קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
פאריגע וואך מוצאי שבת רעדט איך אויפן טעלעפאן מיט מיינס א באקאנטער, פרעגט ער מיך "וואס האלטסטו פון דער פאניק וואס די מידיע זייעט אן איבערן קאראנעווירוס?" זאג איך אים, "איך הער זיך גאנץ ווייניג צו צו די מידיע, אבער די סייענטיסטן ווארענען אז מיר האנדלען דא מיט א שעדליכן ווירוס וועלכער איז אומשטאנד אויסצוהרג'ענען מיליאנען מענטשן און דעריבער דארף מען נעמען זייערע אנווייזונגען אין אכט און זיך נישט דרייען מיט מענטשן מער ווי מען דארף, און אויב כאפט מען דעם ווירוס זאל מען נישט ארויסגיין פון הויז בכלל."
זאגט ער מיט שפאט, "די ביזט צו א גרויסער גלויביגער אין סייענס." ענטפער איך אים צוריק, "איך גלייב נישט אין סייענס. איך האב צוטרוי אין סייענס ווייל סייענס האט אונז געוויזן איבער די יארן אז זי האט גאר א גוטע טרעק רעקארד. סך הכל שטודירן די סייענטיסטן ווי שנעל דער ווירוס פארשפרייט זיך אין אנדערע לענדער און ווי שעדליך ער איז און זיי באנוצן זיך מיט מאטעמאטישע מאדעלן צו פאראויס זאגן וואס עס וועט פאסירן אויב מען לאזט עס אנגיין אומפארשטערט. בכלל, דארף מען נישט האבן קיין גרויסע כח הדמיון צו פאראויסזעהן די קאנסעקווענצן. געב א קוק וואס גייט פאר אין איטאליע."
ערקלערט ער מיר, "איטאליע איז אינגאנצן אנדערש. דארט איז דא א צוריקגעבליבענע העלט קעיר סיסטעם, און איז פול מיט אלטע מענטשן. בכלל, קוקענדיג אויף די נומערן וואס קומען ארויס פון איטאליע, זעהט מיר אויס אז די נומערן גייען שוין אראפ און מען וועט סך הכל האבן א פאר טויזענט טויטע. מה כל הרעש."
זאג איך אים, "איטאליע האט איינע פון די בעסטע העלט קעיר סיסטעמס, און איז פאררעכנט אלס די צווייטע בעסטע סיסטעם אין דער וועלט דורך דער וו.ה.א. און אויב ביזטו אזוי גוט מיט נומערן איז א שאד אז די געבסט נישט ארויס א שטודיע."
בדרך אגב, זאגט ער מיר אז ער האט שוין סימפטאמען פון דעם ווירוס פאר עטליכע טעג, אבער ער דרייט זיך און פרייט זיך אויף דער גאס. ער האט אפילו ארומגעדרייווט זיין טאטע, א איד אין די זיבעציגערס, דערציילט ער מיר מיט פאטאס האפנדיג מיר אריינצושלעפן אין א געפעכט.
די וואך מוצאי שבת באקום איך א טעקסט מעסעדזש פון אים, "מיין טאטע איז אויף א רעספירעיטאר. ער דארף רחמי שמים מרובים."
די מעשה האט מיר געגעבן א שאקל און מיר באוואויגן צו שרייבן אן ארטיקל איבערן נושא. כאטשיג יעצט פאנגען אן אריינצוקומען יעדן טאג מער און מער היימישע פאטליטעטן, הער איך נאך אלץ פון געוויסע מענטשן די זעלבע אויסגעדראשענע ארגומענטן:
"די פלו הרגעט יעדעס יאר טויזענטער מענטשען און די וועלט גייט ווייטער אן."
"די סיבה פארוואס די פאטעליטעט ראטע (דער פראצענט פון מענטשן וואס שטארבן נאכן כאפן דעם ווירוס) זעהט אויס אזוי גרויס איז ווייל מען רעכנט נישט אריין די קעיסעס וואס מען האט נישט דיאגנאזירט. ווען מען רעכנט אריין אלע קעיסעס איז דער קאראנעווירוס נאך ווייניגער שעדליך פון דער פלו."
"די גאנצע סומעטאכע איז בלויז א פאליטישע חשבון ווי די מידיע זוכט צו באגראבן טראמפ."
וכהנה וכהנה.
מענטשן רעדן כאילו די עפעדימיעלאגן (סייענטיסטן וואס שטודירן מחלות) וואס שטודירן שוין דעם נושא פאר צענדליגע יארן זענען נאך נישט איינגעפאלן די געוואלדיגע חכמות וואס אפאר היימישע אידעלעך האבן אויסגעטראכט ביי זיך אינדערהיים אדער געהערט אויף א טאלק שאו.
וויל איך דא נעמען עטליכע שורות דורכצוגיין די וויכטיגסטע שטודיע וואס איז ארויסגעקומען אויפן נושא פון איינע פון די מערסטע רעספעקטפולע אוניווערזיטעטן, אימפעריאל קאלעדזש לאנדאן, און דורכגיין וואס זיי זאגן פאראויס.
עקספאנענשאל גראויט (exponential growth)
איינע פון די ערשטע זאכן וואס מען דארף דא אויסקלארן איז דער ענין פון עקספאנענשאל גראויט. מענטשן וואס לייענען די נייעס קוקן וויפיל מענטשן שטארבן יעדן טאג פונעם קאראנעווירוס און טראכטן ביי זיך אין קאפ אז זיי פארשטייען בערך וויפיל מענטשן גייען שטארבן אין ערגסטן פאל.
אויב לאמיר זאגן אז נעכטן זענען געשטארבן 4,000 מענטשן איבער דער וועלט, דאן וועלן אין הונדערט טעג שטארבן ארום 400,000 מענטשן. אפילו אויב די נומערן וועלן אביסל ארויפגיין איבער די קומענדיגע טעג וועט דאס נישט צולייגן צופיל מער. וויפיל נאך מענטשן קענען שוין שטארבן? אפשר א מיליאן?
צו פארשטיין פארוואס דאס ארבעט נישט אזוי, וועל איך אייך פארציילן א לעגענדע.
עטליכע הונדערטער יאר צוריק, איז איינעם איינגעפאלן א געוואלדיגן שפיל, דאס שפיל וואס רופט זיך שאך. (אויב זענט איר נישט באקאנט מיט דעם, שאך איז א שפיל וואס מען שפילט אויף א טאוול וואס האט 64 קוואדראטן.) דאס שפיל האט זיך פארשפרייט איבער דער וועלט און איז אנגעקומען צו די אויערן פון א גרויסן קעניג.
דעם קעניג איז זייער געפאלן דאס שפיל און האט געהייסן אפירזוכן דעם מענטש וואס האט אויסגעפינען דאס וואונדערליכן שפיל. שנעל האט מען אפירגעזוכט דעם מענטש און מען האט אים אהערגעשטעלט פארן קעניג.
"וואספארא באלוינונג ווילסטו פארן וואונדערליכן שפיל וואס דו האסט אויסגעטראפן?", פרעגט אים דער קעניג.
ענטפערט דער מענטש, "א גרויסן דאנק הער קעניג פאר אייער גרויסער גענאדע. איך בעט נישט קיין סאך. אויב ערלויבט אייערע מאיעסטעט, זאל מען לייגן איין שטיקל רייז אויפן ערשטן קוואדראט פונעם שאך טאוול. דערנאך זאל מען לייגן צוויי שטיקלעך רייז אויפן צווייטן קוואדראט, פיר שטיקלעך רייז אויפן דריטן קוואדראט. און אזוי ווייטער זאל מען לייגן אויף יעדן קוואדראט א צאל רייז דאפלט וויפיל עס ליגט אויפן פריערדיגן קוואדראט."
דער קעניג האט זיך זייער געוואונדערט אז דער מענטש בעט אזא קליינע באלוינונג, אנשטאט בעטן גאלד אדער זילבער, און ער האט באפוילן זיין מיניסטאר צו תיכף ומיד אויספירן דעם מענטשן'ס פארלאנג. א קורצע וויילע דערנאך קומט אריין דער מיניסטאר א פארלוירענער און זאגט פארן קעניג, "מיר זענען נאכנישט אנגעקומען צו האלב פונעם טאוול און עס איז שוין נישטא קיין רייז אינעם גאנצן קעניגרייך וואס קען ערפילן דעם מענטשן'ס וואונטש."
צו פארשטיין דעם מיניסטאר'ס פארגעלעגנהייט, האב איך געמאכט א קורצן טאוול וואס ווייזט וויפיל רייז מען דארף לייגן אויף עטליכע פון די קוואדראטן.
קוואדראט 1
קוואדראט 10
קוואדראט 20
קוואדראט 32
קוואדראט 64
1
512
524,288
2 ביליאן
9 קווינטיליאן (9 מיט 18 זעראויס דערנאך)
אזוי ווי איר קענט זעהן, צום אנפאנג רוקן זיך די נומערן שטייט אבער גאר שנעל פאנגן זיי אן זיך צו פארשנעלערן ביז מען קומט אן צו א נומער פון 9 קווינטיליאן וואס איז 9 מיט 18 זעראוס דערנאך. איר קענט זיך גרינג איבערצייגן אין דער ווארהייט פון דעם מיט א פשוט'ן קאלאולעיטאר. עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי דאס צו טאן. דער לענגערער וועג איז צו שרייבן דעם נומער 2. דערנאך דאפלען צו באקומען 4. דערנאך דאפלען צו באקומען 8 און אזוי ווייטער. א גרינגערן וועג, איז צו נוצן א סייענטיפיק קאלקולעיטאר (איר קענט דאס טרעפן גרינג אויפן געוועב אדער אויפן קאמפיוטער) און נוצן דעם עקספאנענט קנעפל וואס קוקט געווענטליך אויס אזוי xy. צום ערשט שרייבט דעם נומער 2. דערנאך דרוקט דעם עקספאנענט קנעפל און דערנאך שרייבט וויפיל מאל איר ווילט דאס דאפלען. צום ביישפיל אויב ווילט איר עס דאפלען 10 מאל שרייבט אריין 10. דאס וועט אייך געבן דעם ריכטיגן רעזולטאט מיט בלויז דארפן שרייבן צוויי נומערן.
ווען א נומער וואקסט מיט דעם זעלבן צאל יעדעס מאל וואקסט עס זייער שטייט. צום ביישפיל אויב פאנגט איר אן מיט 100,000 רייז אויפן ערשטן קוואדראט און איר לייגט צו יעדן קוואדראט 100,000 רייז מער ווי דעם פארידיגן קוואדראט וועט איר נאר דארפן האבן זעקס און א האלב מיליאן רייז אויפן 64'ציגסטן קוואדראט. דאס זעט אפשר אויס ווי אסאך אבער עס קומט נישט צו צום נומער פון רייז וואס מען דארף האבן ווען א נומער וואקסט עקספאנענשעלי. עקספאנענשעל גראויט מיינט אז דער נומער וואקסט שנעלער ווען עס ווערט גרעסער. די גרעסער דער נומער ווערט, די שנעלער וואקסט עס.
עפידעמיעס וואקסן אויך עקספאנענשעלי. צו פארשטיין פארוואס, שטעל דיך פאר אז יעדער מענטש וואס כאפט דעם ווירוס אינפעקטירט נאך 2 מענטשן. צום ערשט וועט זיין נאר איין מענטש וואס האט דעם ווירוס. ער וועט אינפעקטירן צוויי מענטשן. יעדער פון די צוויי מענטשן וועלן אינפעקטירן נאך צוויי מענטשן, דאס הייסט א צאל פון פיר מענטשן (2X2). די פיר מענטשן וועלן אינפעקטירן 8 מענטשן און אזוי ווייטער. נאך א קורצע תקופה וועלן מיר האבן מיליאנער מענטשן וואס זענען אינפעקטירט מיטן ווירוס.
און יעצט לאמיר באטראכטן די שטודיע וואס איז פובליצורט געווארן אויף מערץ 16 דורך דער אימפעריאל קאלעדזש לאנדאן.
די שטודיע פון אימפעריאל קאלעדזש
די שטודיע פאנגט אן מיטן אוועקשטעלן צוויי וויכטיגע נומערן וואס זענען נוגע פאר עפעדעמיעס. דער ערשטער נומער הייסט R0 און באשרייבט וויפיל מענטשן ווערן אינפעקטירט פון איין אינפעקטירטן מענטש. די שרייבערס פון דער שטודיע ברענגן אראפ פון אנדערע שטודיעס וואס האבן שטודירט די עפעדעמיע אין כינע, און באשטעטיגן אז R0 איז צווישן 1.5 און 3.5. די שרייבערס פון דער שטודיע נעמען אן א נומער פון 2.4 אבער שטודירן אויך די נומערן צווישן 2.0 און 2.6 (שפעטערע שטודיעס ווייזן אז R0 איז אפילו העכער פון דעם). דאס הייסט אז יעדע 10 מענטשן וועלן אינפעקטירן ארום 24 מענטשן.
די פלו, אין קעגנזאץ, האט אן R0 פון 1.3 וואס מיינט אז עס איז פיל ווייניגער אנשטעקיג פונעם קאראנעווירוס. די סיבה איז ווייל די פלו ווערט נאר אנשטעקיג נאנט וואס די סימפטאמען קומען ארויס וואס מיינט אז ווייניגער מענטשן וועלן ווערן אנגעשטעקט איינמאל מען זעהט די סימפטאמען. מה שאין כן דער קאראנעווירוס איז שוין אנשטעקיג פון פריער, ספעציעל פאר מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין סימפטאמען.
דער צווייטער נומער וואס איז וויכטיג איז די (infection fatality ratio) IFR, דאס איז דער פראצענט פון מענטשן וואס שטארבן נאכן ווערן אינפעקטירט מיטן ווירוס. אנדערע שטודיעס וואס האבן שטודירט די עפידעמיע אין כינע (און יא --- זיי האבן אויך אין אכט גענומען אז נישט אלע מענטשן וואס האבן דעם ווירוס זענען געטעסט געווארן. זיי שאצן אז ארום 50% פון די מענטשען וואס האבן עס זענען נישט געטעסט געווארן), האבן פובליצירט די נומערן אויף דעם. דער פראצענט ווענדט זיך אויף דער עלטער פונעם אינפעקטירטן מענטש. עלטערע מענטשן האבן גרעסערע שאנסן צו שטארבן און אינגערע מענטשן האבן קלענערע שאנסן.
די שטודיע נעמט א דורכשניט פון דער אלגעמיינער עלטער פון בריטישן באפעלקערונג און קומט אן מיט א דורכשניטליכן IFR פון 0.9%. דאס הייסט אז ארום איין פראצענט פון די וואס כאפן דעם ווירוס וועלן שטארבן. די פלו, אין קעגנזאץ האט אן IFR פון בלויז 0.1%.
די שטודיע שטעלט אויך אוועק באזיצט אויף אנדערע שטודיעס אז 4.4% פון די אינפעקטירטע מענטשן ווערן האספיטעליזירט, 30% פון די האספיטעליזירטע ווערן קריטיש קראנק (פארלאנגן א ווענטילעיטאר). און 50% פון די קריטיש קראנקע שטארבן.
באזירט אויף די הנחות, רעכנט די שטודיע אויס וויפיל מענטשן וועלן שטארבן אין ענגלאנד און אין אמעריקע אויב מען נעמט נישט קיין דראסטישע שריט צו פארמינערן די קאנטאקט צווישן מענטשן. לויט די שטודיע, וועלן שטארבן 2.2 מיליאן מענטשן אין אמעריקע און 510,000 מענטשן אין ענגלאנד!!!
די שטודיע נעמט אויך אין באטראכט געוויסע הצעות וואס די לענדער קענען איינפירן צו פארמינערן קאנטאקט צווישן די מענטשן. זיי פירן אויס אז אויפן בעסטן פארנעם, אויב לייגט מען ענגלאנד אונטער א גענצליכן לאקדאון, וועלן נאר שטארבן עטליכע טויזענט. אבער זיי ווארענען אז די מינוט וואס מען נעמט אראפ דעם לאקדאון וועלן די נומערן צוריקארויפגיין. דעריבער, זענען זיי מציע אז די לענדער זאלן אוועקשטעלן א לאקדאון און דערנאך צוביסלעך עפענען דעם לאקדאון פאר עטליכע וואכן. איינמאל די נומערן גייען צוריק ארויף זאל מען צוריקלייגן דעם לאקדאון וחוזר חלילה.
הקיצור, איך בין שוין צו מיד פאר היינט נאכט צו ממשיך זיין. איך וועל נאר לייגן א לינק צו דער שטודיע https://www.imperial.ac.uk/mrc-global-i ... onavirus// ווער עס וויל איז מכובד צו לייענען און באטראכטן די גרעפס.
וואס איך וויל נאר ארויסברענגן איז אז דער ווירוס איז נישט קיין קלייניגקייט און אפילו אז עס זעהט נישט אויס צו שלעכט אויפן מינוט, וועט עס ווערן פיל ערגער פיל שנעלער. וואס מען דארף אויך אין באטראכט נעמען איז אז אין דורכשניט נעמט עס צווישן 2-3 וואכן פון ווען מען כאפט דעם ווירוס ביז מען קומט אן צום ICU. דעריבער אפילו אז פילע לענדער האבן שוין אוועקגעשטעלט א לאקדאון, וועט עס נעמען צווישן 2-3 וואכן נאכן לאקדאון ביז די נומערן פאנגן אן אראפצוגיין.
א גוטע וואך. זאלן מיר הערן נאר גוטע בשורות.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תחכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
דא זעהט מען א חילוק צווישן ליניער וואקסונג [די ערשטע וועג וויאזוי מענטשן מיינען אז די מגיפה וואקסט] און עקספּאָנענשאל וואקסונג [וויאזוי עס וואקסט באמת] אין גרעפס. די ערשטע/אויבערשטע גרעף איז עקספּאָנענשאל און די צווייטע/אונטערשטע גרעף איז ליניער.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
נעכטן האב איך געשריבן אביסל איבער דער מעסטונג וואס רופט זיך IFR. דאס איז א מעסטונג וואס רעכנט וויפיל פראצענט פון מענטשן וואס האבן דעם ווירוס שטארבן פון דעם. פארשטייט זיך אליין אז אויב וויל מען רעכענען וויפיל מענטשן גיין שטארבן פונעם ווירוס, איז גאר וויכטיג צו האבן אן אקוראטן נומער פונעם IFR. צו אויסרעכענען דעם נומער איז זייער פשוט. מען נעמט דעם נומער פון מענטשן וואס זענען געשטארבן פונעם ווירוס און מען צוטיילט עס ביים נומער פון מענטשן וואס זענען אינפעקטירט מיטן ווירוס. צום ביישפיל, אויב 100 מענטשן זענען אינפעקטירט מיטן ווירוס, און 10 פון זיי שטארבן, דאן איז דער IFR גלייך 10% (10/100).
דער פראבלעם איז אבער פון ווי ווייסט מען וויפיל מענטשן זענען אינפעקטירט מיטן ווירוס. א נאאיווער מהלך וואלט געווען צו נעמען דעם נומער פון דאקומענטירטע קעיסעס וואס זענען פובליצורט ביי רוב לענדער אלס דעם נומער פון אינפעקטירטע מענטשן. דאס ווערט גערופן אלס CFR (case fatality ratio). אויב אבער פרובירט איר אויסצורעכענען דעם נאיווע CFR פאר געוויסע לענדער וועט איר באקומען פארשידענע נומערן. צום ביישפיל, נוצנדיג די יעצטיגע נומערן פאר די נומערן פון טויטע און דאקומענטירטע קעיסעס אין פארשידענע לענדער, באקומען מיר א CFR פון ארום 4% פאר כינע, 1.8% פאר אמעריקע, און 10.8% פאר איטאליע.
וואס גייט דא פאר? צו זענען די איטאליענע מער אומשטאנד צו שטארבן פונעם ווירוס ווי אמעריקאנע? נישט מסתבר. דער פראבלעם פון נוצן דעם נאיווען CFR איז צווייפאכיג. איינס, עס נעמט פון צוויי ביז דריי וואכן פון ווען א דאקומענטירטער קעיס שטארבט פונעם ווירוס און איז דאקומענטירט אלס געשטארבענער. דאס מיינט אז דער נאיווער CFR וועט אייגענטליך אונטערשאצן דעם ריכטיגן נומער. נוצנדיג אונזער פריערדיגן ביישפיל, עס איז מעגליך אז אין אמת'ן וועלן שטארבן 20 פון די 100 דאקומענטירטע קעיסעס וואס מיינט אז דער IFR איז 20%. די סיבה פארוואס מיר זעהן נאר 10 דאקומענטירטע טויטע איז ווייל עס נעמט אפאר וואכן ביז די אנדערע 10 דאקומענטירטע קעיסעס שטארבן.
צווייטנס, דער נומער פון דאקומענטירטע קעיסעס שאצט אסאך אונטער דעם נומער פון אינפעקטירטע מענטשן, וויבאלד רוב מענטשן וואס ווערן געטעסט האבן ערענסטע סימפטאמען. ווידעראום, מענטשן וואס האבן לייכטע סימפטאמען אדער אפילו גארנישט קיין סימפטאמען ווערן געווענטליך נישט געטעסט פאר דעם. דאס ברענגט צו אז דער נאיווער CFR זאל זיין איבערגעשאצט. נוצנדיג אונזער פריערדיגן ביישפיל, עס איז מעגליך אז אין אמת'ן זענען דא 200 אינפעקטירטע מענטשן וואס מיינט אז דער IFR איז בלויז 5%. די סיבה פארוואס מיר זעהן נאר 100 דאקומענטירטע קעיסעס איז ווייל די איבעריגע 100 קעיסעס האבן נישט קיין ערענסטע סימפטאמען.
דער בייגעלייגטער פייל פארמאגט א דיאגראם (figure 1) וואס ווייזט וויאזוי דער נומער פון קעיסעס זענען צוטיילט לויט זייערע סימפטאמען. אויפן שפיץ פיראמיד האבן מיר די מענטשן וואס זענען געשטארבן פונעם ווירוס. אונטער דעם ליגן די מענטשן וואס האבן שווערע סימפטאמען, דערנאך ליגן די מענטשן מיט לייכטערע סימפטאמען, און צום סוף ליגן די מענטשן וואס האבן גאר לייכטע אדער בכלל נישט קיין סימפטאמען. אין אנפאנג פון אן עפעדעמיע זענען רוב דאקומענטירטע קעיסעס נאר די קעיסעס וואס האבן שווערע סימפטאמען וויבאלד זיי פארלאנגן די וויכטיגסטע באהאנדלונגן.
נאך א אזאך וואס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט איז אז דער IFR ווענדט זיך אינעם עלטער פונעם אינפעקטירטן מענטש. עלטערע מענטשן האבן א גרעסערע שאנס צו שטארבן ווי אינגערע. דאס מיינט אז דער דורכשניטליכער IFR וועט זיך ווענדן אויף דער דורכשניטליכער עלטער פון יעדער באפעלקערונג. לענדער וואס האבן א גרעסער פראפארץ פון עלטערע מענטשן וועלן האבן א העכערן IFR.
נאכן זעהן אלע פראבלעמען פון נוצן דעם נאיווען CFR, וועלן מיר פארשטיין אז א חדר אינגל קען נישט אויסרעכענען דעם IFR דורך פשוט באטראכטן די פובליצירטע נומערן. איז וויאזוי ווייסן די סייענטיסטן יא דעם ריכטיגן IFR. דער ענטפער איז אז מען דארף זיך באנוצן מיט פארשידענע מעטאדן.
דער בעסטער וועג פון באשטעטיגן דעם IFR איז צו טעסטן רענדאמלי די באפעלקערונג און זעהן וויפיל פראצענט פון זיי האט שוין אמאל געהאט דעם ווירוס. כדי צו קענען דאס טוהן פארלאנגט זיך א ספעציעלע טעסט וואס קען דערשפירן אנטיבאדיס אין א מענטשן'ס בלוט. ווען א מענטש באקומט א ווירוס, פראדוצירט זיין אימיון סיסטעם געוויסע פראטינס וואס רופן זיך אנטיבאדיס וואס העלפן אים אפצוהרג'ענען דעם ווירוס. יעדער ווירוס פארלאנגט אנדערע אנטיבאדיס וואס קען אטאקירן דעם ספעציפישן ווירוס. דעריבער אויב האבן מיר א טעסט וואס קען דערשפירן דעם אנטיבאדי פונעם קאראנעווירוס, דאן קענען מיר וויסן אויב א מענטש איז שוין אמאל געווארן אינפעקטירט מיטן ווירוס.
פילע לענדער ארבעטן יעצט פלייסיג צו פראדוצירן די אנטיבאדי טעסטס, אבער ביז דערווייל איז נאכנישט געווען קיין פארשפרייטע טעסטס פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג. דעריבער קענען מיר נישט וויסן פונקטליך דעם ריכטיגן IFR, אבער מיט גענוג חכמה קענען מיר דאס משער זיין.
די פריערדיגע שטודיע וואס איך האב נעכטן אראפגעברענגט ציטירט אן אנדערע שטודיע (זעה בייגעלייגטע פייל) וואס האט אויסגערעכנט דעם IFR דורכן זיך באנוצן מיט פארשידענע דאטא און מאטעמאטישע מאדעלס.
די שטודיע באנוצט זיך צווישן אנדערע זאכן מיט צוויי וויכטיגע שטיקער אינפארמאציע. איינס איז דער פראצענט פון אינפעקטירטע מענטשן וואס זענען צוריקגעשיקט געווארן פון כינע צו זייער היימלאנד. וויבאלד מען האט געטעסט אלע מענטשן וואס מען האט צוריקגעשיקט פון כינע, אפגעזעהן צו זיי האבן געהאט ערענסטע סימפטאמען אדער נישט, באקומען מיר א בעסערע בילד פון דעם ריכטיגן IFR.
צווייטנס, נוצט די שטודיע דער פראצענט פון אינפעקטירטע מענטשן אויפן דיאמאנט פרינצעס. דער דיאמאנט פרינצעס איז א קרוז שיף וואס האט באקומען עטליכע אינפעקטירטע מענטשן. מען האט תיכף קוואראנטינט דעם שיף און מען האט געטעסט אלע 3711 פאסאזשירן. וויבאלד מען האט געטעסט אלע פאסאזשירן אפגעזעהן צו זיי האבן געהאט ערענסטע סימפטאמען אדער נישט גיבט דאס אונז אויך א בעסערן בליק אויפן IFR.
היוצא מכל זה, איז אז סייענטיסטן זענען באווארנט פון אלע מכשולות וואס קען ארויסקומען דורכן נוצן דעם נאיווען CFR און זיי באנוצן זיך מיט די בעסטע דאטא און מאטעמאטישע מאדעלס צו באקומען דעם בעסטן השערה אויפן IFR. איבער די קומענדיגע וואכן וועלן מיר ווארשיינליך באקומען א בעסערן בליק אויפן ריכטיגן IFR, אבער ביז דערווייל איז דאס די בעסטע השערה וואס מיר פארמאגן.

Re: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
אגב, בנוגע די קעפל פון דעם אשכול [קאראנעוויירוס און סייענס], איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז ניוטאן האט זיך מער מתעמק געווען אין סייענס/מאטעמאטיקס בעת ער איז געווען כלוי בבית וועגן א מגיפה, און האט דעמאלטס אוועקגעשטעלט די גראַוּנדוואָרק פאר זיין טעאריע פון גראוויטי און קאלקולוס. (שעיקספּיער און אנדערע ארטיסטן זענען אויך אויפגעקומען מיט שעפערישע חידושים ווען זיי זענען געווען כלויים בביתם מחמת המגיפה ג״כ. אבער די אלע חברה האבן נישט געהאט קינדער וואס זענען זיי ארומגעלאפן אונטער די פיס...)
תחכמוני!!
דו מאכסט אונז קלוג!
ווען ביסטו ממשיך ווייטער?
למעשה איז דא שכלדיגע הסבר צו די הויכע טויט ראטע אין איטאליע?
פארוואס טוישען זיך די סימפטאמען יעדער טאג?
איז מעגליך אז די מחלה אליין טוישט איר פארום אריבער גייענדיג פון מענטש צו מענטש?
אויב יא ,איז אפשר האבן מיר א לעזונג צום דראסטישען טויש פון איין לאנד צום אנדערע, נעמליך אז די וויירוס האט זיך פארקיווערט אין א אנדערע ריכטונג אין יעדע לאנד באזונדער, ברענגענדיג מיט זיך אנדערע תוצאות!
וואס איז פשט אז איך זעה אויף די זייף פלעשליך ביי מיר אין שטוב אז עס הרג'ט קאראנע וויירוס ?
פארוואס העלפט ניט קיין אנטיביאטיק פאר וויירוס?
מאך אונז ווייטער קלוג !!זיי ממשיך !!
דו מאכסט אונז קלוג!
ווען ביסטו ממשיך ווייטער?
למעשה איז דא שכלדיגע הסבר צו די הויכע טויט ראטע אין איטאליע?
פארוואס טוישען זיך די סימפטאמען יעדער טאג?
איז מעגליך אז די מחלה אליין טוישט איר פארום אריבער גייענדיג פון מענטש צו מענטש?
אויב יא ,איז אפשר האבן מיר א לעזונג צום דראסטישען טויש פון איין לאנד צום אנדערע, נעמליך אז די וויירוס האט זיך פארקיווערט אין א אנדערע ריכטונג אין יעדע לאנד באזונדער, ברענגענדיג מיט זיך אנדערע תוצאות!
וואס איז פשט אז איך זעה אויף די זייף פלעשליך ביי מיר אין שטוב אז עס הרג'ט קאראנע וויירוס ?
פארוואס העלפט ניט קיין אנטיביאטיק פאר וויירוס?
מאך אונז ווייטער קלוג !!זיי ממשיך !!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:וואס איז פשט אז איך זעה אויף די זייף פלעשליך ביי מיר אין שטוב אז עס הרג'ט קאראנע וויירוס?
דאס איז ווייל א וויירוס איז (אין אלגעמיין) א סטרינג פון RNA אדער DNA וואס איז ארומגענומען מיט א ליפּיד, וואס דאס איז א פעט, קוֺיטינג. זייף איז א מאלעקיול וואס פון איין זייט איז עס זיך מקשר צו וואסער מאלעקיולס און פון די אנדערע צו פעט מאלעקיולס. אזוי טוהט עס רייניגן ווייל ווען מ׳זייפו און נאכדעם שווענקט מען דאס מיט וואסער ״שלעפט״ עס אראפ די [פעט] שמוץ. אין די פאל טוהט דאס מזיק׳ן די פעט/ליפּיד קוֺיטינג פונ׳ם וויירוס (דאס איז בּעיסיקעלי ביי אלע סארטן וויירוסעס, נישט נאר ביי קאראנע).
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס העלפט ניט קיין אנטיביאטיק פאר וויירוס?
צום ערשט דארף מען פארשטיין די חילוק צווישן א וויירוס און א באקטעריע. דהיינו, עס איז באקאנט אז יעדע בע״ח (ואפילו צמחים), ובתוכם דער מענטש, איז צאמגעשטעלט פון צעלן; דאס איז די שורש פון לעבן. יעדע צעל האט אין זיך DNA וואס די צעל איז מוליד נאך א צעל כדמותו (עיין באשכול זו מזה). יעצט, א באקטעריע איז אויך א צעל מיט DNA (הגם א פשוט׳ערע צעל ווי יוּקעריאוֺט מענטשליכע צעל); עס איז אויך מוליד און טוהט אויך אריינעמען אין זיך ״שפייז״ צו האבן ענערגיע אא״וו. ווען מ׳האט אן אינפעקשאן ל״ע פון א באקטעריע ארבעטן די אנטיבייאטיק אויף צו שטערן די כח ההולדה פונ׳ם באקטערישן צעל אדער צו צורייסן די ״וואנט״ וואס נעמט ארום דעם צעל.
משא״כ א וויירוס איז בעצם נישט קיין זאך פאר זיך (ועכ״כ סייענטיסטן זענען נישט זיכער צו דאס קען קלאסיפיצירט ווערן אלס ״לעבן״); עס מוז צוקומען צו א (גאנצע) צעל צו קענען פועל זיין. עס קאָנעקט זיך צו א צעל און לייגט אריין אין איר איר RNA אדער DNA. עס נעמט דאדורך איבער די צעל און הייסט דאס מאכן נאך און נאך קאפיעס פונ׳ם וויירוס, און דערנאך הייסט עס דעם צעל באגיין זעלבסטמארד וואס דאס פארשפרייט די נייע וויירוסעס וחוזר חלילה (ביז די אימיוּן סיסטעם שלאגן זיך קעגן זיי און זיגט). עכ״פ אונז זעהן מיר אז עס איז א גאנץ אנדערע מעקאניזם פון א באקטעריע (שהיא צעל גמור) וואס איז לכל הדעות א לעבעדיגע באשעפעניש. דאס מיינט אז מ׳דארף גאנץ אנדערע מעדעצינען קעגן דעם (וואס אין אלגעמיין זענען זיי מעדעצינען וואס העלפן דעם אייגענעם אימיוּן סיסטעם זאל גרינגער דערקענען די וויירוסעס און זיי איינשלינגען), ווי די וואס זענען קעגן באקטעריע.
איך האב אביסל אָווערסימפּליפייד.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:ווען ביסטו ממשיך ווייטער?
איך האב נישט ממשיך געווען ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער סופליי איז גרעסער ווי דער דימענד.
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:למעשה איז דא שכלדיגע הסבר צו די הויכע טויט ראטע אין איטאליע?
אזוי ווי איך שוין פריער אנגעמערקט איז דער IFR די זעלבע איבער אלע באפעלקערונג. דער IFR ווענדט זיך אבער אין דער עלטער פונעם מענטש, דעריבער לענדער וואס האבן א באפעלקערונג וואס זענען אין דורכשניט העכער ווי אנדערע לענדער וועלן האבן אן IFR וואס איז אביסל העכער אין דורכשניט ווי אנדערע לענדער. אזויווי איטאליע'ס באפעלקערונג איז אין דורכשניט עלטער וועט דער דורכשניטליכער IFR אויך זיין אביסל העכער ווי אנדערע לענדער וואס האבן א מער אינגערע באפעלקערונג.
אבער בדרך כלל איז די טויט ראטע אין איטאליע ענדליך צו די ראטע אין אנדערע לענדער. די סיבה פארוואס עס זעהט אויס אזוי הויך איז נאר ווייל דער CFR איז זייער הויך. אזוי איך האב שוין פריער געשריבן איז דער CFR נישט קיין גוטע אנצייג איבערן IFR ווייל דער CFR ווענדט זיך אויף וויפיל מענטשן מען טעסט. די לעצטע שטודיע דורך אימפעריעל קאלעדזש שאצט אז עטליכע מיליאנער מענשטן זענען שוין אינפעקטירט געווארן אין איטאליע (פארגלייך דאס צו די בלויז 100,000 דאקומענטירטע קעיסעס). דאס מיינט אז דער IFR איז בעצם אסאך קלענער ווי עס זעהט אויס.
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס טוישען זיך די סימפטאמען יעדער טאג?
איז מעגליך אז די מחלה אליין טוישט איר פארום אריבער גייענדיג פון מענטש צו מענטש?
אויב יא ,איז אפשר האבן מיר א לעזונג צום דראסטישען טויש פון איין לאנד צום אנדערע, נעמליך אז די וויירוס האט זיך פארקיווערט אין א אנדערע ריכטונג אין יעדע לאנד באזונדער, ברענגענדיג מיט זיך אנדערע תוצאות!
א יעדער ווירוס האלט זיך אין איין טוישן.
אונזער גוף באשטייט פון צעלן. א יעדער צעל פארמאגט DNA וואס איז ווי א בלופרינט וואס באפוילט די מאשינערי אין דעם צעל צו פראדוצירן אלע פראטין'ס וואס מיר דארפן. דער צעל איז אויך פאראנטווארטליך צו פראדוצירן קאפיעס פונעם DNA.
א ווירוס איז סך הכל א פעקל פון DNA אדער RNA (וואס איז ענדליך צו DNA). ווען א ווירוס אינפעקטירט א צעל, נעמט ער איבער די מאשינערי פונעם צעל און ער הייסט אים נאר פראדוצירן נאך קאפיעס פונעם ווירוס. אזוי פארמערט זיך דער ווירוס. א ווירוס קען זיך נישט אליין קאפיען נאר דורך אינפעקטירן א צעל. דער פראבלעם איז א די מאשינערי וואס פראדוצירט קאפיעס פונעם DNA איז נישט פערפעקט. דאס מיינט אז אין יעדער קאפיע פאלט אריין קליינע טעותים. די טעותים רופן זיך מוטאציעס. ווען די נייע קאפיע מאכט קאפיעס פון זיך, פאלט אריין נאך טעותים און אזוי זאמלען זיך אן די טעותים. DNA האט א ספעציעלע מאכעניזם וואס אינספעקטירט יעדע קאפיע און פרובירט ארויסצושניידן די טעותים. RNA אבער פארמאגט נישט דער מאכעניזם און דעריבער זאמלען זיך אן אין אים טעותים פיל שנעלער. אונזער קאראנעווירוס באשטייט פון RNA.
רוב פון די מוטאציעס אדער האבן זיי נישט קיין שום אפעקט אויפן ווירוס אדער שאטן זיי פארן ווירוס און מאכן אים ווייניגער שעדליך. פון צייט צו צייט אבער פאלן אריין מוטאציעס וואס קענען מאכן דעם ווירוס מער שעדליך אדער קענען אים טוישן גענוג אז ער קען נאכאמאל אינפעקטירן א מענטש וואס האט שוין אמאל געהאט דעם אריגינעלן ווירוס. דאס רופט זיך אנטיגעניק דריפט (antigenic drift). בדרך כלל נעמט דאס א לענגערע צייט און געשעהט נישט אין אפאר חדשים. די סיבה פארוואס מיר זעהן חילוקים צווישן געוויסע לענדער איז בעיקר ווייל געוויסע לענדער זענען אנגעשטעקט געווארן פריער ווי אנדערע לענדער, דעריבער האבן זיי מער טויטע.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
תחכמוני האט געשריבן:איך האב נישט ממשיך געווען ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער סופליי איז גרעסער ווי דער דימענד.
אדרבה. פון דעם זאלסטו נעמען חיזוק אז די ערך און ״פרייז״ דערפון [פון דיינע תגובות] איז הויך און דערפאר איז די דימענד ווייניגער, עפ״י די געזעץ פון דימענד אין [מייקרא]עקאנאמיקס. ועיין כאן.
אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה (משלי ב ד).
וכאן המקום להודות פאר דיינע דברי חכמה און קלארע ביאור דערפון. ייש״כ.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
מי אני האט געשריבן:תחכמוני האט געשריבן:איך האב נישט ממשיך געווען ווייל עס האט מיר אויסגעקוקט אז דער סופליי איז גרעסער ווי דער דימענד.
אדרבה. פון דעם זאלסטו נעמען חיזוק אז די ערך און ״פרייז״ דערפון [פון דיינע תגובות] איז הויך און דערפאר איז די דימענד ווייניגער, עפ״י די געזעץ פון דימענד אין [מייקרא]עקאנאמיקס. ועיין כאן.
אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה (משלי ב ד).
וכאן המקום להודות פאר דיינע דברי חכמה און קלארע ביאור דערפון. ייש״כ.
א ייש"כ פאר די דברי חיזוק.
עס איז כדאי אנצומערקן אז ווען איך בין געווען אקטיוו דא מיט עטליכע יאר צוריק, זענען געווען דא פארהאן עטליכע ניקס פון וועם איך האב זייער הנאה געהאט און זיי האבן אויפגעברענגט פילע טיפע אשכולות און דיסקוסיעס. יעצט ווען איך קוק זיך אום דא זעה איך אז רוב פון זיי זענען שוין מער נישט אקטיוו און די יעצטיגע אשכולות זענען אויף גאר אן אנדערן פארנעם. איך זאג נישט אז די פריערדיגע אשכולות זענען געווען בעסער פון די יעצטיגע. איך זאג נאר אז זיי זענען געווען אנדערש און האבן פארמאגט אן אנדערע קליענטעל.
איך פארשטיי אז יעדער האט אנדערע אינטערעסן און טעיסטס, און אז געוויסע האבן אנדערע מקורות ווי זיי לייענען די סארט ארטיקלען און זיי קומען דא אהער נאר אויסצוגעבן סענטימענטן וואס זיי קענען נישט אויסגעבן אין זייערע שטיבער, איז אבער א שאד אז דער קלימאט דא איז נישט גינסטיג פאר מער טיפערע אשכולות און איך האלט אז עס האט פארטריבן פילע פון די אלטע ניקס.
די סיבות זענען צווייפאכיג. איינס, ווייל קאווע שטיבל פארמאגט נישט קיין וועג צו ראנגירן אשכולות. דאס מיינט אז אן אשכול פון איין שורה וואס האט גענומען אן אויגנבליק צו שרייבן האט די זעלבע חשיבות ווי אן אשכול וואס איינער האט אריינגעלייגט שעות צו שרייבן. אזוי ווי די ערשטע סארט וואקסן ארויס ווי שוועמל נאכן רעגן, ברענגט דאס צו אז ווי נאר איינער וואס איז אינטערעסירט אין די צווייטע סארט קומט אן איז עס שוין באגראבן טיף טיף אונטער שיכטן פון די ערשטע סארט אשכולות און געוויסע מאל קען מען דאס שוין נישט געפונען.
צווייטנס, רוב מענטשן וואס לייענען אן אשכול רעאגירן נישט אויף דעם אפילו ווען זיי האבן הנאה דערפון. רוב מענטשן זענען שולדיג אין דעם, ואני בתוכם. וויבאלד די ערשטע סארט אשכולות ווערן געזעהן ביי מער מענטשן, האבן זיי אוטאמאטיש מער תגובות, און אפילו ווען נישט קימערט זיך נישט דער שרייבער צו שטארק וויבאלד ער האט נישט אריינגעלייגט צופיל כוחות אין דעם. די צווייטע סארט אשכולות, דאקעגן, באקומען כמעט נישט קיין רעאקציעס ווייל ווייניגער מענטשן לייענען זיי, אבער וויבאלד דער שרייבער האט יא אריינגעלייגט אסאך כוחות אין דעם, פארלירט ער דעם טעם פון שרייבן נאך איינס. נאך אלעמען שרייבט ער נישט דעם ארטיקל פאר זיך. ער שרייבט עס פאר אנדערע און אויב אנדערע לייענען עס נישט (אדער ער מיינט אזוי ווייל קיינער רעאגירט נישט) דאן וועט ער מער נישט שרייבן.
דעריבער איז זייער וויכטיג אז די סארט מענטשען וואס האבן יא הנאה פון די צווייטע סארט אשכולות זאלן נעמען די מיה צו לאזן כאטש איין תגובה אויב זיי ווילן זעהן נאך אינהאלט פון דעם שרייבער. די מינדעסטע וואס מען קען טוהן איז שרייבן פשוט "ייש"כ". נאך בעסער איז אבער ווען מען ברענגט אויף א דיסוקוסיע ארום דעם נושא. איר מוזט פארשטיין אז אנדערש ווי א בעל דרשן וואס באקומט כאטש אויגן קאנטאקט פון מענטשן, איז נישט מעגליך פאר א שרייבער צו וויסן אויב איינער לייענט בכלל זיינע ווערטער, און דעריבער אויב לאזט מען אים נישט וויסן בכתב וועט ער אויפהערן ווייטער צו שרייבן.
איך פארשטיי אז 97% פון דער עולם דא איז נישט אינטערעסירט אין די ארטיקלען וואס אינטערעסירן מיר, איז פארט אבער א שאד אז די מענטשן וואס האבן יא ליב אזעלכע ארטיקלען געפונען א מאנגל פון דעם. איך האלט אז אויב די 3% פראצענט וועט זיך נעמען רעאגירן מער אפט, וועט מען אפשר קענען צוריקברענגען אפאר פון די אלטע ניקס אדער כאטש צוברענגען נייע ניקס וואס גלייכן צו שרייבן די סארט ארטיקלען, אזוי אז יעדער זאל קענען געפונען עפעס וואס ער האט ליב.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
א גרויסן ייש"כ פאר דיין ווערדפולע ארבעט, עס איז באמת אפרישיעיטעד.
עס זענען פארהאן זייער פיל ליינער און שרייבער ואני בתוכם וואס האבן נישט די מאס ידע וואס דו און די אלע פארצייטישע קאווע שטיבלער האבן געהאט, און אפילו מען האט יא, איז עס שווער אראפצוגעבן מיט א קלארקייט, דעריבער הערשט נייע ווינטן, אבער חלילה צו זאגן אז די טיפזיניגע ארטיקלען זענען די זעלבע ווערד ווי סתם אן אשכול, מיר אלע דארשטן צו נאך גוטע און רייכע ארטיקלען און יעדן מאל וואס עס שווימט ארויף א גוטער אשכול ווערט עס פארזיכטיג דורכגעליינט נישט פארזעענדיג קיין אות.
זיכער רעד איך נישט פון די אשכולות פירקלער, וואס קימערן זיך ניטאמאל צו שרייבן קיין צען שורות נאר זענען משלשל א אשכול צוליב זייער אהבה צו עקסטרע נויז.
דער עיקר איז אז איר זאלט ווייטער אנגיין מיט די סטאנדארט אשכולות וועט עס זיך אויטאמאטיש טוישן צו מער ערוואקסענע און רייכערע קאליבאר סחורה.
נאכאמאל א גרויסן דאנק!

- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
וועלקאם בעק הרב [tag]תחכמוני[/tag].
עס איז דא נאך א וויכטיגע פאקטאר וואס דו האסט נישט אנגערירט, און איך מיין עס שפילט אויך א גרויסע ראלע אינעם יעצטיגן קריזיס, כאטש איך ווייס נישט פונקטליך ווי אזוי מקען עס מעסטן און דעפינירן.
די קעפיסיטי פון די העלט סיסטעם איז באגרעניצט, די מאשינעריי און די מענטשן וואס קענען העלפן. יעדע מדינה (געוואנדן און די באפעלקערונג עידזש, עקענאמיע און עדיוקעישן) האט אן אנדערע ציפער וויפיל קראנקע זיי קענען באהאנדלען. ווען די צאל פון קעיסעס קומען אן צו א ציפער וואס די העלט סיסטעם קען עס נישט האנדלען אדער ווערט אנגעשטרענגט, דאס עפעקט נישט נאר קאראנע-אינפעקטירטע נאר יעדער קראנקער. דאס קען דראסטיש ארויפרוקן די צאל פון פאליטעיטן.
דעריבער, ווען מ'רעדט פון אויסגלייכן די קורוו, מיינט מען דאס טאקע. אין אנדערע ווערטער, אפילו אויב עווענטועל די זעלבע מאס מענטשן ווערן אינפעקטירט, איז נאך אלס דא א חילוק אין די צייט, אויב איז עס אויסגעשפרייט מער אין א וועג וואס די העלט סיסטעם קען עס פארנעמען, זענען מיר גאראנטירד אסאך ווייניגער פאטאליטעיטן.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 93
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2013 8:06 am
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
גערעכט. די שטודיע וועלכע איך ציטיר איז זייער פארנומען מיט דעם. איך האב נאר נישט געוואלט צופיל מאריך זיין.
אבער זיי מאכן קלאר אז אן קיין ערענסטע שריט וועלן שטארן 2.2 מיליאן מענטשן אין אמעריקע פונעם ווירוס אליין. זיי שטרייכן אונטער אז חוץ פון דעם וועלן שטארבן אן אומגעהויערן צאל פון מענטשן וויבאלד זיי וועלן נישט האבן קיין געהעריגע עקסעס צו קעיר.
אבער זיי מאכן קלאר אז אן קיין ערענסטע שריט וועלן שטארן 2.2 מיליאן מענטשן אין אמעריקע פונעם ווירוס אליין. זיי שטרייכן אונטער אז חוץ פון דעם וועלן שטארבן אן אומגעהויערן צאל פון מענטשן וויבאלד זיי וועלן נישט האבן קיין געהעריגע עקסעס צו קעיר.
"It is error only, and not truth, that shrinks from inquiry"
Thomas Paine -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
דער מאטעמאטיקער דר. יצחק בן-ישראל טענה׳ט עפ״י סטאטיסטיקס אז די וויירוס האט נישט א געהעריגע עקספּאָנענשאל וואקסונג און גייט פאר ביי נאך 70 טעג, אפגעזעהן פון די מאסנאמען וואס מ׳טוהט דערקעגן. מעדיצינישע עקספערטן דינגען זיך מיט אים.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: קאראנעווירוס - אין ליכט פון סייענס
איך בין נישט דער וואס קען זיך טענה'ן מיט פראפעסארן, אבער מיט מיין באגרעניצטע אינפארמאציע פארשטיי איך עם בכלל נישט.
סינגעפאר און טייוואן זענען געווען די ערשטע צו פארשפארן גרעניצן און צו איינשטעלן קווארענטין נאך אין דעצעמבער (דריי טעג נאך די ערשטע אומקלארע באריכטן איבער וואהאן קעיסעס) און זיי האבן זיך ממש געשטעלט אויף די קווארענטין עס זאל פאקטיש ווערן אויסגעהאלטן.
אויך האבן זיי איינגעשטעלט עקסטענסיווע טעסטינג און טרעקינג און סאשעל דיסטענסינג די מערסטע שייך (ווי למשל אפי' די שולעס זענען אפן, זענען דא דיוויידערס, און יעדע פאבליק פלאץ האט ספעציעלע קאמערעס וואס מעסטן די היץ פון אלע באזוכער)
שוועדן האט טאקע אנגעהויבן נאכלאזן לעצטנס, אוןַ די קעיסעס זענען ארויפגעשאסן איבערנאכט, לאנג נאכן פערציג טעג 'פיעק'.
דאס איז פשוט ווייל די מדינות האבן אנגהויבן איינשטעלן קווארענטין און סאשעל דיסטענסינג נאר נאכדעם וואס די וויירוס האט דערגרייכט.
יא יא, וואס פארשטייט ער נישט? ווייל מען האט איינגעשטעלט סאשעל דיסטענסינג!!!!
וויאזוי קען ער בויען סטאטיסטיקס נישט ארייננעמענדיג די פאקטן ארום?
וואס הייסט די האסט נישט קיין סברא?
בכלל, אויב קען עס האבן מיט'ן קלימאט דאן האט עס נישט צוטון מיט פערציג / זיבעציג טעג!
און די וויירוס האט אן עקספערעשן דעיט? נאכדערצו אין יעדע לאנד א באזונדערע עקספערעשן דעיט פון ווען ס'קומט אן?
עס דערמאנט מיך א ווערטל:
סייענטיסטן האבן גענומען א פראש און געזאגט שפרינג - ס'האט געשפרינגן.
האבן זיי אראפגעשניטן א פיס, און נאכאמאל געזאגט שפרינג - ס'האט געשפרינגן.
אראפגעשניטן נאך צוויי פיס, און איבערגעהייסן שפרינג - די פראש האט זיך עטוואס געשאקלט מיט'ן איינעם פיס. האבן זיי אראפגעשניטן די לעצטע פיס און געהייסן שפרינג - די פראש האט זיך בכלל נישט צוטון געמאכט.
'זענען זיי געקומען צום מסקנא אז א פראש אן פיס איז טויב'!
Ben-Israel said the figures — notably from countries, such as Singapore, Taiwan, and Sweden, which did not take such radical measures to shutter their economies — proved his point.
סינגעפאר און טייוואן זענען געווען די ערשטע צו פארשפארן גרעניצן און צו איינשטעלן קווארענטין נאך אין דעצעמבער (דריי טעג נאך די ערשטע אומקלארע באריכטן איבער וואהאן קעיסעס) און זיי האבן זיך ממש געשטעלט אויף די קווארענטין עס זאל פאקטיש ווערן אויסגעהאלטן.
אויך האבן זיי איינגעשטעלט עקסטענסיווע טעסטינג און טרעקינג און סאשעל דיסטענסינג די מערסטע שייך (ווי למשל אפי' די שולעס זענען אפן, זענען דא דיוויידערס, און יעדע פאבליק פלאץ האט ספעציעלע קאמערעס וואס מעסטן די היץ פון אלע באזוכער)
שוועדן האט טאקע אנגעהויבן נאכלאזן לעצטנס, אוןַ די קעיסעס זענען ארויפגעשאסן איבערנאכט, לאנג נאכן פערציג טעג 'פיעק'.
“there’s a set pattern” and “the numbers speak for themselves.”
דאס איז פשוט ווייל די מדינות האבן אנגהויבן איינשטעלן קווארענטין און סאשעל דיסטענסינג נאר נאכדעם וואס די וויירוס האט דערגרייכט.
When Barbash cited New York as ostensible proof that Ben-Israel was mistaken, Ben-Israel noted the latest indications from New York were precisely in line with his statistics that indicate daily new cases figures peaking and starting to fall after about 40 days.
יא יא, וואס פארשטייט ער נישט? ווייל מען האט איינגעשטעלט סאשעל דיסטענסינג!!!!
Asked to explain the phenomenon, Ben-Israel, who also heads Israel’s Space Agency, later said: “I have no explanation. There are all kinds of speculations. Maybe it’s related to climate, or the virus has a life-span of its own.”
וויאזוי קען ער בויען סטאטיסטיקס נישט ארייננעמענדיג די פאקטן ארום?
וואס הייסט די האסט נישט קיין סברא?
בכלל, אויב קען עס האבן מיט'ן קלימאט דאן האט עס נישט צוטון מיט פערציג / זיבעציג טעג!
און די וויירוס האט אן עקספערעשן דעיט? נאכדערצו אין יעדע לאנד א באזונדערע עקספערעשן דעיט פון ווען ס'קומט אן?
עס דערמאנט מיך א ווערטל:
סייענטיסטן האבן גענומען א פראש און געזאגט שפרינג - ס'האט געשפרינגן.
האבן זיי אראפגעשניטן א פיס, און נאכאמאל געזאגט שפרינג - ס'האט געשפרינגן.
אראפגעשניטן נאך צוויי פיס, און איבערגעהייסן שפרינג - די פראש האט זיך עטוואס געשאקלט מיט'ן איינעם פיס. האבן זיי אראפגעשניטן די לעצטע פיס און געהייסן שפרינג - די פראש האט זיך בכלל נישט צוטון געמאכט.
'זענען זיי געקומען צום מסקנא אז א פראש אן פיס איז טויב'!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז ארויסגעקומען א שטודיע וואס צייגט אז מענטשן וואס האבן געהאט (ערענסט) קאוויד, אפילו די וואס מ׳האט נישט געדארפט אריינפירן אין שפיטאל, האט עס דערנאך נעגאטיוולי אפעקטעד זייער קאגניטיוו עבּיליטיס, ווענדענדיג זיך אין ווי ערענסט מ׳האט געהאט קאוויד [בנוגע אטעמען].