בלאט 1 פון 1
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 11:56 am
דורך מי אני
דאס גיבט ליידער א נייע באדייט צו (שבת עה.) שוחט משום מאי חייב רב אמר משום צובע.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 1:41 pm
דורך [NAMELESS]
העניך האט געשריבן:
וויל איך פרעגן די אלע רוצחים בדמות עסקנים, רבנים,
איך מעג אפשר וויסן פון וועלכע רבנים ועסקנים איר רעדט? אלע וואס איך קען האבן אלעס אפגעשפארט תיכף ומיד ווען מען האט דאס פארלאנגט.
בארעדן אידישע קינדער האט אויך א גבול.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
העניך, דו ביסט געווען דער ביי לינטש פארק וואס האט געשיקט א פיקטשער צו די מידיא?
ניין כ'בין נישט דארט געווען אבער מיין חבר האט דיר געזען פון זיין בעדרום ווינדאו...
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 5:57 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:העניך האט געשריבן:
וויל איך פרעגן די אלע רוצחים בדמות עסקנים, רבנים,
איך מעג אפשר וויסן פון וועלכע רבנים ועסקנים איר רעדט? אלע וואס איך קען האבן אלעס אפגעשפארט תיכף ומיד ווען מען האט דאס פארלאנגט.
בארעדן אידישע קינדער האט אויך א גבול.
ניין די אידישע קאמיונטי איז געוועהן די לעצטע אלעס אפצשאפארן- אזש אז מ׳האט זיי נעבעך געמוזט איינרעדן אז טראמפ בכבודו ובעצמו גייט זיי רופן פון ווייסען-הויז- נאר ווען די גרויסע ״אידן פריינד״ טראמפ איז אריינגעמישט געווארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען אביסל זיך צו רעכענען מיט די גיידליינס און רעקאמאנדאציעס פון די עקספערטן.
און זיי רעכענען זיך נאכאלץ נישט געהעריג דערמיט. אסאך בתי מדרשים גייען זיין אפען דעם שבת!
בשעת ס׳פלאקערט א מגיפה און מענטשען שטארבן ווי פליגן און די איינציגסטע וועג דאס אפ צושטעלן איז אז יעדער זאל בלייבן אינדערהיים שטעלן זיי איין זייער לעבן און די לעבן פון אנדערע כאילו מ׳דארף זיך ״מוסר נפש״ צו דאווענען מיט א מנין (אדער דאווענען בכלל)
דער גאלאנטער שוטה גייט געהעריג עפענען זיין שול די שבת! פארוואס??? אינמיטן אזא קריזיס? פארוואס זאלן מיר איינשטעלן דאס לעבן פאר דאווענען מיט מנין? זינט ווען דארף מען זיך פארדעם מוסר נפש?
אידן זענען היינט ווייטער געגעאנגען אין מקוואות! א מקוה איז די גרעסטע האטבעט פאר אלע מיני קרענק!
די גאנצע מקוה איז נאר געמאכט געווארן אז פארצייטישע מענטשען זאלן זיין ריין פאר סאיז געוועהן פלאמבינג אין יעדע הויז... היינטיגע צייטן האט יעדער א קליינע מקוה׳לע ביי זיך אינדערהיים!
ממש נאציס, קאמוניסטן, שרייען זיי מ׳האט נעבעך צוגעמאכט אלע שוהלן!!!
זיי מוזן אייביג זיין קלוגער פון יעדען איינעם? זיי קענען קיינמאל נישט אויסהערן וואס די עקספערטן זאגן?
Re: שוין געטאטשט די פעינט, שוטה'לע! יעצט ביסטו צופרידן?
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 6:25 pm
דורך החוקר
@העניך איך וויל דיר געבן א לייק ווייל דיינע געדאנקען זענען... כ'בין שפראכלאז. אבער וואס זאל איך טון, איך קען נישט צושטימען מיט דיינע באשולדיגונגען.
סיי ווייל איך האלט אז די פאניק וואס גייט דא פאר איז אין לשער! עס איז ארויס פון יעדן גבול און לאגיק. די פאניק איז באלד ערגער ווי די וויירוס אליין.
און סיי וואס מען האט יא היפש שנעל אויסגעפאלגט און אפגעשפארט אלעס, לויט ווי פארלאנגט. יא אמת, מען האט זיך אביסל געקווענקעלט, אונז זענען אייביג אביסל אויבערחכם'דיג. און נאכמער, למעשה דארף מען מאכן אזא באשלוס בכבוד ראש, קען מען לדעתי קיין סאך טענות נישט האבן. איך וואלט געזאגט אז מען האט אפגעשפארט אסאך שנעלער ווי איך האב ערווארט.
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2020 8:29 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:העניך האט געשריבן:
וויל איך פרעגן די אלע רוצחים בדמות עסקנים, רבנים,
איך מעג אפשר וויסן פון וועלכע רבנים ועסקנים איר רעדט? אלע וואס איך קען האבן אלעס אפגעשפארט תיכף ומיד ווען מען האט דאס פארלאנגט.
בארעדן אידישע קינדער האט אויך א גבול.
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.
נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....
#רוצחיםבלעז
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 1:55 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:העניך האט געשריבן:
וויל איך פרעגן די אלע רוצחים בדמות עסקנים, רבנים,
איך מעג אפשר וויסן פון וועלכע רבנים ועסקנים איר רעדט? אלע וואס איך קען האבן אלעס אפגעשפארט תיכף ומיד ווען מען האט דאס פארלאנגט.
בארעדן אידישע קינדער האט אויך א גבול.
ניין די אידישע קאמיונטי איז געוועהן די לעצטע אלעס אפצשאפארן- אזש אז מ׳האט זיי נעבעך געמוזט איינרעדן אז טראמפ בכבודו ובעצמו גייט זיי רופן פון ווייסען-הויז- נאר ווען די גרויסע ״אידן פריינד״ טראמפ איז אריינגעמישט געווארן האבן זיי זיך אנגעפאנגען אביסל זיך צו רעכענען מיט די גיידליינס און רעקאמאנדאציעס פון די עקספערטן.
און זיי רעכענען זיך נאכאלץ נישט געהעריג דערמיט. אסאך בתי מדרשים גייען זיין אפען דעם שבת!
בשעת ס׳פלאקערט א מגיפה און מענטשען שטארבן ווי פליגן און די איינציגסטע וועג דאס אפ צושטעלן איז אז יעדער זאל בלייבן אינדערהיים שטעלן זיי איין זייער לעבן און די לעבן פון אנדערע כאילו מ׳דארף זיך ״מוסר נפש״ צו דאווענען מיט א מנין (אדער דאווענען בכלל)
דער גאלאנטער שוטה גייט געהעריג עפענען זיין שול די שבת! פארוואס??? אינמיטן אזא קריזיס? פארוואס זאלן מיר איינשטעלן דאס לעבן פאר דאווענען מיט מנין? זינט ווען דארף מען זיך פארדעם מוסר נפש?
אידן זענען היינט ווייטער געגעאנגען אין מקוואות! א מקוה איז די גרעסטע האטבעט פאר אלע מיני קרענק!
די גאנצע מקוה איז נאר געמאכט געווארן אז פארצייטישע מענטשען זאלן זיין ריין פאר סאיז געוועהן פלאמבינג אין יעדע הויז... היינטיגע צייטן האט יעדער א קליינע מקוה׳לע ביי זיך אינדערהיים!
ממש נאציס, קאמוניסטן, שרייען זיי מ׳האט נעבעך צוגעמאכט אלע שוהלן!!!
זיי מוזן אייביג זיין קלוגער פון יעדען איינעם? זיי קענען קיינמאל נישט אויסהערן וואס די עקספערטן זאגן?
איך אגרי אז די חרדים האבן נישט גלייך פארשפארט און גענומען ריכטיגע שריט, אבער ס'קוקט אויס אז די גיסט אויס דיין כעס און ווייטאג אויף חסידישע אידן ווייל די מיינסט האסט געטראפן א מקום להתגדר.
גאלאנטע און אסאך אנדערע שולן זענען געווען אפען 100% לעגאל. פליצלינג ווערסטי מיר אזא מחמיר אויף ונשמרתם מאד לנפשתיכם און ווילסט זיין פויפסטליכער פונעם פויפסטליכער. פאר דיר קענסטי מחמיר זיין ווען ס'שמעקט דיר אבער שריי נישט אויף א צווייטן ווען יענער טראכט אנדערש ווי דיר.
די שרייבסט אז די מקוה איז "די גרעסטע האטבעט פאר אלע מיני קרענק". סתם געדרייט א קאפ. די סאבוועי אדער סיטי באס איז סאך סאך ערגער,פונדעסוועגן איז עס אפען און מענטשן גייען דארט ווייל ס'איז זיי וויכטיג. פאר דעם וואס א מקוה איז וויכטיג, האט די זעלבע רעכט.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 10:09 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער איז מעגליך גערעכט, אבער עס מוז דערמאנט ווערן עפעס. דער עולם רעדט כאילו עס איז דא א רעגירונג וואס וויל פארמאכן די שולן, און מיר דארפן מעגליך פאלגן.
דאס איז א גרויסע טעות. פארמאכן שולן איז א שריט פאר אונזער געזונט, נישט אויף צו היטן א געזעץ. און זוכען צו האלטן די געזעץ און נישט מער מיינט אז מ'זעט נישט די ערנסטקייט דערפון. דאס איז נישט קיין געזעץ זאך נאר א געזונט זאך.
איינער וואס טענה'ט אז דער געזעץ איז די מערסטע מחמיר, און ממילא דארפן מיר נישט מחמיר זיין מער ווי זיי, ווייסט נישט וואס ער רעדט. די גוי ווייסט גארנישט פונ'ם איד, און אפילו מ'וועט אים מסביר זיין, וועט ער קיינמאל נישט פארשטיין. די נאנטקייט מיט וואס מיר שטיין, די נאכלעסיגע הייגינה, ועוד. מיר וואלטן געמעגט זיין די ערשטע זיך צוריק צו האלטן, נישט די לעצטע.
איך ווייס נישט וואס איז פארגעקומען אין גאלאנטא צו סטוטשין, אבער מיר דארפן דא זיין פארזיכטיג, און געדענקן אז די מומחים האבען פאראויסגעזאגט וואס גייט זיין, ולא נפל דבר מדבריהם ארצה. זייער ראטע איז נאך בעסער ווי דער ליובאוויטשער רבי און די אזטעקס. אלס פאסירט פונקט ווי זיי האבען פאראויסגעזאגט, און מיר זענען אויפ'ן וועג קיין איטאליא גאנץ שנעל. זייט'ס נישט קיין פעטץ, און וועקט'ץ ענק אויף, פאר אייער אייגענע געזונט. אז דו ווייסט נאך נישט איינער וואס איז אנגעשטעקט, וועסטו מסתמא באלד זיך דערוויסען, טאמער מ'האט נישט ריכטיג געהיטען די אנווייזונגען אין די לעצטע פאר וואכען. און טאמער מ'גייט יעצט נישט היטן, גייט מען ח"ו ליידען אין א פאר וואכן.
עס איז נישט דא קיין שום סבה צו גלויבן אז זאכען ווערן בעסער פון זיך אליינס.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 11:04 am
דורך אישתישבי
ר' ליטוואק
די רעדסט כאילו די אלע הרחקות זענען דא צו ראטעווען פין דער מחלה, אבער עס איז נישט אזוי, עס איז צו פארמינערן דער נאמבער פין מענטשן אויף איינמאל. דאס הייסט, יעדער גייט ווערען עקספאוזד צו דער וויירוס מיט דער צייט, און די וואס כאפען עס וועלען עס כאפען צום סוף, נישטא קיין גרויסע עצות אויף דעם. מען פרובירט נאר צו מאכן אז עס זאל נישט איבערוועגן דער העלט סיסטעם, און מען זאל קענען זיך אפגעבן מיט די חולאים.
ממילא, איך זאג נישט מען דארף פארלעצען די הרחקות, אבער די רעדסט (דא, און אין אנדערע פאוסטס) כאילו דער וואס גייט ארום איז דמו בראשו, און איז מסכן אנדערע, און עס איז נישט ממש אזוי. דער וואס האט מורא פין דער מחלה קען זיך גיין אין א מדבר פאר דער נעקסטע יאר, ווייל די הרחקות גייען אים נישט ראטעווען. ווידער איינער וואס איז יונג, און איז גרייט צו נעמען דער ריסק, וואס גייט דיר אהן אז ער דאווענט געהעריג?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 11:17 am
דורך מי אני
היא היא. אז מ'דארף זיך מער אפבאכט גיבן און זיך אפזינדערן כדי נישט איבערצוּוויגן די העלט קעיר סיסטעם, וואס דאס וועט/קען ראטעווען לעבנס. און אויב נישט קען זיין דמו, אדער דמו של אחר, בראשו. (מ'רעדט טאמער עס זענען נישט דא קיינע געהעריגע אנדערע מיטלען צו ראטעווען.)
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 12:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:ר' ליטוואק
די רעדסט כאילו די אלע הרחקות זענען דא צו ראטעווען פין דער מחלה, אבער עס איז נישט אזוי, עס איז צו פארמינערן דער נאמבער פין מענטשן אויף איינמאל. דאס הייסט, יעדער גייט ווערען עקספאוזד צו דער וויירוס מיט דער צייט, און די וואס כאפען עס וועלען עס כאפען צום סוף, נישטא קיין גרויסע עצות אויף דעם. מען פרובירט נאר צו מאכן אז עס זאל נישט איבערוועגן דער העלט סיסטעם, און מען זאל קענען זיך אפגעבן מיט די חולאים.
ממילא, איך זאג נישט מען דארף פארלעצען די הרחקות, אבער די רעדסט (דא, און אין אנדערע פאוסטס) כאילו דער וואס גייט ארום איז דמו בראשו, און איז מסכן אנדערע, און עס איז נישט ממש אזוי. דער וואס האט מורא פין דער מחלה קען זיך גיין אין א מדבר פאר דער נעקסטע יאר, ווייל די הרחקות גייען אים נישט ראטעווען. ווידער איינער וואס איז יונג, און איז גרייט צו נעמען דער ריסק, וואס גייט דיר אהן אז ער דאווענט געהעריג?
ווייל יענער האט קרובים וכדו׳, ווייל מיט אלע הרחקות איז גארנישט פארזיכערט. ממילא יעדער וואס נעמט אריין די מחלה, איז א בריק צום נעקסטן מענטש וכן הלאה. און אפילו דער וואס פאלגט, וועט נישט קענען גיין וואוינען אין מדבר, ער מוז קויפן אין געשעפט וכדו׳, ווי אנדער מענטשן זיינען. נאר דורך זיך אפטיילן איינעם פון אנדערן,וועט מען אפשטעלן אדער עכ״פ שטאטער מאכען, די גאנג פון די מחלה. עס איז נישט נאר דער מענטש, עס איז יעדער מיט וועם ער קומט אין בארירונג.