסאפט ווארד/עקסעל.
Any suggestions?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:12 pm
דורך קאמפיאטער
איך מיין אז מיסטער פאטא שאפ פין אייועלט האט געשריבן אסאאך וועגן דעם. בכלל איז דארט דא א געוואלד מיט אינפארמעישען מיין איך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:44 pm
דורך cookies
קען מען אפשר לייגן א לינק?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:26 am
דורך משה רוקח
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:26 am
דורך משה רוקח
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:10 am
דורך מורינו הרב
עס איז דא פארשידענע כללים דערין.
עס איז דא וואס זענען סעלף עפלויד, און זענען אליין גראפיק דעזיינער, נאכדעם איז פאראן קאמאפניס פון גראפיק.
די שאלה פונעם פותח האשכול איז אויב די וואס פארמאגן גראפיק קאמפאניס, אויב זיי מאכן דערפון געלט.
ביטע ענטפערן.