בלאט 1 פון 2
איך האב די וויירוס
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 5:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייט יענער וואך, בין איך פארקילט. דאס איז נישט עפעס א חידוש, אבער עס זעט מיר אויס אז עס איז יא ׳די וויירוס׳. פארוואס? קודם, ווייל עס איז בעסער פאר מיר צו זיין אויף די אנדערע זייט. און מיין חוש הריח און חוש הטעם זענען ביידע פארשוואונדן געווארען, און איך האב געהאט א קליינע פיווער פרייטאג. א פרוי וואס ארבעט אין די עמערדזשענסי רום האט, אויף טקסט, מיר באשטעטיגט אז עס איז מסתבר אז דאס איז עס.
אנדערע האבען עס אויך? וויאזוי גייט עס ביי ענק?
פאר מיר איז לייכטער צו ליגען אין בעט מיט א ספר/בוך/געבארגאע אייפעד, ווי זיך מוטשן מיט די לעבעדיגע סחורה וואס האבען נישט קיין חדר, נישט קיין חברים און נישט קיין פלאטץ. מיין בני בית קען דאס טון, צוזאמען מיט אנגרייטן די שטוב אויף פסח.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 6:17 pm
דורך אישתישבי
א רפואה שלמה בקרוב, און זאלסט צוריק באקומען דער חוש הריח וואס שנעלער, זאלסט קענען שמעקן בשמים מוצאי שבת.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 6:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און מיין פושקע עכטע ענגלישער טאבאק דארף איך נישט שמעקן?
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 7:22 pm
דורך נעגעל וואסער
הננו מצטרף בברכת רפואה שלימה בקרוב, צו ס'איז יא דעס אדער נישט. אויב דיין בני בית קען דאס אלעס באווייזן, דאנק די באשעפער פאר דעם, און שטיי זי צו די האנט ווי ווייט מעגליך, עס איז נישט קיין לייכטע אויפגאבע.
לאז אונז וויסן ווען די ביזסט פולקאם ערהוילט, אזוי וועסטו אראפ נעמען נאך איין דאגה פון מיין געוויסן.
Sent from my SAMSUNG-SM-G930A using Tapatalk
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 7:29 pm
דורך צפור בודד
ליטוואק, ווי ניד יו! א רפואה שלימה בקרוב
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 7:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך הער פון צענדליגע מענטשן וואס זענען פונקט ווי מיר אדער ערגער, אבער קיין טעסט האבען זיי נישט גענומען. א שכן האט מיר יעצט פארציילט אז זיין ברודער האט חתונה געמאכט היינט נאכמיטאג, מיט אמנין מצומצם וכו', אבער ער איז נישט געגאנגען, ווייל ער האט געהאט אזעלכע קליינע סימפטאמס. א חברותא מיינער האט מיר געטעקסט אז ער האט 101 פיווער. די זענען נישט אויף קיין ליסט פון חולים, ווייל די סימפטאמס זענען קליין.
איך פיל אז מיין קאפ איז מיר נישט אין פלאטץ, איך קען נישט טראכטן קלאר און עס איז מיר שווער מצמצם צו זיין די מחשבה צו קענען לערנען. עס איז א שאד, ווייל אז מ'האט שוין די קינדער צוהאנט, לאמיר עפעס לערנען מיט זיי. מיט מיין חברותות לערן איך נאך אויפ'ן טלפון, און איך זאג נאך מיין דף היומי שיעור אויף א טלפון, אבער עפעס איז ווי וואטע אין קאפ.
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 8:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ידידי היקר @ליטוואק
א רפואה שלימה בקרוב ממש און דיין חוש הריח זאל ווי אמשנעלסטן צוריק קומען, זאלסט שוין מארגן אינדערפרי קענען שפירן די קאווע שמעק.
ביי די וועי כ'האב געהערט היינט פון איינעם וואס איז אויך אנגעשטעקט מיט די וויירוס, אז ער האט געהערט פון דאקטוירים אז דאס פארלירן די חוש פון שמעקן און טעיסטן זענען די לעצטע פאזע פונעם וויירוס.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 10:09 pm
דורך [NAMELESS]
א גוטען הער ליטוואק!
שפירענדיג מיטלייד מיט דיין ווייטאג וויל איך נאר זאגען אז איך האב געהערט בשם א בארומטע דאקטער אז לדעתו האבן דאס שוין געהאט רוב מענטשן און מהאלט שוין דערנאך .
ווי אויך האט מיר א מלמד מעיד געווען אז אין די לעצטערע וואכען איז זיין כתה געווען האלב ליידיג!
אלזא אז דיין בני בית נעמט דיר איבער אין אלע פליכטען איז דאס נישט קיין שלעכט געשעפט..
אגב איך וואלט געוואלט ווויסען אויב ווייטאג אין די אויגען בעיקר ווען מקוקט אויף ארויף האט שיייכות מיט די וויירוס?
שוין געהערט פון מאנכע וואס שפירען עס.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 10:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ פאר די גוטע נייעס אז איך קען האפען באלד פטור צו ווערן פון דער געפאר, און אנגיין מיט א נארמאלע לעבן. ממש אין מיטן שרייבן האט דער טלפון געקלינגן און מיין שוועגערין איז געווען אויפ'ן טלפון, וואס איר מאן מיין שוואגער האט געהאט העכערע פיווער ווי איך. איך האב איר איבערגעגעבן די אינפארמאציע וואס דו זאגסט אז ווען ער הערט אויף שמעקן איז עס די סוף פון די וויירוס.
איך וויל דא הערן פון אנדערע וואס האבען סימפטאמס, וויאזוי איז עס ביי זיי געגאנגן? אדער איינער מיט א טאטע\זיידע וואס איז עס אריבער? וויאזוי איז עס זיי אריבער, פון די ערשטע חשש ביז צום ישועה. זאל דער עולם מיטהאלטן.
אנשטעטיגע ייוד - מיר האט נישט וויי געטון די אויגען. איך קלער אויך אז יעדער איז שוין אנגעשטעקט, נאר עס איז דא א טיפערע חשבון אין דעם. די מחלה איז פונקט אזוי אנשטעקיג צו זיין א געפאר, אבער נישט אזוי פיל אז יעדער איז אנגעשטעקט. א פערפעקט פאסטערקלאק.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 10:36 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און מיין פושקע עכטע ענגלישער טאבאק דארף איך נישט שמעקן?
זאל זיין דער טאבאק.
קען זיין אז די סגולה פין עסען קנאבעל קעגן קאראנא ארבעט יא, פראביר צו עסן אביסעל קנאבל וועסטו אויסגעפינען אז די קענסט יא טעיסטען און שמעקען.
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 7:44 am
דורך גראף
רפואה שלימה בקרוב.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 8:03 am
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און מיין פושקע עכטע ענגלישער טאבאק דארף איך נישט שמעקן?
זאל זיין דער טאבאק.
קען זיין אז די סגולה פין עסען קנאבעל קעגן קאראנא ארבעט יא, פראביר צו עסן אביסעל קנאבל וועסטו אויסגעפינען אז די קענסט יא טעיסטען און שמעקען.
ער קען טעיסטן, אבער יענער קען שמעקן..
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 1:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס אזי מיר שווער צו גלויבן אז איך בין די איינציגסטע דא אין שטיבל וואס איז אזוי. עפעס? איינער קען דא אריין קומען מיט זיין ערפארונג?
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 1:27 pm
דורך ישן מלא חדש
מומחים: התגלו תסמינים חדשים לנגיף הקורונה. ייתכן שהתסמינים החדשים ישנו את הנחיות הבידוד >
https://t.co/zPi8O3podt
https://t.co/KHjiXTSezI
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
איך ליג אין בעט ווייל איך בין געשטאנען נעבן איינער וואס ווייזט סימפטאמען, אבער כ'האב נישט קיין פיבער.
עס איז מיר זייער אינטערסאנט ווייל פאר פורים האב איך באקומען שרעקליכע פיבער און רוקן וויי מיט קאנסטיפעישן, דריי סימפטאמען פון די וויירוס, אבער דער דאקטאר האט מיר געזאגט אז עס איז די פלו, איך בין נישט געגאנגען ארבעטן פאר א וואך און עס איז מיר בעסער געווארן.
יעצט קלער איך אז אפשר האב איך שוין געהאט די וויירוס אבער איך ווייס נישט וואו זיך צו טעסטן.
Re: איך האב די וויירוס
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 1:36 pm
דורך ישן מלא חדש
רוב פון מיינע באקאנטע האבן געהאט א חלק פון די סימטימס אדער אנדערע לכאורה האבן מיר הס אלע שוין געהאט די עיקר שאלה איז צו מען קען עס באקומען נאכאמאל.......
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 2:54 pm
דורך קאצקע ציקער
איך ציטער אז יא
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 4:54 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און מיין פושקע עכטע ענגלישער טאבאק דארף איך נישט שמעקן?
זאל זיין דער טאבאק.
קען זיין אז די סגולה פין עסען קנאבעל קעגן קאראנא ארבעט יא, פראביר צו עסן אביסעל קנאבל וועסטו אויסגעפינען אז די קענסט יא טעיסטען און שמעקען.
אישתישבי: אויב ער וועט קענען שמעקן (נאכ'ן עסן א שיעור קנאבל) ווייס איך נישט. אבער דער עולם וועט זיכער קענען איהם שמעקן אז ער איז דא אין די געגנט. בבחינת נראה ואינו רואה...!
נאר ס'קען זיין אז עסן קנאבל איז א סגולה צו פארטרייבן דעם וויירוס. ווייל אז ער קומט אריין אין א צימער אנטלויפט א יעדער...!
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 6:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געוויסע סימפטאמען, נישט געפערליך ב"ה, און איך בלייב אין שטוב וויפיל מעגליך.
היות איך בין @שמעקעדיג אליינס, בין איך עפעס נישט אזוי באזארגט פאר'ן חוש הריח....
א רפואה שלימה פאר אלע יודישע קינדער בקרוב ממש.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 7:40 pm
דורך כפתור
רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 8:38 pm
דורך קורקלענד
כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?
ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:02 pm
דורך יין שרף
קורקלענד האט געשריבן:כפתור האט געשריבן:רפואה שלמה!
אגב, וואס העלפט די טעסט? וואס קען מען האבן פון וויסן? וואס גייט מען טון אנדערש?
ווייל ווען מ'דרייט זיך ארויס דערפון ווייסט מען אז מ'איז אימיון, און פארטיג דערמיט.
מען קען עס נאר האבן איין מאל? Online I saw it's not so clear cut
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:19 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט פון עטליכע וואס האבן נעמליך געהאט די קראנא אלע זאגען אז זיי האבען געהאט ווייטאגען אין די ביינער (פוס און רוקן) ,פארשטאפטע נאז אין לייכטע קאפ וויי.
אינטערסאנט אז קיין שום פון די סימנים ווערט נישט פאררעכענט ווי א סימפטעם פון די וויירוס לפי די איצטיגע מעדעצינישע וועלט !
מעגליך אז ביי די אידען קומט עס אנדרעש ארויס?
אדער ווייל די אינפארמאציע איז בעיקר באזירט אויף די אזאיאנישע לענדער, כינע,קרעא, וואס האבן אנדערע גופים ווי די אייראפעיאשע\אמעריקאנע קערפער.