בלאט 1 פון 1
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר?
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2020 11:48 pm
דורך אמת וצדק
צווישען די באקאנטע הגדות איז זיכער צו פארעכענען די הגדה ״מדרש הגדה״ באקאנט אלץ דער מלבי״ם הגדה. אבער ווער עס האט נאר אנגעהויבן אריינקוקן בנוגע דעם הגדה שטויסט זיך אן אין א אומקלארקייט, איז די מחבר טאקע דער מלבי''ם אדער גאר נפתלי משכיל לאיתן?, דארף מען דורך גיין די היסטאריע פונעם הגדה, און צום סוף וועט מען זעהן צו מ׳קען ארויסקומען מיט א מסקנה. די הגדה איז צום ערשט ערשינען אין יאר תרמ''ג, אין שטאט ווארשא, (די מלבי''ם איז אוועק שוין ר''ה תר''מ) אויפן שער בלאט שטייט אזוי:
[center]סדר
הגדה של פסח
עם באור חדש
מדרש הגדה
יפלס נתיב בעומק הפשט, יפרש קשור וחבור
המאמרים זה לזה, יבאר דברי חכמים וחידותם,
ויוכיח כי כל הדרשות יסודתן בעצם הכתוב,
וכמסמרות נטועים בלשון המקרא לפי חוקי הלשון
וסדר הדברים, והדרש והפשט תואמים יחדיו, היא
המסלה העולה בית אל להבנת דרשות רבותינו
ז''ל, דרך הקדש יקרא לה מאת כבוד הרב הגאון
האביר, צדיק כביר, הוא המשביר, לשחקים יאביר,
וחילים יגבר,
מוהר''ר מאיר ליבוש מלבים זצוק''ל
עם עשרה מאמרות והם הערות בבאורי מאמרי חז''ל
מאתי נפתלי בהגאון מרן אברהם זצוק''ל משכיל לאיתן[/center]
איז פון דעם שער בלאט איז נישט קלאר ווער איז די מחבר פונעם הגדה, דהיינו צו די מלבי''ם, און לויט דעם וועט די ווערטער ''דרך הקדש יקרא לה מאת'' וכו', מיינען אז די מלבי''ם איז די מחבר, און נפתלי משכיל לאיתן האט נאר צוגעלייגט די ''עשרה מאמרות'', אדער קען מען זאגן אז ''דרך הקודש יקרא לה מאת'' וכו', מיינט אז די הגדה גייט אויפן דרך פונעם מלבי''ם אבער די מחבר זעלבסט איז נפתלי משכיל לאיתן, און די ווערטער ''מאתי נפתלי'' וכו', גייט ארויף סיי אויף די הגדה און סיי אויף די עשרה מאמרות.
איז פאר מיר גייען ווייטער, ווער איז בכלל דער נפתלי משכיל לאיתן, נפתלי משכיל לאיתן האט אליין אפגעשריבען זיין אויטאביאגראפיע (וואס איז געדריקט געווארן אינעם ספר ''ספר זכרון לסופרי ישראל החיים אתנו כיום'', ווארשא תרמ''ט): וועל איך בקיצור אראפברענגן וואס ער שרייבט דארט, געבוירן איז ער י''ז אדר א' תקפ''ט, אין די שטאט ראדושקאוויץ וואס איז נאנט צו מינסק, געווען איז ער די פיפטע קינד צו זיין פאטער הגאון רבי אברהם משכיל לאיתן (משכיל לאיתן אויפן נאמען פון זיין ספר), וואס איז די ראש פון די משכיל לאיתן משפחה, ווען ער איז אלט געווען פינוף יאר איז זיין פאטער געווארן רב אין מינסק, ער דערציילט אז אין חדר האט ער נישט געלערנט קיין נ''ך, ווייל אזוי האט זיין פאטער באפוילן זיינע מלמדים אז בשעת די אנדערע קינדער לערנען נ''ך זאל ער זיך אפרוען.. און זיין פאטער פלעגט צולייגן אז ער אויך האט דאס נישט געלערנט אלץ קינד און אפי' דאך איז ער א בקי אין דעם, אבער ער האט באקומען א גרויסע תשוקה צו די כתבי קודש, ווי ער שרייבט: לא ידעתי אם יהיה להקוראים מושג ממדת היסורים אשר סבלתי, יסורים אשר יסודתם ברוח, כי מתכונתי בהיותי כבן עשר הייתי מתעורר ומתרגש למאד בעת שמעי למודי ספרי הנביאים והכתובים מפי חברי.
אבער ווען ער איז אריין אין ישיבה ביי די צוועלף יאר, וואס דאן האט מען אים שוין נישט נאכגעקוקט א גאנצען צייט האט ער אנגעהויבן צו לערנען אליין נ''ך מיט רש''י און מצודות, און ווען ער האט אנדעקט די פי' רד''ק זענען זיינע אויגן אויפגעלאכטען, דערנאך שרייבט ער: עוד מעט התפתחה רוח מבינתי עד כי לא נחה דעתי לפעמם בפירושי המפרשים ואפרש פירוש חדש מעצמי.. פון נ''ך איז ער געגאנגען צו ספרי מליצה ושיר, ווי ער שרייבט: גם במחבא סתר שמתי עיני בספרי מליצה ושיר, כי ההגיון בספרים אלה והעסק בשפת קדש היו בימים ההם לראשית חטאת כעוסק במינות, ספר לישרים תהלה לרמח''ל ושירי תפארת לרנה"ו (נפתלי הערץ ווייזל) שננתם על לשוני עד כי הרבה מהם היו שמורים על דל שפתי, ומספרי מליצה הפשוטה לא חזו עיני רק את ספר צחות המליצה ועט סופר, ובשנת החמש עשרה השגתי את הקרית ספר לרמא''ג (מרדכי אהרן גינצבורג, פון די משכילי ווילנא) ועולם חדש ראיתי.
אזוי ארום האט ער אנגעהויבן אליין שרייבן שירים, און ווען ער איז אלט געווען זיבעצן יאר האט ער געשריבן א ספר חזיון אויף די מגילת אסתר ווי ער שרייבט: ויהי בהגיע חורף שנת תר"ו ואני אז בן שבע עשרה שנה כתבתי ספר חזיון דראממא לימי הפורים במחזות ומערכות באורח שיר על דרך ספר שלום אסתר ללעטעריס (מאיר הלוי לעטעריס, פון די משכילי גאליציע), במחברתי זאת שמתי שיחות ודברים בפי מדברים אשר ישנם במגלת אסתר ואשר אינם שם ויצרתים אף עשיתים לצחק לפני ולשאת את מדברותי בדברים ההס אשר שמתי בפיהם נהדרו עניני המגלה בהדרת קדש גם על פיהם נתבארו לי כתובים קשים במגלה, כמעט שבצעתי מלאכתי בעודי שש ושמח על יצור כפי והנה קנאים פגעו בי והביאו את דבתי רעה אל מר אבא ז"ל כי כתבתי מינות והמלשינים מצאו מקום מחבואת והביאוה אל מר אבי ז"ל וישם עינו עליה ויתפלא ויאמר הלא אין בה שמץ דבר מכל הדבה אשר דברתם ומה החטאים אשר אתם טופלים עליו אין בזה כי אם הרחבת דברים ויפוי המליצה להגדיל את הנס ותוספת תהלות ותשבחות לאל המושיע בכל צרה, ולא הראה לי כבוד מר אבא ז"ל פנים זועפים כאשר דמו אך הוכח הוכיח אוחי בדברי מוסר כי לא טוב הדבר אשר אני עושה לבלות עתותי בקטנות כאלה, אבל דברי תוכחתו לא כבו את גחלת תשוקתי ולא עצרו כח לכלוא בי את הרוח ואשוב לקריאתי בספרי השכלה ולכתיבתי דברי שיר ומליצה צחה כאשר בתחלה אפס כי הוספתי לי משמרת למשמרת.
ער איז אבער געווען מסופק צו ער איז באמת גוט אין שרייבען שירים, איז ער אין תרט''ו אנגעקומען קיין ווילנא צום הויז פון: נעים זמירת ישראל הרב אד''ם (אברהם דוב-בער מיכלישוקר) הכהן לעבענזאהן ז''ל פון די באקאנטע משכילי ליטא, אויפן וואנט און זיין הויז איז געהאנגן א בילד פון זיין זוהן מיכה יוסף וואס איז אוועק יונג, און לעבן דעם איז געשטאנען די נוסח פון זיין מציבה, זעענדיג דאס בילד פון דעם משורר וואס איז אוועק יונג איז ער נתעורר געווארן אין מחבר געווען א שיר לכבודו, דערנאך האט ער דאס געוויזען פאר אד''ם הכהן, און אים געפרעגט חוות דעתו, אויף וואס ער האט גענטפערט: אכן משורר אתה מלידה ומבטן. אזוי ארום האט ער ווייטער מחבר געווען שירים, אבער האט קיינמאל מפרסום געווען זיין נאמען אויף זיינע שירים נישט צו פארשעמען זיין משפחה.
פון די פופצען יאר האט ער אנגעהויבן מעתיק זיין זיין פאטער'ס כתבים, היות ער האט געהאט א שיינע כתב, און דאס עוסק זיין מיט זיין טאטע'ס כתבים האט אים אויסגעלערנט צו טראכטען מיט א שכל הישר, דערנאך שרייבט ער: ובשומי מעיני בחלק האגדה כי רבה העזובה בו באין ערוך לחלק ההלכה כי מפרשי האגדה אין חולה מהם על הפשט הפשוט רק מה שהוא יותר רחוק ויותר זר ותולה על בלימה הוא הטוב בעיניהם ופניתי אני את לבי לחלק האגדה, ביותר נלוה עמי גם ההגיון הישר ב''ה והוא נחני ארח מישרים לרדת אל עמק הפשט או קרוב לו ולבאר כמה מאות מאמרי חז"ל בש"ס, און ער האט מפרסום געווען זיינע תורות אין פארשידענע מקומות, ווי ער שרייבט: כבחינות מהם נדפסו בספר השנתי האסיף שנה שניה וכנסת ישראל שנה ראשונה ובעין יעקב דפוס ווילנא בחדושי אהבת איתן למר אבא ז''ל למסכה ברכות ושבת ובספר כוכב מיעקב וביותר באורי מדרש הגדה להגדה של פסח דפוס ווארשא תרמ"ג אשר מבקשי הפשט האמתי יראו שם חדשות ונצורות בעז''ה ולא היה עוד כבשם הזה.
אין די האסיף און אין כנסת ישראל וואס ער ברענגט איז דא צוויי דריי תורה'ליך זיינע, אזוי אויך די ספר אהבת איתן אויף די עין יעקב האט ער מסדר געווען, און ער האט צוגעלייגט אפאר קליינע הערות, און לגבי די ספר כוכב מיעקב (תורות פונעם דובנא מגיד אויף די הפטרות, און אויך פון זיין תלמיד רבי אברהם בעריש פלאהם) שרייבט רבי אברהם בעריש פלאהם: ותשואות חן חן לידידי יקר הרוח איש תבונות הרב החריף מו"ה נפתלי בן הרב הגאון בעל משכיל לאיתן ז"ל אשר העיר ה' את רוחו ללקט ולסדר מחידושי מו"ר ז"ל אחת אל אחת וחבר מהם ספר אשר פי יקבנו כוכב מיעקב על הפטרות כתבנית ספר אהל יעקב על התורה. פלאהם ברענגט אסאך פשטים פון משכיל לאיתן, וואס איך פארשטיי נישט איז אז מען קען בפשטות נישט מבחין זיין אין דעם ספר וואס איז פונעם דובנא מגיד און וואס איז פון פלאהם.
צום סוף שרייבט משכיל לאיתן אז צוואנציג יאר האט ער געארבעט אויפן ספר סדר הדורות (פון הגאון רבי יחיאל הלפרין די רב פון מינסק) ווי ער שרייבט: עשרים שנה משלשים עד חמשים עבדתי את עבודתי הגדולה (אינעם הקדמה אויפן סדר הדורות שרייבט ער נאר פופצען יאר) בסדורי החדש לספר סדר הדורות ספר רב השם רב האיכות ורב הכמות אשר היה ספר החתום גל אחד של שבושים ובלבולים מאין כמהו בכל הספרים וסדרתיו מחדש ויהי כלי חדש, בהמשך השנים ההנה היו עתים אשר רק בו לבד היו כל מעיני והגיתי בו יום ולילה. און ער ברענגט צוויי חכמים וואס האבן אים אויסגעלויבט אויף זיין ארבעט (א חוץ די רבנים גאוני ליטא וואס געבן אן הסכמה אויפן ספר): הרב הגדול המבקר הנפלא ר' אייזיק הירש ווייס נ"י בספרו העתי בית תלמוד והרב המפורסם חופש כל חדרי תורה ר' שלמה באבער נ"י בכמה מספריו (ביידע פון זיי גרויסע באקאנטע פערזענליכקייטן בדורם, ווייס איז געווען א גרויסע משכיל און די מחבר פונעם ספר ״דור דור ודורשיו״ ה׳ חלקים. באבער איז דער באקאנטע מהדיר ספרי המדרש, און איז געווען נאנט מיט משכילי דורו ווי למשל שמואל דוד לוצאטו פון איטאליע, די פילוסוף מארטין (מרדכי) בובער, איז געווען זיינס א אייניקל). א חוץ שרייבען און מהדיר זיין איז ער אויך געווען אן אתרוג סוחר. משכיל לאיתן איז אוועק ו׳ כסלו תרנ״ח.
רבי ברוך הלוי עפשטיין (די בעל תורה תמימה, א זוהן פונעם ערוך השלחן) שרייבט אין זיין ספר זכרונות מקור ברוך (חלק ד' עמוד תתנז) וועגן משכיל לאיתן: ואעפ''י שהי' מתרועע לפעמים גם עם משכילי דורו וגם אם כאלה אשר בטחון דעתם ביחש אמונה ודת הי' מוטל בספק, אעפ''י כן לא נמנעו גדולי דורו להוקירו ולחבבו, מפני שהכירו אותו לאיש הולך תום ושומר מצוה ובעל תלמוד גדול והולך את חכמים, וכו', און די מקור ברוך פירט אויס: וכפי שהי' הוא אומר, הי' עוסק בהשכלה בשעה שאינה לא יום ולא לילה, אכן תפס בזה קצת לשון גוזמה, יען כי פרי עבודתו בענין זה יעידון, כי חשך למענה יותר מרגעים אחדים גם מן היום גם מן הלילה...
דערנאך שרייבט דער מקור ברוך אויף רבי נפתלי: הוא היה ספרא רבה, ובאיזה ערך גם מצוין בטהרת השפה ובצחות הלשון ובהסבר קל, וכתב הרבה בעתונים ובירחונים ומאלה שאדע ואזכור, ובהאסיף לר''נ סוקולוב ובכנסת ישראל לשפ''ר, וכתב כמה ספרים קטנים, ומאלה שאדע ספר רוח החיים, ומכתב ללמד- ספר לחניחי שפת עברית, אכן עבודותו היותר נרגשת וכו', הוא סדורו מחדש וכו', של הספר הנודע ומקובל בספרתנו ''סדר הדורות''. זעהט מען אביסל ווער נפתלי משכיל לאיתן איז געווען, א וואוילע איד געווען, א יודע ספר און א קנאפע ת''ח, שטארק געלעגען אין די חלק אגדה ודרוש, מהדיר געווען ספרים, געשריבען שירים אין תחנות, און געהאט שטארק קשר מיט די משכילי רוסיה וליטא. איך האב אראפגעברענגט זיין תולדות אביסל באריכות קודם ווייל ס׳איז אונטערסאנט וואס ער שרייבט אויף זיך, אזוי אויך איז גוט צו וויסן פארן המשך המאמר פון וועם מען רעדט דא.
עכ''פ האבן מיר געזעהן ווי ער שרייבט אז ער איז די מחבר, אזוי אויך אינעם צייטונג ''הצפירה'' חודש ניסן שנת תרמ''ג, (און די זעלבע צייט ווען די הגדה איז ערשיינען) איז געדריקט געווארן א מודעה פון ר' חיים נח אייזינשטאט (רבי חיים צבי אייזינשטאט האט געדרוקט די ספרי המלבי''ם על התורה) ווי ער שרייבט בזה''ל: יצא לאור הגדה של פסח עם באור חדש מדרש הגדה, וכו', לבל יטעה הרואה שאך העשרה מאמרות המה לר' נפתלי, אבל באמת לא השאיר לנו הגאון מלבי''ם זצ''ל שום פירוש על ההגדה, אך רבי נפתלי נסה את כחו לעשות כמתכונתו וללכת במסלת הגאון זצ''ל, ואם באמת השכיל לעשות ובא עד המסלה על זאת אין חפצי להעיר כעת, כי כל מבין עינים לו לראות ולהבחין, כי כיתרון וגו', ולא באתי לע''ע רק להעיר את הרואה כי ישים עינו על הדברים וידע למי המה, ולא יתלה הדברים בהגאון זצ''ל עכ''ל.
אזוי אויך שרייבט הגאון ר׳ ראובן כ''ץ (ער איז געווען אן איידעם ביי הרב אברהם משכיל לאיתן א זוהן פון רבי אהרן א ברידער פון רבי נפתלי, אזוי אויך איז ער געווען הויפט רב פון פתח תקוה און געפירט דארט א ישיבה, הגה''ג רבי חיים קנייבסקי איז זיינס א תלמיד) אין זיין ספר ''דודאי ראובן'' על התורה פרשת בא: ראיתי בהגדה של דו''ז הרה''ג רבי נפתלי משכיל לאיתן. אזוי אויך שרייבט רבי משה ארי' ליב מארגענשטערן פון די שטאט לוקאווא- פולין אין זיין הגדה ''מטע לשם אבי'' (ווארשא תרפ''ג), ווי ער ברענגט די הגדה על שם המלבי''ם, אבער נאכן פרעגן פארשידענע קושיות זאגט ער: אח"כ שמתי לב כי באמת לא יצאו דברים האלו מפיו אך המלקט המו"ל והמביאו לביה"ד הוא אמרם ותלי אותם אל הרב המלבי''ם ז"ל. דהיינו מכח זיין קושיות איז ער געקומען צום מסקנה אז נישט דער מלבי''ם איז די מחבר, (ער האט געהאט פאר זיך די צווייטע מהדורה פון שנת תרנ''ד וואס דארט האט משכיל לאיתן משנה געווען די נוסח פונעם שער בלאט אז עס זאל מער משמע זיין אז ער אזי די מחבר אזוי ווי אויך וועל שפעטער שרייבען). אזוי אויך שרייבט אויך רבי חיים דוב פרידבערג אין זיין ספר ''בית עקד ספרים'' חלק א' עמוד 267.
מצד שני האבן מיר הרב יוסף גרינבוים בעמח''ס הכרמל וואס די ספר הכרמל איז א הפלא'דיגע ליקוט לויט די סדר אלף בית פון ספרי המלבי''ם, ברענגט ער צוויי מאל די הגדה (ביי ערך מצרים און ערך עמל), זעהט מען אז ער האט דאס אריינגערעכנט צווישען די ספרי המלבי״ם, אזוי אויך רבי מתתיהו שטראשון (א זוהן פונעם רש״ש) וואס איז געווען א גרויסע ידען און מבקר און פערזענליך געקענט דעם משכיל לאיתן שרייבט אין זיין ספר ''ליקוטי שושנים'' (ווי ער רעכענט אויס אלע ספרים פון די גרויסע אוצר הספרים וואס ער האט געהאט) מספר 1153: באור מדרש הגדה לר' מאיר ליבוש מלבים ווארשא 1883. אזוי אויך רבי אברהם יערי שרייבט אין זיין ספר ''ביבליוגרפיה של הגדת פסח'' מספר 1211 אז די הגדה איז פונעם מלבי''ם. אזוי אויך רבי משה פלר אין זיין ספר ''בית עקד ספרים החדש'' (אות ה' מספר 169), אזוי אויך החוקר צבי הרכבי אין זיין ספר ''לחקר משפחות'' (ווי ער טוט דורך די משפחת משכיל לאיתן), באשרייבט און קורצן דעם נפתלי משכיל לאיתן און רעכענט אויס זיינע ספרים, שרייבט אין עמוד 11 הע' 41: הגדה של פסח (עם מלבי''ם) ועשרה מאמרות מאת וכו'. אזוי אויך אין די ספר יהדות ליטא חלק ג' עמ' 71, רעכענט ער אויס זיינע ספרים און ער רעכענט נאר אריין די עשרה מאמרות. אזוי אויך קען מען זעהן אין די צייטונג ''עברי אנכי'' כ''א אדר שני שנת תרמ''ג – די יאר וואס די הגדה איז ערשיינען, ווי עס שרייבט איינער בשם נחמיה צבי המכונה חיים טשארנאוויץ- סוכן העברי בווארשא: נמצא כעת במסחר ספרים שלי סדר הגדה של פסח עם פי' מדרש הגדה מהגאון הנודע בשם מלבי''ם זצ''ל וכו'. אזוי אויך קען מען זעהן אינעם הגש''פ שלחן הטהור וואס איז געדריקט געווארן אין לעמבערג שנת תרס''ח, ווי ער ברענגט א פי' אויף די פיסקא כמה מעלות טובות למקום עלינו פון די מדרש הגדה, און ער איז עס מייחוס צום מלבי''ם, אזוי אויך שרייבט דער מונקאטש'ער רב בעל מנחת אלעזר אין זיין ספר ''שער יששכר'' (מאמר אגדתא דפסחא אות ל): עיי' מ''ש בזה בפי' הגדה להמלבי''ם. אזוי אויך קען מען זעהן אינעם ספר עטרת ישועה אויף די הגדה של פסח פון הגה''ק רבי ישראל יונה הלוי לנדא אב''ד ור''מ דק''ק קעמפנא (זיין אייניקל הגה''ג רבי צבי יחזקאל מיכלזאהן האט מסדר געווען און ארויסגעגעבן די ספר) ווי ער שרייבט ביי די זמר חד גדיא אין די הג''ה: וכן מצאתי להגאון המלבי''ם ז''ל בפירושו על הגש''פ הנקרא מדרש הגדה, און אין נאך הגדות.
די המשך וועט נאכפאלגען
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 5:29 pm
דורך אמת וצדק
אונטערסאנט איז אז אין די צווייטע מהדורה וואס איז ערשיינען שנת תרנ''ד האט נפתלי משכיל לאיתן משנה געווען די נוסח פון די שער בלאט ווי ער שרייבט:
[center]יפלס נתיב בעומק הפשט, יפרש סדר וחבור המאמרים, ויוכיח כי כל הדרשות
יסודתן בעצם הכתוב, וכמסמרות נטועים בלשון המקרא לפי חוקי הלשון וסדר
הדברים, בדרך בדרך באורי דרשות חז''ל מאת כבוד הרב הגאון האביר, צדיק כביר,
מוהר''ר מאיר ליבוש מלבים זצוק''ל
עם הערות בשם עשרה מאמרות ביאורי מאמרי חז''ל
מאתי
נפתלי בהגאון מרן אברהם זצוק''ל משכיל לאיתן[/center]
און סוף שער בלאט לייגט ער צו:
[center]הוצאה חדשה
בהוספות ותקונים רבים ותוספות מאמר יסוד מוסד הנותן טעם חדש לסדר ההגדה[/center]
דער מאמר יסוד מוסד איז ערשיינען פאר עבדים היינו און עס איז א פתיחה צום גאנצען הגדה ווי ער שטעלט אוועק פערצען קושיות אויפן סדר הגדה וכו׳, און ער פארענטפערט זיי מיט איין יסודות'דיגע תירוץ וואס איז באמת הפלא ופלא. אבער אנשטאט שרייבען ווי אין די ערשטע מהדורה ''הדרש והפשט תואמים יחדיו, היא המסלה העולה בית אל להבנת דרשות רבותינו ז''ל, דרך הקדש יקרא לה, מאת כבוד הרב'' וכו'. וואס די לשון איז בפשטות מער משמע אז די מלבי''ם איז די מחבר, שרייבט ער אין די צווייטע מהדורה ''וכמסמרות נטועים בלשון המקרא לפי חוקי הלשון וסדר הדברים, בדרך בדרך באורי דרשות חז''ל מאת כבוד הרב'' וכו'. וואס דא שרייבט ער אז עס גייט ''בדרך'' המלבי''ם, א גרויסע חילוק. איך ווייס נישט פארוואס אבער די אלע וואס האבן געדריקט די הגדה במשך די יארן האבן געדריקט די ערשטע מהדורה פון תרמ''ג, און במילא איז די מאמר יסוד מוסד וואס איז א חשובע חלק פונעם הגדה נישט אריין, ביז תשנ''א וואס דאן איז די מהדורה בתרא געדריקט געווארן אין ירושלים, און די מו''ל שרייבט: מהדורה זאת הוא בגדר השבת אבידה של תורתו של המלבי''ם זצ''ל לכלל ישראל, על אף שהגדה עם פירוש המלבי''ם יצאה לאור פעמים רבות במשך השנים, משום איזה סיבה לא נודעה ומפליאה בחרו המוציאים לאור תמיד במהדורה קמא של הפירוש, וכך מאז שנת תרס''ה, לא הודפסה כלל המהדורה בתרא, אולי הסיבה היתה משום נדירותה של המהדורה בתרא, וכן אלינו הגיע עותק יחיד נדיר רק אחרי חיפושים רבים עד שעלה בידינו.
יעצט לאמיר צוריק גיין צום גרויסען שאלה ווער די מחבר איז, אויב איז טאקע אזוי ווי ער שרייבט אז דאס איז זיינס נאר די עולם האט זיך פשוט טועה געווען, איז שווער פארוואס טאקע האט ער געשריבען די שער בלאט אזוי קונצעלדיג און געשריבען און גרויסע אויתיות די נאמען פונעם מלבי''ם? אויב ער האט אריינגעלייגט אזויפיל כוח ומוח אין דעם, פארוואס איז ער געווען גרייט דאס אלעס צו פארלירן? אז איינער האט געשריבן אינעם הצפירה אז ער האט צו פארקופען די הגדת המלבי''ם (אזוי ווי אויבן געברענגט) פארוואס האט ער נישט מפרסום געווען מיט גרויסע אויתיות אז ניין! דאס איז זיינס, פארוואס האט ער נישט קיין הסכמות אויפן הגדה, אויפן סדר הדורות האט ער דאך הסכמות פון די גרעסטע גאוני ליטא, אזוי אויך זעהט מען אז ער מאכט נישט קיין גרויסע עסק פון דעם הגדה, און זיין ספר ''רוח חכמים'' על התורה דערמאנט ער די הגדה צוויי מאל, איין מאל אין פרשת בראשית ווי ער ברענגט וואס ער שרייבט אינעם הגדה דאס וואס ער האט אמאל געהערט פון הגאון רבי דוד טעביל פון מינסק, וואס דאס ווערט נאר געברענגט אינעם צווייטען מהדורה (וואס איז אינגאנצען אנדערש פונעם ערשטען ווי שפעטער ערקלערט), און נאך איין מאל אין פרשת בא וואס דאס איז שוין יא פון די הגדה אליין און פון די ערשטע מהדורה, קומט אויס אז ער ברענגט ''זיין'' הגדה נאר איין מאל!, אזוי אויך זעהט מען אינעם קונטרס ''מזמור לציון'' (שיר ציון לזמר ולשיר אותו במקהלה) וואס זיינע קינדער האבן ארויסגעגעבן, ברענגען זיי אינעם הקדמה די גרויסע פעולות פון זייער פאטער למשל זיין איבערדרוקען שיין די סדר הדורות וכו', און זיי דערמאנען נישט די בארימטע הגדה של פסח היתכן?, אזוי אויך האבן מיר פריער אראפגעברעגט ווי דער מקור ברוך רעכענט אויס די ספרים פון משכיל לאיתן, פארוואס ברענגט ער נישט דעם באקאנטען הגדה? דער מקור ברוך שרייבט אויף אים: ואגיד דברים אחדים על האיש היקר הזה ״אשר הכרתיו היטב״, האט ער אים דאך גוט געקענט און געוואוסט וועגן אלע זיינע ספרים.
אפי' מען זעהט אז פון ווען די הגדה איז ארויסגעקומען איז שוין געווען צדדים לכאן ולכאן, האט זיך אבער קיינער נישט מטריח געווען צו מעיין זיין אין דעם ענין און אראפשרייבען א בירור אין דעם, אזוי ארום איז די דעת הקהל געבליבען מער ווייניגער ביי די מיינונג אז דאס איז די מלבי''ם'ס הגדה. דאס איז אזוי אנגעגאנגען ביז שנת תשנ''א וואס דאן האט הגאון הידען רבי יצחק לעבאוויטש הרב דקהל יראים וואודרידזש (ור''מ לשעבר), מפרסום געווען א בריוו אינעם קובץ ''צפונות'' (חודש תמוז, עמוד ק'), ווי ער שרייבט: זה כמה שנים שנדפס מחדש הגדת מדרש הגדה פי' ע"ד הפשט על הגש"פ ובתחילתו עשרה מאמרות והמביט בדף השער חושב דהפירוש הוא מהגאון המלבי"ם זצ"ל והעשרה מאמרות שם הם מהמו"ל הג' נפתלי בממ"ה הגאון בעל משכיל לאיתן, ע"כ באתי לעורר דזה טעות שמעולם לא כתב המלבי"ם ביאור על הגדה והכל (הפי' על הגדה וכו') הוא מהג' ר' נפתלי הנ"ל, כאשר נוכחתי לדעת כאשר אינה השם לידי דפוס מאוחר מפי' הנ"ל והדבר ברור בלי שום פקפוק, והג' ר' נפתלי הנ"ל במחכ"ת נתן מקום לטעות בנוסח השער וכוונתו שם רק לפרסם שביאורו הולך ע"פ סגנון ומסלה שדרך המלבי"ם בכל ספריו, בין והתבונן, ומצוה לפרסם, עוד אודיע שבדפוס מאוחר מחק המאמר ט' וכתב במקום זה במאמר ב' מאמר אחר והמעיין בפנים יבין מאליו דלהשביח מקחו עשה כן כדי שלא יתנגדו עליו יראי ה' וחושבי שמו שהרחיקו מגבולם כל חכמת המשכילים וד"ל.
די מעשה אונטער דעם האט רבי יצחק שפעטער מפרסום געווען אויף זיין האט-ליין (718-906-6428) יום ב' דחול המועד פסח תשס''ח נומער 4 שיעור 26, ווי ער זאגט דארט אז אז ער האט צום ערשט געזעהן די הגדה ווען עס איז געדריקט געווארן בדפוס רבי אברהם יצחק פריעדמאן שנת תשל''ב, און ער האט דאן געמיינט אזוי ווי דעם המון עם אז דאס איז פונעם מלבי''ם ווי עס איז געשטאנען אויפן דעקל, די הגדה איז אים שטארק געפאלען עד כדי כך אז ער האט מעורר געווען רבי אייזיק קעפעטש ער זאל מאכן א ביאור אויפן הגדה וואס זאל זיין געבויט אויף די פי׳ פון דעם הגדה, וואס ער האט טאקע געטוהן, און ארויסגעגעבן אין תשמ״ד דעם ״הגדה של פסח המבואר״ (דאס איז נישט ממש די זעלבע ווי דאס וואס קעפעטש פארקויפט היינט אין געשעפט) ער זאגט אבער אז ביים אדורכלערנען האט ער געשפירט ווי און געוויסע פלעצער פעלט השלמה אזוי ווי עס וואלט געפאסט פארן מלבי''ם, ער געט אבער נישט קיין דוגמאות. און תשנ''א האט רבי יצחק משגיח געווען אויף ספרים וואס מהאט באגראבען בשכינותו, און האט דאן געטראפען די צווייטע מהדורה פון תרנ''ד, און דארט האט ער געזעהן אז ס'איז צוגעלייגט געווארן די מאמר יסוד מוסד (ווי שוין געשריבען אויבן), און ער האט געמיינט אז אפי' די הגדה איז פונעם מלבי''ם האט משכיל לאיתן אליין צוגעלייגט צום הגדה די מאמר יסוד מוסד פאר עבדים היינו, וואס איז א פתיחה צום הגדה ווי עס שטייט ''והוא הצעה כוללת לסדר ההגדה מן עבדים היינו עד גאל ישראל'', אבער דערנאך האט ער געזעהן אז די עצם נוסח פונעם פי' הגדה איז אויך געטוישט און עס שטייט: אחרי הצעתנו הכוללת והמקפת נבוא לבאר את כל דברי ההגדה. דאס איז שוין שווער ווי קען ער טוישן די עצם הגדה? דא איז אים אריין אין קאפ אז קוקט אויס אז משכיל לאיתן איז די מחבר פונעם ''גאנצען'' הגדה נישט נאר די עשרה מאמרות, דערנאך האט ער באמערקט די שינוי אינעם נוסח השער (ווי געשריבען אויבן) וואס די צווייטע שער איז מער משמע אז ער איז די מחבר ווי ער שרייבט אז עס גייט נאר ''בדרך באורי דרשות חז''ל'' פונעם מלבי''ם, איי פארוואס טאקע האט ער געגעבן א מקום לטעות? כדי צו משביח מקנו זיין, און די שער בלאט האט ער געטוישט היות מענשטן האבן אים מעורר געווען אז עס איז צו קונצולדיג געשריבן.
רבי יצחק איז מוסיף אז אין די ערשטע מהדורה און מאמר ט' פון די עשרה מאמרות ברענגט ער א תורה פוי ״ידידי החכם הכולל מו''ה שמואל יוסף פין נ''י״, אבער אין די צווייטע מהדורה האט ער דאס ארויסגענומען!, זאגט רבי יצחק אז ער האט דאס געטוהן היות רבי שמואל יוסף פין איז געווען א באקאנטע משכיל פון ווילנא, און כדי די ערליכע ציבור זאל אויך וועלן קויפן דעם הגדה האט ער דאס ארויסגענומען, רבי יצחק ברענגט א דוגמה וואס פין שרייבט אין זיין ספר ''קריה נאנמה'' (קורות עדת ישראל בעיר ווילנא, עמ׳ 151-152): המשגיח בעין פקיחה על מהלך רוח החכמה לבני ישראל מדור דור וישים אל לבו להתבונן על מפעלות הדור שחי בו רבינו אליהו יראה נפלאות מתורת ההשגחה העליונה וכו', על שלשה דברים הדת עומדת על תלמוד תורה, האמונה, וההשכלה, אלה המה המלאכים הקדושים החונים סביב לה לשמרה ולהחיותה ולררוממה וכו', ויקם לנו שלשה רועים במקומות שונות לתמוך את שלשה העמודים וכו', את רבינו אליהו וכו' לשמור את התורה, לצרף ולזקק את תלמודה ולפקח על ההגיון בה, והשקידה עליה, את ראש החסידים בוואלין לעורר את הכוונה ולפחת את גחלת ההרגשה, ואת חכם עמנו משה בן מנחם בגרמאניה להעלות נר ההשכלה במנורת הדת. זעהט מען שוין ווער פין איז געווען.
רבי יצחק האט גרויס טענות אויף רבי צבי יהודה ברוין פון בארא פארק, וואס האט אין שנת תשס''ה איבערגעדריקט די הגדה מיט אותיות מאירות עינים און געשריבען אויפן דעקל אז דאס איז פון די מלבי״ם, אזוי אויך שרייבט ער אינעם דברים אחדים: אין די מילים בפי להודות ליוצר הרים שזיכני להוציא לאור וכו׳ תורת המלבי״ם הקדוש. ער האט דאס נאכאמאל געדריקט און תשס''ו, תשע''ג, און תשע''ה, און דאס איז היינט די באקאנטע מלבי״ם הגדה וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטען, רבי צבי יהודה איז א גרויסע חובב ספרי המלבי''ם, און האט אויך שיין איבערגעדריקט דעם ספר משל ומליצה-שירי קודש פונעם מלבי''ם. ( עס איז דא נאך א מהדורה וואס איז ארויסגעקומען אין בני ברק תש״ע ע״י הוצאת מוריה, וואס זיי גייען נאך אונגאנצען לויטן ערשטן מהדורה אן ברענגען דעם מאמר יסוד מוסד, די חידוש איז אז די עשרה מאמרות איז יא געדריקט ווי אין די צווייטע מהדורה! וואס דאס פארשטיי איך שוין נישט (א חוץ אויב זייער כוונה איז געווען נישט צו דערמאנען דעם שמואל יוסף פין וכדברי הוואודרידזש׳ע רב).
אינעם ערשטן מהדורה תשס''ה האט ברוין נאכנישט געהאט די צווייטע מהדורה פאר זיך, האט ער נישט אריינגעלייגט די מאמר יסוד מוסד אבער אין תשס''ו האט ער שוין יא, אבער ער דאס אריינגעלייגט אנהייב הגדה, נישט פאר עבדים היינו. רבי יצחק לעבאוויטש האט טענות אז אפי' ברוין האט געוויסט פון וואס רבי ער האלט, האט ער נאכאלץ דאס געדריקט בשמו של המלבי''ם, און נישט נאר דאס נאר אפי' נאכן טרעפן די צווייטע מהדורה האט ער ווייטער דאס געדריקט לויטן ערשטן א חוץ די מאמר יסוד מוסד, און דאס אויך האט ער נישט געלייגט אין פלאץ, א שטיקל סייעתא דשמיא זעהט ער יא אין דעם אז מען קען זעהן ווי ער ברענגט שמואל יוסף פין אזוי קען מען וויסן ווער משכיל לאיתן איז געווען.. ברוין פון די צווייטע זייט איז נישט איבערצייגט און זיינע ווערטער און טוט בעצם גארנישט ניי די הגדה איז דאך אלץ געווען באקאנט אלץ ''הגדת המלבי''ם'' און איז אלץ געדריקט געווארן לויטן ערשטען מהדורה. אזוי האט רבי יצחק מעורר געווען נאך אידן וואס האבן צוגעברענגט דעם הגדה בשם דעם מלבי״ם, ווי הגאון ר׳ נחום יברוב פון ירושלים אין זיין ספר אויפן הגדה, רבי נחום האט דאס טאקע געטוישט.
רבי יצחק פארט אריין אינעם שמועס צו מסביר זיין די חילוק פון תורות המלבי''ם מיט תורות נפתלי משכיל לאיתן, די מלבי''ם איז געווען קדוש ונערץ ביי די גדולי ישראל, און ער ברענגט לדוגמה וואס עס שטייט אינעם ספר ילקוט שלמה (א ליקוט פון ספרי המלבי''ם אויפן סדר הש''ס פון רבי שלמה דריליך) אינעם הקדמה: ואגב אודיע מה ששמעתי מפי הרב יצחק אייזיק יעקב שעהנפעלד שסיפר לו הגאון בעל דרכי תשובה איך ששמע מפיו קדשו אדמו''ר דברי חיים מסאנץ שאמר על הגאון מלבי''ם ז''ל דכל דרשותיו וכוונתו לשם שמים. נאך ברענגט ער וואס די בעל ספר הכרמל (רבי יוסף גרינבוים) שרייבט אין זיין הקדמה: מווארשא שם פעמיו (המלבי''ם) אח"כ לעיר לונטשיץ בעיר הזאת היתה לו חשכה כאורה ושם לילות כימים והגה ברוחו הכביר בכל חלקי התורה והחכמה בנגלה ובנסתר אשר בה לקח לקח מפי הגאון המקובל האלקי מוה"ר צבי מזדוטשוב ז"ל בבואו לפניו פעם בפעם בתוך מחנות קדושים, הגאון העצום החריף המפורסם מו"ה אברהם יודא הכהן ז"ל אב''ד דק"ק בערעגסאס ומאדע במדינתינו קבלה היתה בידו שבעת היה המלבי"ם אברך כבן י"ח שנה היה רגיל להסתופף בצל בית מדרשו של הגה"ק מו"ה צבי הנ"ל ז"ל וברוח קדשו סמכהו ללמוד חכמת הקבלה, וישב אח"כ בביתו סגור ומסוגר בחדר אפל שנה ומחצה עד השלים את הספה"ק הפרי ופרי עץ חיים וכל כתבי האריז''ל, כה העיד לי בכתב ידידי גבר חכם בעוז מו"ה אבלהם גינצלער נ"י מקראקא ב"א הגאון הנ"ל בשמו, ולפי השערתי היינו דאמרי אינשי שהמלבי"ם למד לאור הנר כה''ווילנער''. מצד שני איז רבי נפתלי משכיל לאיתן געווען א תלמיד חכם אבער בכלל נישט וואס די מלבי''ם איז געווען, אזוי אויך האט ער אסאך עוסק געווען אין השכלה מליצה ושיר, רבי יצחק דערמאנט אויך וואס די מקור ברוך שרייבט אויף אים וואס מיר האבן שוין דערמאנט פריער, (רבי יצחק איז מסביר אז די משכילים צו וועם משכיל לאיתן איז געווען נאנט זענען געווען די ״חכמת ישראל׳ניקס״, דהיינו די משכילי רוסיה וגאליציע וכו׳, וואס זיי זענען געווען פרומער ווי די משכילי דייטשלאנד), במילא איז א חשובע זאך צו מברר זיין צו די הגדה איז תורת המלבי''ם צו נישט.
שפעטער און נאך א שיעור פון יום ב' ויקהל פקודי תשס''ט נומער 4 שיעור 34, איז וואודרידזש׳ע רב מוסיף דאס וואס מיר האבן שוין אראפגעברענגט אז משכיל לאיתן שרייבט אליין אין זיין אויטאביאגראפיע אז ער האט געשריבן די הגדה. נאך איז ער מוסיף וואס זיין זוהן רבי אהרן לעבאוויטש האט אים מעיר געווען אז די מלבי''ם האט געמאכט זיין פירושים במיוחד אויף תורה שבכתב כדי זיך צו ספארעווען מיט די משכילים, אבער נישט מיט די הגדה וואס איז דאך תורה שבעל פה.
די המשך וועט נאכפאלגען
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:24 pm
דורך אמת וצדק
שפעטער אין ניסן תשנ''ט, האט הרב ר' ברוך מאסקאוויטש (היינט הרב מיאמפלא, מאנסי), מפרסום געווען א מאמר אין קובץ אור ישראל ווי ער גייט אויך מיט די דעה פון רבי יצחק לעבאוויטש. קודם ברענגט ער די חילוק פונעם שער בלאט וואס רבי יצחק לעבאוויטש האט שוין עומד געווען אויף דעם, דערנאך ברענגט ער וואס משכיל לאיתן שרייבט אין מאמר ב' פונעם הגדה: ולדרכנו בביאור הדרש (דאס ווערט אבער נאר דערמאנט אין די צווייטע מהדורא, ווי דארט איז שוין דא אסאך שינויים) שרייבט ער קלאר אז ער האט געשריבען די הגדה. דערנאך פרעגט ער אויב איז דאס פונעם מלבי''ם פארוואס שרייבט נישט משכיל לאיתן ווי אזוי די כתב יד איז אנגעקומען צו אים? אזוי ווי מיט די ספר יאיר אור פונעם מלבי״ם וואס רבי יעקב הכהן גינזבורג האט ארויסגעגעבן אין תר''ס, און ער איז מודיע אז ער האט אפגעקויפט די זכות אויפן כת''י מיורשי המחבר, אזוי אויך האט רבי חיים צבי אייזינשטאט (שוין אויבן דערמאנט געווארן) ארויסגעגעבן די ארץ חמדה אין תרמ''ב, און ער אויך שרייבט די זעלבע. נאך פרעגט ער פארוואס האט ער נישט געדריקט די יסוד מוסד אינעם ערשטען מהדורא צו דען האט ער שפעטער ערשט געטראפן דעם כתב יד?, נאכמער במשך פונעם הגדה אינעם מהדורא בתרא ברענגט ער שטיקעלך פונעם מאמר יסוד מוסד, משא''כ אינעם ערשטען מהדורה איז דאך גאר נישט דא, שטעלט זיך די שאלה האט די מלבי''ם געמאכט צוויי מהדורות? נאך ברענגט ער אז אינעם סדר הדורות מהדורת אורייתא האבן זיי אריינגעדריקט א קונטרס בשם ''סידורין של דוב'' פון א משכיל דוב בעריש טורש, וואס איז געדריקט געווארן אינעם קובץ כנסת הגדולה (ווארשא תרנ''א), טורש רייסט שטארק אראפ די ארבעט וואס משכיל לאיתן האט געמאכט אינעם סדר הדורות און ער שרייבט צום סוף: ואל תבהל ברוחך לאמור אם המשכיל לאיתן אשר הראיתי פה לפניך כי קלקל כפלים ממה שתקן, עבד בפרך בזיעת אפים חמש עשרה שנה ושם לילות כימים, בטח ועל אחת כמה וכמה עבודה כזו אשר אני מציע שתמשך עשרות בשנים, על זאת אשיבך קושט אמרי אמת כי במשך חצי שנה נוכל לגמור המלאכה הלזו וכו', ואם לא השתרגו על צואר המשכיל לאיתן אלף עסקים ביום אחד, בחודש ניסן להדפיס הגדה של פסח שלו (המיוחס על שם המלבי''ם ז''ל), ובחודש אלול להדפיס תחנות עברי דייטש אשר השכיל לחבר במוחו השנון, ובחודש תשרי לנסוע לטריעסט לקנות אתרוגים וכדומה, אזי גמר מלאכתו זו במשך חודש ימים! און צווישען די ווארט ״המיוחס״ און די ווערטער ״על שם״ איז דא א ליידיגע פלאץ, וויל די יאמפלא רב זאגן אז עס איז דארט געשטאנען די ווארט ''בטעות'', און לויט דעם זאגן טורש אויך אז עס איז נישט פונעם מלבי''ם (דרך אגב שרייבט דער יאמפלא רב אז צאנז'ער רב האט צוריקגעהאלטען זיינע טעכטער און אייניקלעך פון זאגן זיינע תחנות, ער ברענגט אבער נישט א מקור צו דעם). נאך פרעגט ער אז די מלבי''ם שרייבט כסדר אין זיין ספרים די ווערטער ''מבואר אצלנו'' אדער ענדליך צו דעם, אבער דא שטייט גארנישט אזעלכע ווערטער, אזוי אויך דערמאנט נישט דער מלבי״ם קיין נעמען פון מענטשן א חוץ פון געוויסע ראשונים, אבער דא זעהט מען דאס יא ווי למשל ער שרייבט ביי די שטיקל ''דבר אחר ביד חזקה שתים'': ואחד מן הגדולים בדור שלפנינו הקשה.
נאך פרעגט ער אז געוויסע זאכן וואס ער שרייבט אינעם הגדה איז זיך אויבנאויף סותר וואס ער שרייבט אין אנדערע מקומות לדוגמא די שטיקל ''מתחלה עובדי עבודי זרה וכו''', איז די מלבי''ם מבאר אין ספר יהושע (כ''ד, ב-ד), און דא ברענגט ער גארנישט פון דארט. ביים שטיקל ״לפיכך אנחנו חייבים״ איז ער נישט מבאר די אלע לשונות של שבח, נאר ער שרייבט: ששונה וחוזר כמה מיני הלולים להורות בזה על תוכן הענין כי בכל מיני שבח שאפשר להיות בעולם אנחנו חייבים להודות בהם. אבער מיר ווייסן דאך אז ביי די מלבי''ם האט יעדע ווארט א באזונדערע באדייט טא פארוואס שרייבט ער עס נישט? אזוי אויך די ערשטע צוויי מזמורים פון הלל איז ער דא מפרש אינגאנצען אנדערש ווי אין תהילים ובפרט איז בולט די חילוק אז דא טייטשט ער די ווארט ''חולי'' הארץ מלשון מחולל ובורא ווי שיטת רש''י און מצודות, און דארט איז ער עס מפרש מלשון חיל ורעדה, אזוי ווי די אבע''ז און רד''ק. אזוי פרעגט דער יאמפלא רב פופצען ״סתירות״.
דערנאך שרייבט ער אז אין די הגדה אליין איז ער זיך אויך סותר. ווי למשל פאר די שטיקל ''צא ולמד'' שטעלט ער אוועק א יסוד אז ווי עס שטייט ''כמה שנאמר'' אין די הגדה ברענגט די בעל הגדה א ראיה פון דארט, און ווי עס שטייט ''שנאמר'' וואלט מען נישט פארשטאנען די כוונה ווען נישט ער ברענגט די פסוק. פרעגט ער פונעם שטיקל ''ביד חזקה זו הדבר כמה שנאמר הנה יד ה' וגו' ובזרוע נטוי' זו החרב כמה שנאמר וחרבו שלופה על ירושלים וגו'' וואס די צוויי ווערטער ״יד חזקה״ און זרוע נטוי׳׳ וואלט מען נישט פארשטאנען סתם אזוי. ער פרעגט נאך דריי סתירות אבער איך וועל בלייבען ביי דעם.
פירט ער אויס אז מכוח די אלע קושיות זעהט מען אז נישט נאר איז עס נישט פונעם מלבי''ם נאר אויך נישט בדרך המלבי''ם.. נאכדעם שרייבט ער: ומי יתן ויזכה אחד לברר מקחו של צדיק לאסף ולקבץ מכל ספרי המלבי"ם ולרדות חלות דבש מצוף נועם אמריו שנכתבו על עניני יצי"מ וכל מדרש ההגדה וכדוגמת פעולת צדיק הגאון בעל משך חכמה שהשלים ס' התורה והמצוה בסוף פ' כי תצא עפ"י דרכיו ויסודותיו של המלבי"ם עיי״ש (דאס האט די משך חכמה געשריבען אין זיין אייגען ספר נישט אלץ אן השלמה אינעם עצם פי' המלבי''ם על התורה) ומובטחני שבעת שיצא לאור הגדה כזו יתפוס מקום חשוב בתוך כל ההגדות שנדפסו עד כה. און עס איז שוין טאקע ארויסגעקומען אזא הגדה דורך רבי יוסף חיים אלבוים שנת תשס''ט, ווי ער איז מלקט שטיקלעך פונעם מלבי''ם אויפן סדר הגדה.
דערנאך איז ערשיינען אין קובץ אור ישראל תמוז תשנ''ט, א מאמר תגובה אויף די יאמפלא רב'ס ארטיקל, פון הרב יונתן טאוב און הרב ישראל שאו פון א״י, וואס זיי צוויי האבן איבערגעטייטשט די הגדה אויפן ענגליש, זיי זענען נישט אזוי זיכער ווער די מחבר איז אבער זיי זענען נוטה צו משכיל לאיתן, אפי' דאך שרייבען זיי אויפן דעקל: מדרש הגדה- The Malbim Haggadah, אפשר ווייל די עולם איז שוין צוגעוואוינט אזוי. עכ''פ ברענגן זיי קודם אראפ אפאר מחברים וואס האבן אויסגערעכנט די ספרי המלבי''ם און ברענגן נישט די הגדה: הרב מ"מ ישר (הגאון המלבים הוצאת הוד ירושלים תשל"ו) הרב י. רוטנברג ספר המלבי''ם הוצאת נצח בני ברק תשל"ט עמוד 80) נ.ה. רוזנבלום (המלבי''ם הוצאת מוסד הר"ק ירושלים תשמ"ח) ש.צ. שכטר (המלבי"ם ספריו ומחשבותיו ירושלים) ועוד כתב הרב מ.מ. ישר עמוד 290 בפירוש שמדרש הגדה על ההגש"פ נכתב ע"י הרב נפתלי משכיל לאיתן וכמו כן כתבו המו"ל בהקדמתם לספר אוצר הפירושים על התורה עם פירוש המלבי"ם שפירוש ההגדה לא נכתב ע"י המלבי"ם אלא ע"י הרב נפתלי משכיל לאיתן וכן רצה לפרסם הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש רב ור"מ וואדרידזש נ"י במכתב קצר שהופיע בקונטרס צפונות תמוז תש"נ וכן כתב הרב חיים דוב פרידברג בספרו המפורסם בית עקד ספרים חלק א' עמוד 267 שהמחבר של פירוש מדרש הגדה על הגש"פ הוא הרב נפתלי משכיל לאיתן שכתבו בדרך של המלבי"ם.
דערנאך ווענדען זיי אפ די סתירות אין די אגדה אליין וואס די יאמפלא רב האט געפרעגט. מיר וועלן נאר אראפברענגען איינס, בנוגע די קושיא וואס מיר האבן געברענגט, וואס אויף דעם זאגן זיי אז די מחבר ברענגט דעם מדרש אז ״שכל מכה ומכה שהיתה באה על המצרים במצרים היה הדבר ממשמש ובא עמה״ במילא וואלט איך אליין געזאגט אז יד וואס איז צען כמנין האצבאות שביד גייט ארויף אויף מכות דבר, די זעלבע מיט זרוע נטויה שרייבט די מחבר ״שכן דרך הלוחם בחרב שפושט ידו וזרועו״ במילא וואלט איך דאס יא אליין געוואוסט. (למעשה איז דאס נאכאלץ נישט דומה צו די אנדערע מקומות ווי עס שטייט כמה שנאמר, אזוי אויך איז שווער צו זאגן אז איך וואלט דאס אליין געוואוסט). צום סוף שרייבען זיי אז: לפני שש שנים הצענו הדברים שפירוש ההגדה המיוחס להמלבי"ם נתחבר ע"י אחר ולא ע"י המלבי"ם לפני כמה גדולי תורה מהם הרה"ג ר' חיים פנחס שיינברג שליט"א הרה"ג ר' חיים קרייסווירט שליט"א הרה"ג ר' אהרן פלדמן שליט"א ועוד. וכולם אמרו שזיהוי המחבר לא מוריד בכלל את יוקר הפירוש.
די מאמר פון רבי ברוך מאסקאוויטש ווי אויך פון רבי יצחק לעבאוויטש האט זיך שטארק פארשפרייט, ווי מקען זעהן אין די פארומס אויפן אונטערנעט, אזוי אויך און פרשת צו ט' ניסן תשס''ט האט א' ירושלמי מפרסום געווען אן ארטיקל אינעם מוסיף התורני פונעם המבשר צייטונג ווי ער שרייבט פון אויבן: מתברר שהמלבי"ם מעולם לא כתב ביאור על הגדה של פסח, האם זו הייתה טעות של הציבור או זיוף של המו"ל ואולי הייתה כאן נתינת מקום לטעות בכוונה תחילה. ער ברענגט אראפ רבי יצחק לעבאוויטש מיט רבי ברוך מאסקאוויטש, און בקיצור אלע ראיות אז דאס איז נישט פונעם מלבי''ם. אזוי אויך זעהט מען אינעם קובץ ישורון תשע''ה ווי רבי אברהן ישעי' זכריש האט אויסגערעכנט דריי מענשטן וואס האבן פרובירט נאכצומאכן די מלבי''ם'ס תורה, און ביי אלע איז דאס פארשפרייט געווארן בשם די מלבי''ם אליין, איינס איז פון א משכיל יוסף יעב''ץ (נישט די באקאנטע יוסף יעב''ץ מזמן גירוש ספרד), ווי זכריש שרייבט: סיפר לי הרב יצחק ישעי' ווייס שלפני כארבעים שנה הוא מצא בגניזה ספר נדיר ספר יאמץ אמונה ויוסף לקח' שהו"ל ר' יוסף הלוי יעבץ וורשא תרמ"א המספר בהקדמה לספרו שפירוש התורה והמצוה מפרשת מוציא שם רע ואילך (עד פרשת נצבים) הוא פרי עטו. (און די ספרי המלבי''ם שטייט פאר פסוק כ''ב ״מכאן עד סדר נצבים לא מצאנו באמתחת כתבי יד הגאון המחבר ז"ל וחבל על דאבדין אמנם אנחנו קבצנו ובארנו על פי דרכו אשר הלך בו המחבר בבאורו התורה והמצוה עד כה״ אבער למעשה וויבאלד עס שטייט ווייטער אז דאס איז דעם פי׳ ״התורה והמצוה״ איז מען זיך טועה), די צווייטע איז אונזער נפתלי משכיל לאיתן מיט די הגדה. און די דריטער איז די ספר ילקוט שלמה וואס מיר האבן פריער אראפגעברענגט, וואס די מחבר צייכנט נישט צו ווי די מקור איז אין די ספרי המלבי''ם, שרייבט זכריש: הסופר הרב בנימין קלוגר מספר שבשנות בחרותו כשהיה מגבאי אוצר הספרים בישיבה ראה מודעה של הרב שלמה דריליך על חלוקת ספרי ילקוט שלמה ותלמוד בבלי עם מלבים' חינם כשעלה יחד עם חברו לבית הרב שלמה דריליך ר' שלמה האיר להם פנים ונתן להם את הספרים כששאלוהו הבחורים מניין לו חידושי המלבי"ם למסכתות הש"ס השיב להם בתמימותו משנות נעורי שקוע אני בלימוד ספרי המלבי"ם כשישבתי ללמוד את המסכתות כתבתי מה שאני יודע שהמלבי"ם היה אומר כאן. זכריש צייכענט צו און די הערות: מן הראוי לציין שישנם מן המובאות בספרי ר' שלמה דריליך שמקורם אכן בספרי המלבי"ם.
אזוי אויך אינעם מלבי״ם הגדה הוצאת מוריה שנת תש״ע שרייבען זיי אז די הגדה איז פון משכיל לאיתן און עס גייט נאר בדרך המלבי״ם, (אבער זיי אויך רופן עס ווייטער אן ״הגדת המלבי״ם״) זיי לייגען צו נאך א וויכטיגע נקודה אז ביים ערשטען מהדורא און אויך די אנדערע מהדורות ביזן קריג איז געשטאנען אונטען פונעם שער בלאט און די רוסישע שפראך אז דאס איז נאר בדרך המלבי״ם, דאס איז א גאר חשובע הוספה, אונטערסאנט אז קיינער דערמאנט דאס נישט חוץ זיי, און לויט דעם דארף מען נישט מפלפל זיין אינעם שינוי הלשון אויבן פונעם שער בלאט ער שרייבט קלאר און רוסיש אז דאס איז זיינס, און לויט דעם איז זייער שווער אויף די וואס האבן געקענט רוסיש און דאך געזאגט אז עס איז יא פונעם מלבי״ם נאר מ׳מוז זאגן אז זיי האבן אים פשוט נישט געגלייבט!).
די המשך וועט נאכפאלגען
נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2020 11:09 pm
דורך אמת וצדק
יעצט צום לעצט קום איך צו צום גרויסען באמבע וואס האט אויפגעפלאצט פאריגען יאר חודש ניסן תשע''ט, אינעם קובץ עץ חיים-באבוב, ווי הרב יעקב שלמה ביק מיט הרב מאיר יוסף קליגהויפט האבן אפגעשריבען א גאר אונהאלטסרייכע מאמר פון באלד פופציג זייטען!, ווי זיי טוהן דורך די גאנצע סוגיא, און קומען צו צום מסקנא אז דאס איז יא פונעם מלבי״ם, און זיי ווענדן אפ אלע קושיות פון רבי ברוך מאסקאוויטש בטיב טעם ודעת. קודם כל זאגן זיי אז דער מלבי''ם איז דא נישט מפרש תורה שבכתב נאר תורה שבעל פה דהיינו די פשטות דברי ההגדה, במילא גייט ער נישט מסביר זיין די אלע לשונות של הלל פון ''לפיכך אנחנו חייבים'' נאך מער אפי' על התורה זעהט מען אז ער איז נישט מפרש די חלוקי תיבות און די פסוקים אזוי ווי ער טוט אויף נ''ך, זיהו מען אז ער האט נישט איין מהלך איבעראל. און באמת איז ער שוין מרמז אינעם הגדה פארוואס עס שטייט אזוי פיל לשונות של הלל ''שצריכין להודות בכל מיני שבח''. אזוי אויך פארוואס ער איז מפרש ביי די פסוקי יהושע אינעם הגדה אנדערש ווי אין ספר יהושע, ווייזען זיי אז זיי זענען באמת יא די זעלבע, ווי למשל דא שרייבט ער: ישיבתם בעבר הנהר גרמה להם שעבדו אלקים אחרים, ומזכיר בזה כי תרח היה גם אבי מחר להודיע כי רק מאברהם החלה הכרת בורא עולם ולא שתרח אביו הורה לבניו את דרך השם כי הלה היה גם אבי נחור וכו'. און אין ספר יהושע שרייבט ער: אמר להם הנה אבותיכם לא היו ראוים אל הענין האלקי, לא מצד מקומם כי בעבר הנהר ישבו אבותיכם וכו', לא מצד יחוסם כי תרח היה אבי אברהם ואבי נחור. ממש די זעלבע זאך, נאר וואס דען דא האט ער אויך צוגלייגט אז אברהם הייסט אויך אביכם (את אביכם את אברהם) ווייל נאר ער ווערט גערעכנט פאר אונז ווי א טאטע. דאס אז ווייל די תכלית פון אראפברענגען די פסוקי יהושע איז צו ווייזען אז קודם זענען מיר געווען עובדי ע''ז און נאכדעם זענען מיר נהפך געווארן צו עובדי אלקי השמים, ווי ער שרייבט: לבוא עד קצה הספור המתנגד לראשיתו מן הקצה אל הקצה, און אברהם איז די אב פון דעם. משא''כ אין ספר יהושע קומט יהושע דערציילען די אידן די אלע טובות פונעם אייבערשטען במילא לייגט ער דארט צו נאך א זאך אז די אלע זאכן וואס די אידן האבן דורכגעמאכט ווי למשל גלות מצרים איז נאר געווען כדי צו זוכה זיין צון סוף צו ווערן זיין פאלק. אזוי אויך לגבי וואס דער יאמפלא רב האט געפרעגט אז ער איז דא מפרש די ערשטע צוויי פסוקי הלל אנדערש, ווייזען זיי אויף אז דאס איז פשוט נישט אמת, איי ער טייטשט דא אנדערש די ווארט ''חולי'', איז וואס, מוז ער אייביג מפרש זיין די זעלבע, צודען איז נאר דא איין אמת, און מען טרעפט אסאך מאל ווי ער איז מפרש אנדערש ווי אין אנדערע מקומות, ווי למשל אין ישעי' (יא, ג) איז ער מפרש די ווארט ''והריחו ביראת השם'', פונעם לשון רוח אז ער האט געהאט א רוח אלקים אזוי ווי רש''י און די רד''ק'ס פאטער, משא''כ אין יחזקאל איז ער עס מפרש מלשון ריח-שמעקן ווי די מצודות אב''ע און רד''ק.
אזוי אויך בנוגע די סתירות אינעם הגדה זעלבסט, וואס מיר האבן אראפגעברענגט איינער פון זיי אז די כלל פון ווען עס שטייט כמה שנאמר און שנאמר שטימט נישט, זענען זיי מסביר אז כמה שנאמר שטייט ווען נאך די פסוק וואס די בעל הגדה ברענגט זעהט מען עס אינעם פסוק אליין ווי למשל אז יד חזקה מיינט דבר ווייל עס שטייט יד לגבי דבר, און אז זרוע נטויה מיינט די שווערד ווייל עס שטייט ובזרוע נטויה. משא''כ אז ויוצאנו השם ממצרים מיינט דורך אים אליין נישט א מלאך איז נישט א גלוי מילתא נאר איך זעה עס ''נאר'' פון יענעם פסוק.
שטייען מיר יעצט צוריק ביי עד דלא ידע, מיר זעען ווי זיי האבן גוט פארענטפערט אלע קושיות וואס מיר האבן אראפגעברענגט פונעם יאמפלא רב, אבער וואס איז זייער ראיה איז דאס איז פונעם מלבי״ם? זאגן זיי אז עס זענען דא געוואלדיגע שינויים לגריעותא ווי למשל ביי מה נשתנה שטייט אינעם ערשטן מהדורא אז די סיבה פארוואס מען פרעגט נישט וועגן די ארבע כוסות איז ווייל די ד' שאלות זענען וועגן זאכן וואס ווייזען אויפן ענין פון שעבוד וחירות. אבער אין די צווייטע מהדורא איז ער מוסיף: גם אילו נזכר שינוי הד' כוסות בין השאלות לא היתה נמצאת אח''כ תשובה ע''ז בכל הספור. וואס די ווערטער זענען בכלל נישט פארשטענדליך, ווייל די שאלה איז אז מען זאל יא ענטפערן א תשובה! אזוי אויך ביי עבדים היינו שטייט אין די ערשטע מהדורא אז דאס קומט צו זאגן די שייכות פון יעדע איד צו יציאת מצרים, איי פארוואס דארף שטיין ''ביד חזקה ובזרוע נטויה'', דאס איז ווי א מאמר המוסגר און דאס האט דער באשעפער געטוהן צו מחזק זיין די אמונה פון די יוצאי מצרים. אבער אין די צווייטע מהדורא שטייט: ואילו לא הוציא הקב''ה בדרך נס הרי אנו ובנינו וכו' משובעדים וכו'. דהיינו ס'געפעלט אים נישט אז דאס איז א מאמר המוסגר מוז ער זאגן אז אן די ״יד חזקה וכו׳. וואלט קיין יציאת מצרים נישט געווען, וואס דאס אליין איז נישט ראוי צו זאגן אויפן כל יכול. נאך שטייט אינעם צווייטען מהדורא: אינו אומר ''אלו'' לא הוציא במאמר נפרד, כי עם ''ואלו'' בוי''ו המחבר, כי אין זה חוליות חוליות של ספורים רק הוא המשך אחד להוציא מזה ההוכחה האחרונה שאפי' כלנו חכמים. אזי די שאלה וואס בכלל וויל ער זאגן דא, ווער בכלל מיינט אז עס איז נישט קיין המשך?, זאגען זיי אז אינעם מאמר יסוד מוסד שטייט, אז וועגן דעם שטייט ''ואפי''', (ביי ואפי' כלנו חכמים וכו') ווייל בפשטות האט עס נישט קיין המשך צו עבדים היינו, זאגט די בעל הגדה ואפי' מיט א ווא''ו החיבור צו זאגן אז היינו הך וויבאלד ואילו לא הוציא וואלטן מיר געווען דארט במילא דארף יעדער אפי' די חכמים דערציילען די סיפור ווייל אויב די נעמסט ארויס די חכמים וועלן שוין די פשוטע מענטשן אויך האבן א תי'. איז משכיל לאיתן האט נישט גוט נאכגעשריבן און האט דאס געשריבען אויף ''ואילו'' נישט אויף ''ואפילו'', זעהט מען אז אפי' די מאמר יסוד מוסד פונעם צווייטען מהדורה איז נישט זיינע ווייל ווען יא וואלט ער נישט געמאכט אזא טעות. אזוי גייען זיי ווייטער און רעכענען אויס נאך פיר פלעצער ווי מזעהט אזעלכע מאדנע פשטים אין די צווייטע מהדורא והדבר אומר דרשני, ווילן זיי זאגן אז די ערשטע איז יא פונעם מלבי''ם און אזוי אויך די מאמר יסוד מוסד ווי עס איז געווען די שטייגער פונעם מלבי''ם צו שרייבען א קיצור פונעם פי' אנהייב ספר אזוי ווי ער האט געטוהן אויף שיר השירים ווי עס הייסט דארט ''מבוא למחברת''. אבער די שינויים אין די צווייטע מהדורא זענען פון משכיל לאיתן.
און זיי ברענגען א ראיה צו דעם פון פארשידענע וואס זאגן אז משכיל לאיתן האט מער קאליע געמאכט דעם סדר הדורות, דוב בעריש טורש האבן מיר שוין געברענגט, אזוי אויך זאגט הרב ירוחם ליינער די ראדזינ'ער רבי וואס איז באוואוסט געווען אלץ א חוקר הדורות און א ידען, שרייבט ער אינעם סדר הדורות החדש (ווארשא תרס''א, ערך אבא אריכא אות ט): הר''נ משכיל לאיתן הורע יותר, אזוי אויך ברענגען זיי הרב ישעי' אשר זעליג מיללער פון מאנסי, וואס האט מהדר געווען פון פריש די סדר הדורות און האט געשריבען אסאך טעותים פון משכיל לאיתן אין קובץ אור ישראל (סיון תשס''ח גליון נ''ב, און טבת תשס''ט גליון נ''ד), האב איך דארט אריינגעקוקט און איך וועל ברענגען צוויי פון זיי, און סדר הדורות דפוס ראשון איז געשטאנען: בחלק א' שנת ב'קנח וברשב"ם ב"ב קכ"א ב' חנוך קבר את אדם וא''ת שם ט"ס כי שם נולד אחר מיתת חנוך ובעי' אינו תי' וא"ת שם ושמחתי. וואס די כוונה פון דעם איז אז אין רשב''ם אויף מסכת ב''ב ווערט געברענגט אז חנוך האט באגראבען אדם הראשון און אויך שם (די שטרעכליך אויף ואת איז א סימן הדגשה) אויף דעם זאגט ער ''ט''ס'' אז דאס מוז זיין א טעות ווייל שם איז געבוירן נאך חנוך איז שוין געשטארבען, אויף דעם זאגט ער ''ובעי'' וואס מיינט ''ובעין יעקב''- אינו תיבות וא''ת שם, דארט שטייט נישט די ווערטער ואת שם- ושמחתי. יעצט קוקטס ווי אזוי משכיל לאיתן האט דאס מפרש געווען: וברשב"ם... אחר מיתת חנוך, והעין יעקב - (ובעי') אינו תחת ידי'- (תי') ואם תיקן- (וא"ת) שם ושמחתי. קודם כל שרייבט די סדר הדורות ''ובעי''', וואס קען נישט מיינען ''והעין יעקב'', אזוי אויך איז די סדר הדורות כסדר פארנומען עס צו ברענגן אויב אזוי ווי אזוי קען ער שרייבען אינו תחת ידי׳. אזוי אויך שטייט אין חלק א׳ שנת ה׳שלז: רבי נתן מהוראדנא וכו׳ עשה פירוש על רש״י אמרי שפר, וביאור על רש״י, ובצידה לדרך פרשת בהעלותך ובבאר שבע בתמיד כתב, אין באורים אלו לבעל אמרי שפר אלא תלמיד אחד תלה עצמו באילן גדול. די מעשה איז געווען אז אין שנ״ג איז ארויסגעקומען אין וויניציאה א ספר ביאורים אויף רש״י על שם רבי נתן שפירא, אבער דאס איז געווען פאלטש, שפעטער אין שנ״ז האט די זוהן פון רבי נתן ארויסגעגעבן די אמרי שפר אויף רש״י און די זוהן דערמאנט די פאלטשע ביאורים אויפן נאמען פון זיין פאטער. משכיל לאיתן האט געמיינט לכאורה אז די ספר ביאורים מיטן ספר אמרי שפר איז איין ספר, דארף מען דאס נישט איבערשרייבען, האט ער ארויסגענומען די ווערטער ״וביאור על רש״י״ און לויט דעם גייט ארויף די ווערטער פונים צידה לדרך און די באר שבע אויף די ספר אמרי שפר.. וואס דאס איז א גרויסע טעות וואס ער וואלט געדארפט כאפן אז זיי גייען ארויף אויף די ביאורים און אז זיי זענען צוויי באזונדערע ספרים!
ווייטער זאגען זיי צוויי אז מ׳זעהט אינעם צווייטען מהדורא ווי עס שטייט פארן שטיקל ''וירעו אותנו'': לא יאמר בלה''ק וכו' רק לשון הלועזים הוא כך וואס פאסט פאר משכיל לאיתן וואס איז געווען אויסגעקאכט אין רוסיש. אזוי אויך וואס עס שטייט סוף פונעם שטיקל ''תם מה הוא אומר'': ושגו המדפיסים ברוב הספרים וכו'. אזוי אויך זעהט מען ווי אינעם צווייטען מהדורא האט ער צוגעלייגט הערות צום הגדה אליין ווי ער שרייבט סוף הגדה בשם זיין חבר רבי מרדכי ראבינאוויץ פון סקידל, אז דאס וואס עס שטייט אז מוצאי שבת זאל מען זאגן ''ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים'', איז א טעות און באמת איז געשטאנען ''במ''ש'', וואס מיינט ''במשנה שבמשניות'', דהיינו אז די שינוי נוסחאות איז א חילוק פון די משנה שבמשניות להמשנה שבגמרא. (און ער רופט דאס אן אן השערה נכונה) אזוי אויך ברענגט ער ביי שפוך חמותך א פשט פון ''ידידי המדפיס ר' יצחק גאלדמאן'' אז אפשר האט זיך די מנהג פון אויפמאכען די טיר, זיך גענומען פון די מיטעל-אלטער צייטען וואס דאן האט מען חושש געווען אז די אידן שעלטען די גוים ביים סדר מאכט מען אויף די טיר און מען לאזט זיי הערן אז מיר שעלטען נאר די גוים ''אשר לא ידעוך וכו' כי אכל את יעקב וכו'' די וואס האבן חרוב געמאכט די בית המקדש די גוים מייינט מען, אבער נישט אויף אונזער שכנים ''כי גם הם מאמינים בקדושת התורה ויודעים כי מעת חורבן הבית יחסרו חלק רב ממצות התורה, וכי יש לו תקוה כי ישיב שכינתו לציון.
נאך זאגען זיי אז די מלבי''ם האט א מיוחד'דיגע שפראך וואס איז שווער נאכצומאכען, זאגען זיי אז ביים לערנען די הגדה זעהט מען די מלבי''ם שפראך, און זיי ברענגען אראפ די אלע וואס האבן מייחוס געווען די הגדה צום מלבי״ם וואס זיי אויך האבן אין דעם געזעהן דברי המלבי״ם. נאך זאגען זיי אז די תכלית פון די מלבי''ם אין זיין פי' אויף תנ''ך איז צו מפרש זיין פשוטן של המקראות און די ביאור פון יעדע ווארט, און וועגן דעם קען ער סובל זיין א דוחק פשט אויב עס קוקט אויס ווי די אמת'ע פשט, און דאס זעהט מען אויך אין די הגדה ווי למשל די מחבר שרייבט אז די סיבה פארוואס די בעל הגדה ברענגט אראפ די שטיקל פון אמר רבי אלעזר בן עזריה איז וויבאלד מען האט אים דערמאנט צווישען די חכמים שהיה מסובין בבני ברק. אבער אויב דאס איז פון משכיל לאיתן וואלט ער געדארפט זאגן עפעס מער אונטערסאנט (דאס זע איך נישט אלץ א גוטע קושיא) אזוי אויך פארוואס מאכט ער די חיבור נאר פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל, און אויף הלל למשל ברעגט ער פון די אברבנאל אויף נשמת און הלל הגדול פונעם פני אדם, און אויף די פיוטים פון אנדערע?
אזוי אויך אויב איז דאס פון משכיל לאיתן שטימט עס נישט ממש מיט זיינע אנדערע חיבורים, דהיינו ער האט מחבר שירים ומליצות, דרושים ופשטים אויף אגדת און די פרשה, מהדר געווען ספרים-זיינע טאטע'ס ספרים און דא דארט מוסיף געווען אפאר דרושים, מהדר געווען די ספר בן סירא מיט א ביאור קצר ומספיק אונטערן נאמען אבן שלמה, מהדר געווען די ספר זכר רב (כל שורשי תנ''ך הפעלים השמות והמלות) פונעם פייטן הרב בנימין מוספיא בעל מוסף הערוך, מיט א ביאור אויף יעדע ווארט און די טייטש אויף רוסיש, און זיין גרויסע ארבעט אויף די סדר הדורות. גארנישט פון די דערמאנטע קומט נישט צו צו די מדרש הגדה וואס איז א גאר ערענסטע פי' אויפן הגדה, און ווי ער אליין שרייבט שוין ''וביותר בבאורי מדרש הגדה וכו' יראו שם גדולות ונצורות וכו' ואשר לא היה עוד כבושם הזה''. משא''כ אויב האט ער דאס נאר געדריקט שטימט דאס מיט זיינע אנדערע ארבעט. איבערהויפט ווען ער מאכט אזא גאנצע פון די עשרה מאמרות, ער האט דאך אזא הפלא'דיגע הגדה מאכט ער אן עיסוק מיט אפאר קליינע דרושים?, און לאמיר זעהן וואס שטייט אין דעם, אין מאמר ד' אינעם ערשטן מהדורא ברענגט ער אראפ די גמרא ״א''ל הקב''ה למשה בבקשה מכם שאלו ממצרים וכו' כדי שלא יאמר אותו צדיק וכו״ זאגט ער אז די מפרשים פרעגן, נאר ווייל ער האט עס געזאגט פאר אברהם דארף ער עס מקיים זיין? אויף דעם ענטפערט ער אז דאס האט נישט קיים ״ריח פון קיין קושיא״ ווייל באמת איז עס נישט תלוי אין אברהם נאר היות ער האט אים צוגעזאגט זאגט עס די באשעפער בשמו. למעשה האט ער גארנישט געזאגט ווייל די מפרשים פרעגן אויב וואלט ער סיי ווי מקיים פסק געווען פארוואס איז ער דאס תלוי און אברהם.
נאך זעהט מען אז די שפראך פונעם עשרה מאמרות איז נישט דומה צום רייכען שפראך פונעם הגדה, רבי יצחק לעבאוויטש זאגט אויף דעם אז ער האט בכוונה תחלה משנה געווען די שפראך כדי אז די שפראך אינעם הגדה זאל אויסקוקען ווי פונעם מלבי''ם, למעשה זאגט הרב ביק אז מען זעהט ווי די שפראך אינעם הגדה זעלבסט האט זיך געטוישט לגריעותא אינעם צווייטען מהדורה, ווי למשל אינעם ערשטען שטייט ביי רשע מה הוא אומר: איזה מאמר מהמאמרים הכתובים בתורה אומר בן הרשע. אין די צווייטע שטייט: כלומר מה הוא אומר הכתוב בבן הרשע. א גרויסע חילוק, אזוי ברענגט ער נאך פינוף דגמאות.
איי פארוואס זאגט ער נישט פון ווי ער האט פארשאפט די כתב יד? ברענגען זיי די מלבי''ם׳ס ספר עלים לתרופה אויף הלכות דעות להרמב''ם, און נאך ספרים וואס די ארויסגעבער זאגען נישט פון ווי זיי האבן דאס, אזוי אויך איז די הגדה געדריקט געווארן אין ווארשא ווי רוב ספרי המלבי''ם זענען געדריקט געווארן בין בחייו ובין לאחר מותו אין עס איז דאך באקאנט געווארן אלץ די מלבי''ם הגדה, נו פארוואס האבן די מלבי''ם'ס יורשים גארנישט געזאגט.
די המשך וועט נאכפאלגען
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2020 1:17 pm
דורך אמת וצדק
היוצא לנו מכל הנ״ל אז קיין דבר ברור קען מען נישט זאגען, מצד אחד שרייבט משכיל לאיתן אויף רוסיש אונטען פונעם שער בלאט אז דאס איז על פי מערכת המלבי״ם, און די נוסח אויבן פונעם שער בלאט איז געשריבען זייער קונצילדיג, ווידער אינעם צווייטען מהדורא האט ער דאס שוין געטוישט און געשריבען ״בדרך״ וכו׳. ווייטער אין זיין אויטאביאגראפיע שרייבט ער ״באורי מדרש הגדה״, אזוי אויך אין זיין ספר על התורה ״רוח חכמים״ דערמאנט ער די הגדה בשמו. אבער ווי מיר האבן געזעהן האבן אזעלכע לייבן ווי הרב יוסף גרינבוים בעל הכרמל, הרב מתתיהו שטראשון, בעל מנחת אלעזר ועוד דאס קלאר מייחוס געווען צום מלבי״ם. איי ער זאגט אז עס איז זיינס נו מ׳האט שוין געהערט אזאנס, ולאו מפיו אני חיים, צו דען האט מען נישט געהערט פון קיין פעלטשער.
אונטערסאנט אז רבי יצחק לעבאוויטש אין זיין ערשטען שמועס וועגן די הגדה דערמאנט סוף שמועס נאך א געפעלטשטען הגדה, דאס איז די מהר״ל הגדה מיט די פירושים לשון למודים ודברי נגידים וואס איז ערשט ארויסגעקומען אין תרס״ה דורך הרב יהודה יודל ראזענבערג אין ווארשא ווי ער שרייבט אז דאס איז פון א כתב יד פון הרב ר׳ יצחק כ״ץ דער מהר״ל׳ס איידעם, ער שרייבט אז ער האט נישט געדריקט די הקדמה פון מהר״י כ״ץ ווייל ס׳איז צו לאנג.. אזוי אויך קען מען נישט זעהן דעם כתב יד.. די כתב יד איז אנגעקומען צו אים דורך איינער חיים שארפשטיין מן הסתם א פאלטשע נאמען, בקיצור די גאנצע זאך שמעקט אזוי ווי די מעשה פון די ירושלמי אויף קדשים פון פריעדלענדער, אזוי אויך האט אים שארפשטיין מזכה געווען מיט נאך כתבי ידות, ווי למשל נאך א כת״י פון מהר״י כ״ץ פון וואס ער האט געדריקט זיין באקאנטען נפלאות מהר״ל. רבי יצחק לעבאוויטש צייכענט צי אן ארטיקל פון הרב אברהם בנדיקט אין קובץ מוריה (שנה יד) ווי ער טוט דורך דעם הגדה און קומט צום מסקנא אז דאס איז נישט פונעם מהר״ל, הרב בנדיקט ברענגט פארשידענע סתירות צווישען וואס די מהר״ל שרייבט אין ספר גבורות השם און פון וואס עס שטייט אין די הגדה, אסאך ברענגען דעם הגדה אין נאמען פונעם מהר״ל ובתוכם דער סאטמאר רב אין ויואל משה (מאמר שלש שבועות סי׳ מט) ווי ער ברענגט פון דעם הגדה א טעם א שפוך חמותך וואס דאס ווערט טאקע נישט דערמאנט אין גבורות השם נאר אין דעם פי׳ דברי נגידים פון ר׳ יודל ראזענבערג. רבי יצחק לעבאוויטש דערמאנט אויך א
בריוו וואס זאל הייסען אז דער מהר״ל האט געשיקט צו הרב יעקב גינזבערג ווי ער איז אים מסביר אלעס ארום דער גולם, דער חקל יצחק האט אריינגעלייגט דעם בריוו אנפאנג פון זיין פאטער׳ס ספר אמרי יוסף אויף מועדים. רבי יצחק איז מייחוס דעם בריוו צו ר׳ יודל ראזענבערג למעשה האט דאס חיים בלאך (אויך א פעלטשער) געדריקט נישט ראזענבערג, און ס׳איז נישט קלאר ווער האט עס געשריבען. עכ״פ אויב רבי יודל ראזענבערג מיט פריעדלענדער האבן געקענט פעלטשען קען משכיל לאיתן נישט? די חילוק איז נאר אז דארט האבן זיי תולה געווען זייער ווערק באילן גדול, עד כדי כך אז די מהרש״ם האט שוין געשריבען הגהות אויפן ירושלמי, אבער דא האט ער תולה געווען א אילן גדול בשמו. מיר האבן דאך א שטארקע ראיה דערצו דאס איז אז די צווייטע מהדורא איז ערגער פונעם ערשטען סיי מיטן שפראך און סיי מיטן תוכן! וואס דאס זאגט אז ס׳איז זייער נישט מסתבר אז דאס איז פונעם זעלבען מענטש, און מיר ברענגען צו דעם א שטארקע ראיה פונעם סדר הדורות ווי מיר האבן אויבן צוגעצייכענט אפאר מחברים וואס זענען מעיד ווי ער האט ווייט נישט פאראכטען אלע טעותים.
הרב ביק מיט הרב קליגהויפט האבן פארזעהן דעם מקור ברוך (חלק ג׳, פרק כז, סעיף א) דער מקור ברוך/תורה תמימה איז געווען זייער נאנט מיט משכיל לאיתן און אפי׳ דאך האט ער זיך אויך נישט צוריקגעהאלטען פון אים שטארק מבקר זיין אויף זיין ארבעט אויפן סדר הדורות, ער שרייבט אז משכיל לאיתן האט מבטיח געווען אז נאך זיין ארבעט איז א יעדע מראה מקום וואס ווערט צוגעצייכענט אינעם סדר הדורות ריכטיג און אזוי אויך האט ער פאראכטען אלע שבושים. ברענגט די מקור ברוך וואס עס שטייט ביי רבי פרידא: ורמב״ם בפי׳ המשניות בהקדמה ״לעירובין״ כתב. און ער האט דאס נישט פאראכטען. אזוי אויך אין חלק ב׳ תנאים ואמוראים אות א׳ שטייט ביי רבי אלעזר חסמא: בפרק בתרא דראש השנה ירד לפני התיבה. למעשה נישט דארט און נישט קיין ערגעץ אין ש״ס שטייט דאס אויף רבי אלעזר חסמא נאר די סדר הדורות האט דאס נישט גוט מעתיק געווען פון ספר היוחסין און עס גייט באמת ארויף אויף רבי יוחנן בן ברוקה. און משכיל לאיתן האט דאס אויך נישט פאראכטען. אזוי ברענגט ער נאך טעותים, און נישט פארגעסן אז ער האט געארבעט אויף דעם ספר קרוב צו צוואנציג יאר!!
לאזען מיר דאס ביי דעם און ניין מיר זאגען גאר נישט בוודאית, אבער מיר זענען נוטה צום צד אז דאס איז יא פונעם מלבי״ם און משכיל לאיתן האט אסאך געפאטשקעט אינעם צווייטען מהדורא. און אויב איז דאס טאקע פונעם מלבי״ם איז א סייעתא דשמיא אז אלע יארן האט מען געדריקט דעם ערשטען מהדורא נישט דעם צווייטען, און אפי׳ אז עס איז יא געדריקט געווארן אין תשנ״א איז עס געבליבען ביי דעם און נישט געדריקט געווארן נאכאמאל. למעשה זאל יעדער מאכן זיין אייגענעם החלטה, איך האפ איר האט הנאה געהאט פון דעם ארטיקל וואס האט מקיף געווען דעם ענין מער פון יעדעם ביז אהער. צום ווידער זעהן @אמת וצדק
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 1:52 am
דורך שמעון וואלף
Wow!!!
א מאסיוו פארש ארבעט אראפגעלייגט דא.
Re: הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר?
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 2:11 am
דורך אמת וצדק
א גרויסען דאנק @אבטולמוס מיט @שמעון וואלף!
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 3:41 am
דורך לבי ובשרי
א גרויסן דאנק פאר דיין הערליכן ארבעט
Re: הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר?
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 3:46 am
דורך אמת וצדק
יישר כוח @לבי ובשרי!
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 3:31 pm
דורך אמת וצדק
דא קען מען ליינען די ארטיקל פון הרב ביק מיט הרב קליגהויפט, וואס דאס איז יעצט צום ערשטען מאל ארויפגעלייגט געווארן אנליין!
אלע אנדערע ארטיקלען וואס איך האב צוגעצייכענט קען מען טרעפן אויף אוצר החכמה אדער אויף Hebrew Books
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 1:44 am
דורך לעיקוואד
זיייער א שיינער ארבעט.
עס פעלט מיר אבער איין גרויסער שאלה וואס איז לכאורה שטארק נוטה אז דאס איז נישט פון מלבים. דהיינו עס זעהט אויס צו זיין מוסכם אז דער הגדה האט ר' משכיל לאיתן געדרוקט. אפאר יאר נאך דער מלבים'ס פטירה. נו קומט דאך אריין די פשוט'ע שאלה. פון ווי זאל ער האבן א כתב יד פון דער מלבים? ער וואלט דאך געדארפט פארציילן פון וואו ער האט דאס. אזא גאון און מחבר מפורסם ווי דער מלבים וואלט געדארפט זיין ידוע ווער זיינע יורשים זענען ווי דרייען זיך זיינע כתבים. און דערווייל גארנישט. איר דערמאנט די קשיא אבער לכאורה די עיקר היסטארישע חקירה דארף זיין ארום דעם.
אין אנדערע ווערטער די אלע חקירות זענען דא וועגן די תוכן און דיוקים וואס דער מו"ל האט געשריבען וכדומה. וואס איז אבער מיט די provenance פון דער הגדה.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:03 am
דורך שמעון וואלף
לעיקוואד האט געשריבן:זיייער א שיינער ארבעט.
עס פעלט מיר אבער איין גרויסער שאלה וואס איז לכאורה שטארק נוטה אז דאס איז נישט פון מלבים. דהיינו עס זעהט אויס צו זיין מוסכם אז דער הגדה האט ר' משכיל לאיתן געדרוקט. אפאר יאר נאך דער מלבים'ס פטירה. נו קומט דאך אריין די פשוט'ע שאלה. פון ווי זאל ער האבן א כתב יד פון דער מלבים? ער וואלט דאך געדארפט פארציילן פון וואו ער האט דאס. אזא גאון און מחבר מפורסם ווי דער מלבים וואלט געדארפט זיין ידוע ווער זיינע יורשים זענען ווי דרייען זיך זיינע כתבים. און דערווייל גארנישט. איר דערמאנט די קשיא אבער לכאורה די עיקר היסטארישע חקירה דארף זיין ארום דעם.
אין אנדערע ווערטער די אלע חקירות זענען דא וועגן די תוכן און דיוקים וואס דער מו"ל האט געשריבען וכדומה. וואס איז אבער מיט די provenance פון דער הגדה.
די וואדריזשע רב פרעגט טאקע דאס און לייגט צו נאכמער אז ער שרייבט גארנישט קיים הקדמה כאטשיג אויפ'ן סדר הדורות האט ר' נפתלי משכיל לאיתן געשריבן א לאנגע הקדמה. נאר, ער האט געוואלט געבן א מקום לטעות מ'זאל מיינען ס'איז פונעם מלבי"ם, און טאמער וואלט ער געשריבן אן הקדמה וואלט ער געמוזט שרייבן פון ווי ער האט באקומען די כתב יד.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:30 am
דורך אמת וצדק
יישר כח @לעיקוואד און @שמעון וואלף פארן מגיב זיין. לעצם הענין דאס וואס ער האט נישט געשריבען קיין הקדמה און נישט גענומען הסכמות קען מען אנקוקען פון ביידע וועגן אדער ווי שמעון וואלף זאגט בשם וואודרידזשער רב כדי מען זאל זיך טועה זיין אז דאס איז פונעם מלבי״ם און אזוי ארום משביח זיין פונעם געשעפט, למעשה לאמיר נישט פארגעסן אז אפי׳ אינעם ערשטען מהדורא איז געשטאנען אין רוסיש קלאר אז דאס איז נאר ״על פי מערכת המלבי״ם״ (איבערגעטיישט פון רוסיש). ווידער קען מען אפלערנען פארקערט אז ער האט נישט געשריבען קיין הקדמה און גענומען הסכמות ווייל ער האט געוואלט דאס תולה זיין על שמו! און ווען ער שרייבט אן הקדמה מוז ער קלאר ארויסשרייבען וואס דא גייט פאר, אזוי אויך האט ער נישט געהאלטען ביים נעמען פאלטשע הסכמות פון רבנים.
און לגבי די כתב יד, וואס אויב עס איז פונעם מלבי״ם שטעלט זיך די פראגע פון ווי האט ער דאס פארשאפט, ווייס איך נישט, אבער איך ברענג צו נאך צוויי ספרים פונעם מלבי״ם וואס שרייבען אויך נישט פון ווי זיי האבן דאס! איך האב פראבירט צו זיכען ווער די מלבי״ם יורשים זענען געווען אבער איך האב נישט געטראפען קיין סאך ביז דערווייל, איין זוהן האט ער געהאט וואס קוקט אויס איז געווען גאנץ אנדערש פונעם פאטער זיינעם, דערנאך זע איך איין טאכטער, ווייס איך נישט פונקליך וואס גייט פאר, און היות זיי האבן זיך גארנישט אנגערופען בנוגע דעם הגדה, קען מען שפעקאלירן אין וועלכע וועג מען וויל, איך זע אבער יא אז זיי האבן גארנישט געדריקט פונעם מלבי״ם לאחר פטירתו!
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:53 am
דורך תחכמוני
א גרויסן יישר כח פאר די שיינע ארבעט.
עס איז מיר אינטערעסאנט געווען צו לייענען ווייל אין די אינגע יארן בין איך געווען א גרויסן חסיד פונעם מלבי"ם און איך פלעג לייענען אלע זיינע ספרים.
ר' יודל ראזענבערג איז באקאנט מיט זיינע זיופים. ער איז אבער געווען א סטאריטעלער פאר עקסעלענס. על כל פנים האט ער אונז געגעבן אזעלכע קלאסיקס ווי דער מהר"ל מיטן גולם, און דער מהר"ל מיט די חושן שטיינער וכו'.
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 1:26 am
דורך [NAMELESS]
אמת וצדק האט געשריבען:
זיי לייגען צו נאך א וויכטיגע נקודה אז ביים ערשטען מהדורא און אויך די אנדערע מהדורות ביזן קריג איז געשטאנען אונטען פונעם שער בלאט און די רוסישע שפראך אז דאס איז נאר בדרך המלבי״ם, דאס איז א גאר חשובע הוספה, אונטערסאנט אז קיינער דערמאנט דאס נישט חוץ זיי, און לויט דעם דארף מען נישט מפלפל זיין אינעם שינוי הלשון אויבן פונעם שער בלאט ער שרייבט קלאר און רוסיש אז דאס איז זיינס, און לויט דעם איז זייער שווער אויף די וואס האבן געקענט רוסיש און דאך געזאגט אז עס איז יא פונעם מלבי״ם נאר מ׳מוז זאגן אז זיי האבן אים פשוט נישט געגלייבט!).
די המשך וועט נאכפאלגען[/quote]
גראדע האב איך עס געהערט פון ר' יצחק לעבאוויטש רעדענדיג מיט איהם איבער די נושא איך גלויב אז ער דערמאנט עס אויך אין זיין שיעור.
הגדה של פסח ״מדרש הגדה״ ווער איז די מחבר?
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 1:31 am
דורך אמת וצדק
הגאון רבי יצחק לעבאוויטש דערמאנט דאס נישט אין קיין איין פון די צוויי שיעורים וואס איך ברענג פון אים.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 1:35 am
דורך [NAMELESS]
יישר כוח פאר די הערליכער בירור!!
עס איז רייך מלא תוכן א מחיה צו קוקן!
מיר קוקן אלע ארויס אויף ווייטערע ווערק!