בלאט 1 פון 2

מייגרעין העדעקס

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:43 pm
דורך משה געציל
איך האלט יעצט אינמיטן די ערשטע פאזע פון א מייגרעין העדעק, אלעס פאר מיינע אויגן שווינדלט (אויב איך מאך דא געפערליכע טעותים, ביטע פארגעבן, ווייל גלויבטס מיר א יעדע ווארט קומט מיר אן שווער), נעקסטע פאזע קומט געפערליכע קאפ שמערצן אויף די לינקע זייט פון מיין קאפ.
פאר די וואס ליידן דערפון דארף איך נישט מסביר זיין וואספארא פיין דאס איז, און פאר די וואס ליידן נישט דערפון האב איך נישט וואס מסביר צו זיין ווייל דאס איז א שמערצעריי דלא אפשר למיפרט בשפתא.

ווייסט איינער פון עפעס א ווירקזאמע רפואה פארן קורצע טערמין און פארן לענגערן טערמין? עס נעמט מיר ממש אוועק פון די עולם העשי' צי ס'איז מיט מיין ביזנעס צי ס'איז מיט׳ן לערנען.

אין די מעדעצינישע וועלט איז לויט מיין ערפארונג נישט דא קיין שום היילונגס מיטל, אויב איינער דא האט סיי וואספארא אינפארמאציע פון א דאקטאר, סגולה, שפרעכונג, (אפילו בדרך כלל גלויב איך נישט אין דעם וואלט איך עס פרובירט ווייל וואס צו פארלירן האב איך נישט) ביטע לאזט אייך הערן.
איך מוז שוין צוענדיגן ווייל עס ווערט שווערער פון מינוט צו מינוט. אויב איר ווייסט פון עפעס ווירקזאם, זייטס נישט קיין מונע טוב מבעליו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 10:49 pm
דורך שמעקעדיג
אוי וויי. מי מילל ומי פילל. אז אונזער מייסטער שרייבער, בעמח"ס נטעי ההרים, זאל דאס אדורכגיין. מ'קען ממליץ זיין אויפן נטעי ההרים "תורתי שלמדתי באף"...
און איבער די סגולות, ער ארבעט נאר אויב מ'גלייבט דערין. אויב בדרך כלל ביסטו נישט קיין גלייבער, האבעך מורא אז ס'א שאד די צייט.

איבער עצות דערויף געדענק איך נישט יעצט סעפציפיש, אבער איך געדענק אז איינער האט מיר אמאל געוויזן א נאטורליכע מעדיצין וועלכע טוט עס שטארק בארואיגן.
איין זוך אויף גוגל ברענגט אויף טויזענטער עצות דערוועגן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:22 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:איין זוך אויף גוגל ברענגט אויף טויזענטער עצות דערוועגן.

איך האב שוין געגאלט, געבינגט, געיאהאט, און נאכנישט געטראפן עפעס ווירקזאם.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 11:58 pm
דורך גלות יוד
עס קען זיין דארפסט זיך טאקע גיין אפשפרעכן, איך האב חבר וואס יעדע מאל ער האט א מייגרעין אטאקע, גייט ער זיך אפשפרעכן און עס העלפט איהם גלייך, קען זיין ס'איז דמיון מרובה על המציאות, אבער שאטן קען עס נישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 11:08 am
דורך לאדיך אפ
איך לייד אויך אויף מייגרעינס. איך נעם אייביג א עקסעדרין און ס'גייט אוועק נאך א שעה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:19 am
דורך קווארטין
סתם א שאלה, האט מייגרען העדעיק צוטוהן מיט סיינוס?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:43 pm
דורך וואוינט אין ב.פ.?
קווארטין האט געשריבן:סתם א שאלה, האט מייגרען העדעיק צוטוהן מיט סיינוס?

ניין קיין שום שייכות. איך לייד אויף סיינוס און זיך לעצטנס געטשעקט פאר מייגרעין. עס איז צוויי אנדערע פלעצער אין קאפ.

Re: מייגרעין העדעקס

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 1:33 pm
דורך איחוד פעלד
די מיגראנען זענען סעמי סטראקס.
אדוויל העלפט אויב מען נעמט עס תיכף אין אנהייב, ווען מען פילט עס גייט קומען.
טרינק נישט קיין קאווע קיינמאל. נאר דיקאף.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:41 pm
דורך מומחה
משה געציל מאך זיכער נישט צו עסן טשאקאלאד, ס'קען פאראורזאכן מייגרעין. (ביי געוויסע מענטשן)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:51 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

יישר כח פארן זיך נאכפרעגן אויף מיין וואוילזיין! ב"ה יעצט איז עס אקעי, איך האב שוין געהאט נאך א אטאקע אינצווישן, דעמאלטס האב איך תיכף גענומען צוויי טיילענאלס ווי גלייך איך האב געשפירט די סימפטאמען אז עס קומט אן, און עס האט ב"ה טיילווייז געהאלפן אז די שמערצן זענען נישט געווען אזוי געפערליך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:10 pm
דורך qwerty
משה געציל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל, לאז אונז וויסן אויב/ווען עס ווערט בעסער!

יישר כח פארן זיך נאכפרעגן אויף מיין וואוילזיין! ב"ה יעצט איז עס אקעי, איך האב שוין געהאט נאך א אטאקע אינצווישן, דעמאלטס האב איך תיכף גענומען צוויי טיילענאלס ווי גלייך איך האב געשפירט די סימפטאמען אז עס קומט אן, און עס האט ב"ה טיילווייז געהאלפן אז די שמערצן זענען נישט געווען אזוי געפערליך.



טראדישענעל מעדעצין האט נישט קיין רפואה פאר דעם. לאידך אלטערנאטיוו מעדעצין איז דא אן א שיעור רפואות.

אין אלטערנאטיוו רפואות גופא איז אלערליי דרכי הרפואה און אלע זענען מצליח בעסער ווי טראדישענל מעדעצין אין רוב מחלות.

עס ווענדעט זיך צי איר זייט אזא סארט מענטש וואס גלויבט באמונה שלמה נאר אין די טראדישענעל אדער איר זיינט אפען מיינדעט צי די בעסערע אלטערנאטיווס.

עס ווענדעט זיך אויך אין וועלכע שטאט איר זענט.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
אולי ירחם (פון א אלטע המספיק גאזעט)

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:58 pm
דורך petergrifin
.Another suggestion for migraines is to take one tbs of Cayenne Pepper in a glass of water
Will begin to relieve symptoms immediately. It can have a strong taste so drink quickly

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:32 pm
דורך משה רוקח
שמעקעדיג האט געשריבן:אולי ירחם (פון א אלטע המספיק גאזעט)

אודאי אזוי.
נאכ'ן דאס נעמען טראכט מען פון ברעכן ווי איידער פונעם קאפ ווייטאג. אזוי אויך העלפט עס פאר נאזשיע ווייל ס'מאכט ברעכן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:54 pm
דורך galitzyana
Excedrin is the answer

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 3:19 am
דורך יואב
איך לייד פון מייגרעין העידעיקס.
היינטצוטאגס האב איך דאס געווענדליך אין א מילדן פארנעם, און בלויז אפאר מאל א יאר צעווילדעוועט זיך עס.
טיילענול העלפט מיר נישט, עדוויל יא.
אלס יונג בחור האב איך דאס געהאט אויף א גאר רישעות'דיגן פארנעם, און א דאקטאר האט מיר דאן ג'עצה'ט צו נעמען B2 ווייטאמינען.
ער האט מיר געזאגט אז עס קען העלפן שטארק יונגערע מענטשן, הגם נישט עלטערע.
כ'האב דאס גענומען, און איך האב געזעהן א גרויסע חילוק.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:23 pm
דורך ישמעאל הכהן
ask UR doc abt imitrex. Works wonders for migrains

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:29 pm
דורך קעסטעסער
galitzyana האט געשריבן:Excedrin is the answer

עקסעדערין איז זייט די זוממער נישט דא צו באקומען, ווייל זיי מאכן איבער דער פלענט ווי מען מאכט עס. די היימישע געשעפטן אין די אידישע געגענטער האבן אוועקגעלייגט דערפון, אבער מען ברויך בודק זיין דעם דעיט.

http://americannewsreport.com/more-trou ... on-8816460

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 12:16 am
דורך בדחן
מען זאגט נאך אז א פיל ווי לאנג עס ברעקעלט נישט אדער געטוישט קאליר איז עס סעיף, און א שמיר ווי לאנג עס רינט נישט איז עס סעיף,

די דעיט איז נאר פאר וויזוי הייסט עס.

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 12:51 am
דורך מזלטוב
פון מיין עקספיריענס מיט געפערליכע מייגרעין'ס איז ד"ר סארנו'ס מעטאד די בעסטע און איינציגע הילף. עס איז דא איינער אילאוויטש און ווילאמסבורג. און כץ און בארא פארק. פיליפ פאר פרויען. ארבעט געוואלדיג

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2013 12:57 am
דורך אביגדור
יישר כחכם!