בלאט 1 פון 1

אפשר פארקערט?

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2020 6:07 pm
דורך כרפס
אינעם סעזאן פון איבערדרייעניש, יעצט איז עס די קאראנע היסטארישע היסטעריע, זענען דא אזויפיל צעפראסקעטע מחשבות, און מענטשן שפירן צומאל אז זיי גייען אראפ פון זינען, און גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין.
אבער פונקט דעמאלטס איז דא אזעלכע - אפשר נישט קיין סאך, אבער אפאר פראצענט פונעם מענטשהייט - וואס זאגן; אפשר פארקערט?
כ'רעדט נישט פון די פאזיטיווע קוקערס, ניין, כ'רעדט פון יענע וואס זענען אלע נעכט פון יאר עלענד און אנגעזעצט, זיי זאגן, יעצט איז די וועלט בא'טראפעצט? ס'רעגענט אויפ'ן גאס? יעצט טאנץ איך פאר פרייד.
ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל זיפצן קען איך לאכן...
ס'יענס געלעכטער, אבער זייט וויסענד ס'דא א היבשע פראצענט אזעלכע ברואים אין אונזער קוגל.
יעדער ציטערט אז מ'גייט ווערן קראנק, שטארבן, פארלירן, אנזעצן, פונקט דעמאלטס טראכטן די שטענדיגע אנזעצער, פרנסה פארלירער, כראניש קראנקער, יעצט וויינט יעדער? יעצט זאל יעדער שפירן וואס איך שפיר יומם ולילה.
ממילא, טאמער זעט איר איינעם טאנצן אויפ'ן גאס, זייט נישט אזוי זיכער אז ער איז מלא ביטחון.. אפשר יא, אפשר פארקערט..

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2020 6:14 pm
דורך כוכב
דיין צווייטע אשכול וואס פאדערט בכלל נישט קיין באזונדער אשכול.
אזעלכע זאכן שמעלצט מען אריין אין אנדערע אשכולות.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2020 9:49 pm
דורך קאצקע ציקער
כרפס האט געשריבן:אינעם סעזאן פון איבערדרייעניש, יעצט איז עס די קאראנע היסטארישע היסטעריע, זענען דא אזויפיל צעפראסקעטע מחשבות, און מענטשן שפירן צומאל אז זיי גייען אראפ פון זינען, און גייען מיט'ן קאפ אין וואנט אריין.
אבער פונקט דעמאלטס איז דא אזעלכע - אפשר נישט קיין סאך, אבער אפאר פראצענט פונעם מענטשהייט - וואס זאגן; אפשר פארקערט?
כ'רעדט נישט פון די פאזיטיווע קוקערס, ניין, כ'רעדט פון יענע וואס זענען אלע נעכט פון יאר עלענד און אנגעזעצט, זיי זאגן, יעצט איז די וועלט בא'טראפעצט? ס'רעגענט אויפ'ן גאס? יעצט טאנץ איך פאר פרייד.
ווען ס'שוין דא ווער ס'זאל זיפצן קען איך לאכן...
ס'יענס געלעכטער, אבער זייט וויסענד ס'דא א היבשע פראצענט אזעלכע ברואים אין אונזער קוגל.
יעדער ציטערט אז מ'גייט ווערן קראנק, שטארבן, פארלירן, אנזעצן, פונקט דעמאלטס טראכטן די שטענדיגע אנזעצער, פרנסה פארלירער, כראניש קראנקער, יעצט וויינט יעדער? יעצט זאל יעדער שפירן וואס איך שפיר יומם ולילה.
ממילא, טאמער זעט איר איינעם טאנצן אויפ'ן גאס, זייט נישט אזוי זיכער אז ער איז מלא ביטחון.. אפשר יא, אפשר פארקערט..

אבער איינער וואס אלעמאל פרייליך מיינט עס יא אז ער איז באמת פריילך

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:00 pm
דורך כרפס
you never know
וויפיל איך רעדט מיט גרושים, און מיט אזעלכע וואס האבן שוין געשפירט דאס לעבן היבש פרי, לאכן זיך אויס פון די נערוועזע פחדים יעצט, כאטש זיי גלייבן פיין אז ס'איז א ריזן געפאר, אבער ווי געשריבן, ס'קיצעלט זיי עפעס נישט ווילד.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2020 3:28 pm
דורך כרפס
זאל זיך איינער אריינגלייגן אין די הויזן פון די וואס זיצן 'הויז ארעסט' צו סתם ארעסט, וואס טייטש נישט ארויסגיין פון איין פלאץ חדשים לאנג..

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2020 7:27 pm
דורך כרפס
https://www.youtube.com/watch?v=2jYFu2F ... =emb_title
שאקירענד: צערודערטע איד גייט ארום לעקן הייזער!

איך האלט שוין לאנג, אז ווען ס'מבול'ט זענען די נערווירטע מענטשן די פרייליכסטע...
ווען דו וויינסט לאכן זיי..