ר' איד דו ביזט נישט קיין שומר תורה ומצוות!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:34 am
איך האב גערעדט אמאל מיט א איד וואס האנדעלט מיט שוואכע בחורים. דערציילט ער מיר אז ער האט אמאל געהאנדעלט מיט א בחור וואס ער האט זיך געדארפט בעטן ביי אים אז ער זאל לייגן תפילין יעדן טאג. איין טאג קומט דער בחור אריבער צו אים וויינענדיג מיט בכיות נוראות אז ער האט געטוהן א געפערליכע זאך און ער קען זיך נישט בארואיגן. נאך א שטיקל צייט האט ער זיך גענוג בארואיגט צו מגלה זיין זיין גרויסן חטא. ער האט פארגעסן צו שלאגן כפרות!
די מעשה זעהט אויס אביסל איבערגעטריבן אפשר, אבער מיר זענען אלע באקאנט מיט דעם בחור'ל וואס וועט זיך אריינשמוגלען אין מקוה אומבאצאלטערהייט כדי ער זאל נישט פארפאסן א מקוה חלילה, אדער מיט דעם אינגערמאן אויפן וועד החינוך וואס וועט באגראבן א איד און זיינע קינדער פאר דורות ווייל ער האט א סמארטפאון, אדער מיטן ווייבל וואס וועט אויסקערן דעם גאנצן צימער פון א ברעקל מצה פאר מען ברענגט אריין די פיש אבער וועט זיך מיקל זיין פון טרינקען די ארבע כוסות ווייל עס איז צו שווער.
וואס איז די צד השווה צווישן די אלע מענטשן? זיי זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות! "וואס?", הער איך אייך שרייען מיט ערשטוינוג. "וויאזוי קען זיין אז די אלע חשובע אידן און אידענעס וואס זענען מקיים אלע תרי"ג מצוות שבתורה, כאטש זיי זענען עובר דא און דארט אויף עפעס, זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות?" וועל איך אייך מסביר זיין מיט אן הקדמה.
אין תורת כהנים ווערט אראפגעברענגט דער פאלגענדער ערשטוינענדער מאמר, "רבן שמעון בן גמליאל אומר: לא יואמר אדם אי אפשי לאכול בשר בחלב; אי אפשי ללבוש שעטנז; אי אפשי לבוא על הערוה, אלא: אפשי, ומה אעשה אבי בשמיים גזר עלי."
די חכמים באפוילן אונז אז א מענטש זאל זיך נישט איינגעוואוינען זיך צו עקלען פון חזיר אזוי ווי מען האט אונז געלערנט אין חדר. פארקערט. א מענטש זאל דורכגיין א גוישע רעסטוראן און ער זאל טיף אריינציען מיטן נאז און זאגן פאר די קינדער, "אה קינדער! איר שמעקט? א ריח גן עדן! דער חזיר שמעקט דאך אזוי גוט אז מען קען אויסגיין. עס ווילט זיך מיר אראפלאזן די פעקלעך און אריינלויפן זיך מחיה צו זיין מיט א גוט שטיקל בעיקאן. אבער וואס זאל איך טוהן אז אונזער טאטע אין הימל לאזט נישט? גיימיר ווייטער צום הוט געשעפט?"
דער רמב"ם אין שמונה פרקים מוטשעט זיך זייער מיטן אויבנדערמאנטן מאמר. די פילאזאפן לערנען אונז דאך אז א ריכטיגער אויסגעארבעטער מענטש וועט זיך ניטאמאל פארגלוסטן אין עפעס וואס איז נישט ריכטיג אויסגעהאלטן. קען זיין אז אונזערע חכמים לערנען אונז אנדערש?
ענטפערט דער הייליגער רמב"ם אזוי: אבל הדברים שאמרו עליהם החכמים, שהכובש את יצרו מהם הוא יותר חשוב וגמולו יותר גדול - הם: "התורות השמעיות", וזה אמת: שאלמלא התורה לא היו רעות כלל. ומפני זה אמרו: שצריך האדם שיניח נפשו אוהבת אותן ולא יהיה לו מונע מהן רק התורה. ובחן חכמתם, ע"ה, ובמה שהמשילו. שהם לא אמרו: "אל יואמר אדם: אי אפשי להרוג הנפש; אי אפשי לגנוב; אי אפשי לכזב, אלא: אפשי, ומה אעשה אבי שבשמים גזר עלי"' אבל הביאו דברים "שמעיים" כולם: בשר בחלב, ולבישת שעטנז, ועריות. ואלו המצוות וכיוצא בהן, הן אשר קראן השם יתברך: "חוקות". ואמרו רבותינו, ז"ל: "חוקים שחקקתי לך - אין לך רשות להרהר בהם; ועובדי כוכבים משיבים עליהם, והשטן מקטרג בהם, כגון: פרה אדומה ושעיר המשתלח" וכו'. ואשר קראו אותן האחרונים: שכליות, יקראו: מצוות, כפי מה שבארו החכמים. הנה התבאר לך מכל מה שאמרנו איזו מן העברות יהיה מי שלא ישתוקק אליהן יותר חשוב מן המשתוקק אליהן וכובש יצרו מהן, ואיזו מהן יהיה הענין בהפך.
שטעלט אונז דער רמב"ם אוועק א זייער וויכטיגן כלל. עס זענען דא צוויי סארטן מצוות. עס זענען דא מצוות וואס די גמרא דרוקט זיך אויס אויף זיי "דברים שאלמלי לא נכתבו ראויים היו לכתבם" (יומא סז,ב). דאס זענען די מצוות שבין אדם לחבירו; מצוות וואס לערנען אונז אויס צו זיין בעסערע מענטשן; מצוות וואס לערנען אונז אויס וויאזוי אויסצוארבעטן אונזער נאטור צו רחמנות האבן אויף מענטשן, צו ליב האבן יעדן מענטש און צו טוהן גוטס פאר מענטשן. די סארט מצוות דארף א מענטש זיך גוט איינלערנען ביז עס ווערט א חלק פון זיין נאטור, ביז ער ארבעט זיך אזוי גוט אויס אז ער טוט עס פון זיך אליין און נישט ווייל די תורה האט אים באפוילן דאס צו טוהן.
פון דער אנדערער זייט זענען דא מצוות שבין אדם למקום. מצוות וואס מיר פארשטיין נישט זייערע טעמים. דער אייבערשטער דארף דען אז מיר זאלן טוהן מצוות פאר אים? נאר וואס דען? מיר טוהן די מצוות בלויז ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי באפוילן און מיר ווילן טוהן זיין רצון. ביי די סארט מצוות דארפן מיר זיך לערנען פארקערט. ווי מער מיר ווילן נישט טוהן די מצווה, און דאך טוהן מיר דאס יא, ווייזט עס אז מיר טוהן דאס נאר ווייל דער אייבערשטער האט אונז אזוי באפוילן. די מצוות טיילן אפ צווישן א איד מיט א גוי. אז א איד פארגלוסט זיך אין א שטיקל חזיר און ער האלט זיך איין און ער עסט נישט, האט ער מקיים געווען דעם רצון הבורא. אויב א איד אבער האט פיינט חזיר און ער עסט עס נישט, האט ער דאך נישט געטוהן קיין שום מצווה. ער איז נישט אנדערש פון א גוי וואס האט נישט ליב קיין חזיר.
לדאבונינו, האבן אונז מהפך געווען קערה על פיה. דער רבי אין חדר וועט אונז אויסלערנען אז אין פארק ווארפט מען נישט קיין שמוץ אויף דער ערד ווייל עס מאכט א חילול השם. דער טאטע וועט זאגן פאר זיינע קינדער אז אויב העלפט מען די מאמע האט מען א גרויסע מצוה וכו' וכו'. אבער ווען עס קומט צו די מצוות שבין אדם למקום וועט אונז דער רבי אויסלערנען אז די עקלדיגע גוים עסן נעבעך שמוציגע חזרים, און זיי הערן אויס נידעריגע ניגונים וכו' וכו'. אונז אידן אבער ווייסן אז מיר דארפן זיך עקלן פון די סארט זאכן. און מיר לייענען כסדר מעשיות וואו אידן וואס האבן נעבעך געדארפט עסן חזיר אלס פיקוח נפש, האבן זיך נישט געקענט ברענגן אריינצונעמען א שטיקל חזיר אין מויל.
דאס האט צוגעברענגט ל"ע אז ווען א איד טוט א מצווה שבין אדם למקום, טוט ער עס שוין מער נישט ווייל דער אייבערשטער האט אזוי באפוילן. ער טוט עס ווייל עס מאכט אים פילן בעסער. עס איז געווארן ווי א פארעם פון עמאציאלענע מאסטערבאציע ווי דער איד רייבט זיך דעם בייכל און רופט אויס בקול גדול, "איך האב נאך קיינמאל נישט פארפאסט מקוה." "איך האב נאך אין מיין לעבן נישט פארפאסט קיין תפלה בצבור."
ר' איד! איר זענט נישט קיין שומר תורה ומצוות ה'. איר זענט א שומר תורה ומצוות עצמו. איר האט אן אנדערע תורה. צומאל פארגלייכן זיך די צוויי תורות פערצופאל און צומאל נישט!
[center]* * *[/center]
אין יעצטיגן מצב, זעהן מיר אידן, פילע פון זיי עלטערע אידן, וואס זענען זיך ממש מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין. פון די מסירת נפש וואלט זיך געקענט דאכטן אז תפילה ביחיד איז איינע פון די שלש עבירות חמורות אויף וואס עס ווערט געזאגט יהרוג ואל יעבור. אבער ווען מען עפנט אויף א שולחן ערוך, זעהן מיר בלויז די פארווע ווערטער: ישתדל אדם להתפלל בב"ה עם הציבור (או"ח סימן צ סעיף ט).
אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע וויאזוי קען זיין אז ווען אלע דאקטוירים ווארענען אונז אן אז מיר שטעלן איין דאס אייגענעם לעבן און די לעבן פון אונזערע שכנים ווען מיר גייען ארויס פון הויז, און כמעט אלע רבנים פה אחד האבן אונז געפסקנט אז דער רצון הבורא איז אז מיר זאלן דאווענען אינדערהיים, זענען נאך אלץ דא מענטשן וואס טוהן אלע מיני תחבולות צו דאווענען מיט מנין?
דער ענטפער איז זייער פשוט. זיי זענען נישט קיין שומרי תורה ומצוות!!!! זיי דאווענען נישט יעדן טאג ווייל דער אייבערשטער האט זיי באפוילן צו דאווענען. זיי דאווענען ווייל זיי ווילן דאווענען. עס מאכט זיי פילן בעסער צו וויסן אז זיי האבן אריינגעווישט נאך עפעס א סגולה אין זייער טעגליכן לעבן. עס געבט זיי א שטופ דורכן טאג.
אבער דער נביא ישעיהו פארשטייט זייער גוט וואס זיי טוהן און ער שרייעט צו זיי, "בפרשכם כפיכם אעלים עיני מכם גם כי תרבו תפלה אינני שמע ידיכם דמים מלאו". ווען עטס קומטס דאווענען צו מיר, וועל איך ענק נישט אויסהערן, ווייל ענקער הענט זענען פול מיט בלוט. יעדעס מאל וואס עטס מאכטס א מנין זענען ענקער הענט פול מיט בלוט אין פולן זין פון ווארט. דער זעלבער באשעפער אויף וועם די גמרא זאגט "אין הקב"ה מואס בתפלתן של רבים", זאגט אונז די מאל, "גם כי תרבו תפלה אינני שמע", איך וועל ענק נישט אויסהערן. איך דארף נישט אייערע פארפוילטע תפילות!
"כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי". ווען עטס קומטס אריין אין מיין שול, קוק איך ענק אן ווי פשוט'ע טרעספעססערס. עטס צוטרעטס מיין שיינעם גארטן! יאגטס אפ פון דאנען! אבער שוין!
מענשטן פרובירן צו פארשטיין פארוואס מען קען נישט מאכן קיין מנין ווען יעדער שטייט 6 פוס אפגעריקט וכדומה. איר זאלט וויסן אז שטיין 6 פוס אפגעריקט איז נאר א בדיעבד. ווען איינער מוז ארויסגיין קויפן עסן פאר זיין שטוב, זאל ער פרובירן צו שטיין ווייט פון מענטשן כדי צו פארמינערן די שאנס פון כאפן דעם ווירוס. אבער מיט דעם אלעם קען מען נאך אלץ כאפן דעם ווירוס. שטודיעס ווייזן אז דער ווירוס קען פארן אזוי ווייט ווי 26 פוס אין דער לופט און עס קען בלייבן אנגעקלעבט אויף סידורים, טישן און בענקלעך פאר עטליכע טעג.
נאך מער וואלט איך געזאגט. אפילו אויב איינער קען יא אוועקשטעלן א מנין ווי עס איז נישטא קיין שום מעגליכקייט פון כאפן דעם ווירוס זאל ער עס נאך אלץ נישט טוהן. ווייל ער ווייזט פאר מענטשן אז נישט מאכן א מנין איז א גרויסע עבירה און אנדערע מענטשן וועלן אים נאכמאכן מיט ביטערע קאנסעקווענצן.
רבותי! יעצט איז די צייט פון זיין א שומר תורה ומצוות! ווייז פארן עולם אז דו טוסט נאר דעם רצון השם און נישט דעם רצון העולם!
[center]* * *[/center]
אזוי ווי די רבנים לערנען אונז כסדר אויס אז מען דארף זיך אייביג זוכן צו לערנען עפעס פון א שעת צרה, וויל איך אויך פרובירן צו זעהן וואס מיר קענען זיך לערנען פון דעם צרה.
דער נביא ישעיהו זאגט אונז ווייטער, "חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי היו עלי לטרח נלאיתי נשא." דיינע ימים טובים זענען אן עול פאר מיר. עס איז מיר שוין צו שווער צו שלעפן.
ווען עס קומט צו יום טוב פסח, ווייסט יעדער אז עס איז דא א שלל פון מנהגים וויאזוי מען דארף זיך פירן. יעדער ערנסטער זיידע האט זיכער געמאכט צוצולייגן אפאר חומרות וואס זאלן אראפגיין ווייטער לדורות און אויסלערנען זיינע קינדס קינדער את הדרך אשר ילכו בם. איינער ווייסט צו זאגן אז קאקאו זאל מען חס ושלום נישט צורירן, אבער מאראנצן זאפט יא. דער אנדערער שרייעט מאראנצן זאפט איז אסור אבער גרעיפ דזשוס איז מן המבחר. דער דריטער טופעט מיט די פוס, "נאר מאסט. נאר מאסט!"
אבער פון איין קליינער מצוה האבן מיר שטילערהייט פארגעסן. דאס איז די מצוה פון שמחת יום טוב. נישט נאר איז דאס א מצוות עשה מן התורה, נאר עס איז אויך א מצוה וואס איז חציו לה' וחציו לכם. סיי טוהן מיר דעם רצון הבורא און סיי איז דאס א צייט וואס מיר קענען פארברענגן צוזאמען מיט דער משפחה און אריינברענגן א שמחה אין שטוב.
ממילא, אויב איז דא איד וואס האט זיך שוין אזוי אפגעהרג'עט די תאוות עולם הזה אז ער פארדינט שוין נישט קיין שום טעם פון א שטיקל עסן, און ער וויל צולייגן א חומרא צום יו"ט פסח, דאן וואויל איז צו אים. אויב איז אבער דא א איד, וואס עס גלוסט זיך אים זייער נישט צו עסן אן אפגעכמורעטן שטיקל ספאנדשז קעיק. אים גלוסט דייקא יא א שטיקל שאקאלאדע. אדער אפשר גלוסט זיך אים זייער צו עסן א שטיקל מצה מיט פיש. דאס איז זיין עונג יום טוב. זאג איך פאר דעם איד, "עס און טרונק און לאז דיך וואוילגיין. דו ביזט א שומר תורה ומצוות! דו ביזט מקיים א מצוות עשה מן התורה!"
"חדשיכם ומועדיכם שנאה נפשי היו עלי לטרח." ווען דיין ימים טובים ווערן אן עול פאר דיר, ווערט דאס אן עול פאר מיר אויך, זאגט אונז דער באשעפער. איך האב אויך פיינט די ימים טובים. עס איז מיר צו שווער צו טראגן. עס יא א שטיקל געבראקס! מיש דיך יא אויב עס ברענגט דיר אן עונג יום טוב! מאך נישט מיינע ימים טובים פאר אן עול!
איך וועל דא ענדיגן מיטן צוברענגען צוויי וויכטיגע מאמרים. איינס איז א שטיקל פון דער יעב"ץ ווי ער ברענגט צו פון זיין טאטן דער חכם צבי ווי ער שרייט אן א תלמיד חכם פארן צופיל מחמיר זיין אין פסח: "...עד שגער בו אדמ"ו הה"ג נר"ו. וסוף דבריו שמפני חשש רחוק כי האי אין למנוע שמחת י"ט. והביא ראיה מדברי אביו הגאון זצ"ל ע"ד מצה שרויה שהמתחסדים פורשים מהם והוא ז"ל סתר כל דברי המחמירין. (שאילת יעב"ץ חלק ב' סימן ס"ה)"
דער צווייטער איז ווי דער מהרש"ל מאכט חוזק פון די אשכנזים, אז ווען איינער גייט מיט א הוילן קאפ, קוקט מען אן ווי א שגץ הגם עס איז גאר א קנאפע מנהג. משא"כ ווען איינער איז עובר אויף גרעסער איסורים בלייבט ער ווייטער א שיינער איד: "וממידת חסידות הוא שלא לילך ד' אמות בגילוי הראש ודוקא הליכה ד' אמות... ועכשיו אני אגלה את קלון האשכנזים: בודאי מי ששותה יין נסך במלון של גוים ואוכל דגים מבושלים בכלים שלהם והמחמיר הוא שמאמין לפונדקית שלא בשלו בה אין חוששין עליו ואין בודקין אחריו ונוהגין בו כבוד אם הוא עשיר ותקיף ומי שהיה אוכל ושותה בהכשר רק שהיה בגילוי הראש היו תופסין אותו כאלו יצא מן הכלל. (שו"ת מהרש"ל סימן ע"ב).
אידן געדענקטס! מאכטס נישט דעם טפל פאר אן עיקר!
איר זענט שומרי תורה ומצוות!