בלאט 1 פון 1
איך האב א פיהלינג...
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:01 pm
דורך זר זהב
אז אבאמא גייט געווינען.
אז ס'גייט זיין מלחמות גאר אין נאנטן.
-----------------
איך האב כסדר פיהלינגס וואס איך וועל שערן דא.
און יעדער איז וועלקאם צו שערן וואס ער פיהלט איבער אלעס און אלעמען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:17 pm
דורך שמעקעדיג
דארפסט נאר זיכער מאכן יעדע מאל אויב דו פילסט גוט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:24 pm
דורך זר זהב
דאס העט מען זעהן אין די צוקונפט
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:32 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:אז אבאמא גייט געווינען.
אז ס'גייט זיין מלחמות גאר אין נאנטן.
-----------------
איך האב כסדר פיהלינגס וואס איך וועל שערן דא.
און יעדער איז וועלקאם צו שערן וואס ער פיהלט איבער אלעס און אלעמען.
די צוויי זאצן האבן שייכות?
דאס הייסט אז דיינע פילינגס זענען, אז ווייל אבאמא גייט געווינען גייט זיין מלחמות?
שטימט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:35 pm
דורך זר זהב
ניין! איך דארף עס ווען אפטיילן מיט שטרעכעלעך. -- אבער אז דו פרעגסט שוין עלעך דיר זאגן אז איך וויל ענדערש אבאמא
זאל מלחמה האלטן מיט איראן אד"ג ווי איידער ראמני.
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:50 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:ניין! איך דארף עס ווען אפטיילן מיט שטרעכעלעך. -- אבער אז דו פרעגסט שוין עלעך דיר זאגן אז איך וויל ענדערש אבאמא
זאל מלחמה האלטן מיט איראן אד"ג ווי איידער ראמני.
סוויט דריעמס!! נאר ראמני וועט מלחמה האלטן מיט איראן, אבאמא האט אנדערע דאגות.
אבאמא דארף קודם גוט משוגע מאכן ארץ ישראל!!
און פארוואס טאקע ווילסטו ענדערש אבאמא זאל מלחמה האלטן מיט איראן?!
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:54 pm
דורך זר זהב
ראמני וועט טאקע מלחמה האלטן מיט איראק... איך רעד אבער פון איראן.
און פארוואס ס'איז אזוי פארלאנגט א לענגערן באשרייבונג, ועוד חזון...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:31 am
דורך טעלעפאן
זר זהב האט געשריבן:אז אבאמא גייט געווינען.
מיט אבאמא ווייסטו כאטשיג ווי שלעכט די קומענדיגע 4 יאר וועט זיין... מיט ראמני, ווער ווייסט ווי ארגער עס קען נאך ווערן...?
לכאורה מאכן רוב אמריקאנער דעם חשבון
באמת א שאד אז דער פרעזידענט אמט האט זיך אזוי נידעריג דערקייקלט
איך האב געזעהן א גאר טייער ווארט די וואך... איבערגעטייטשט פון ענגליש
אז אבאמא לויפט קעגן מיט ראמני וואוט איך פאר מיקי-מאוז....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:33 am
דורך שמעקעדיג
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך פארשטיי נישט דעם טיפן ווערטל?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:22 pm
דורך טעלעפאן
אז ביידע זענען נישט ווערט מער ווי א מיקי-מאוז?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:35 pm
דורך אשכנ
עס זעהט מיך אויס אויכעט אז אבאמא גייט געווינען. די מידיא הייבט שוין אן אראפצורייסן ראמני, און ער קען זיך שווער פארטיידיגן. זיי וועלן אויך רעדוצירן סיי וועלכע שמוץ אויף אבאמא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:46 pm
דורך ציבעלע-קיגל
זר זהב האט געשריבן:אז אבאמא גייט געווינען.
אז ס'גייט זיין מלחמות גאר אין נאנטן.
-----------------
איך האב כסדר פיהלינגס וואס איך וועל שערן דא.
און יעדער איז וועלקאם צו שערן וואס ער פיהלט איבער אלעס און אלעמען.
אוודאי גייט ער געווינן אלע מוסדות גייען איהם אינדארסן און אונזערע בהמות גייען פאלגן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:14 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 9:54 am
דורך אשכנ
די מוסדות האבן דא נישט קיין ווארט ווייל יעדער state רעכענט מען עקסטער, און עס איז נישט דא קיין שום שאנס אז אבאמא זאל נישט געווינען ניו יארק.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:43 am
דורך זר זהב
אשכנ האט געשריבן:די מוסדות האבן דא נישט קיין ווארט ווייל יעדער state רעכענט מען עקסטער, און עס איז נישט דא קיין שום שאנס אז אבאמא זאל נישט געווינען ניו יארק.
פארדעם האב איך געקראצט קאפ
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:34 pm
דורך town1
מיין פילונג איז אויך אז אבּאמא גייט געוואונען, איי ראמני האט מער געלט דאס וועט מען שוין שפעטער זען