ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

רבותיי: איך בין געקומען צו א שטארקע מסקנא. (א החלטה האביך נאכנישט.). אז אני הקטן, בערל בעל עגלה בין די מערסטע איגנארירטער שרייבער דא אויף קאווע שטיבל.
קיין פונקטליכע סטאטיסטיק האביך נאך דערווייל נישט. נאר איך בין מסופק אויב ס'לוינט זיך אריינצולייגן די כוחות צו מאכן א פונקטליכע סטאטיסטישע שטודיע. אבער איך זעה אז איך רעד צו מיר אליין.
איך האב נעכטן בערך 11 אזייגער ארויפגעלייגט 2 תגובות אין 2 אנדערע אשכולות. איינס איז שטארק מעניני דיומא. איבער דעם קאראנא וויירוס. און דערווייל, 24 שעה שפעטער איז נאכנישט דא קיין איין איינציגע תגובה. פון לייקס רעד איך שוין אפילו נישט. ווען אין די זעלבע צייט זענען אויפגעמאכט געווארן 2 אנדערע אשכולות. און ביינאכט איז שוין געווען 2 בלעטער פון תגובות און א באמבארדירונג פון לייקס.
איך הייב אן צו טראכטן אז אויב איך רעד ממילא נאר צו מיר אליין פארוואס דארף איך רעדן ברבים. איך קען דאך רעדן ביחידות. אזוי ווי גימפל אין האלץ קאמער...!
איך ווילל הערן א דעת תורה און א דעת בעה"ב אויב אזא בריה שפילה ונבזה דארף ממשיך זיין צו באלעמוטשען דעם חשוב'ן עולם מיט אומ-אינטרעסאנטע און ווערטלאזע מיינונגען. איך זאג עס נישט מכח עניוות. נאר איך האב איינגעזעהן דעם אמת...!

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: איך בין געקומען צו א שטארקע מסקנא. (א החלטה האביך נאכנישט.). אז אני הקטן, בערל בעל עגלה בין די מערסטע איגנארירטער שרייבער דא אויף קאווע שטיבל.
קיין פונקטליכע סטאטיסטיק האביך נאך דערווייל נישט. נאר איך בין מסופק אויב ס'לוינט זיך אריינצולייגן די כוחות צו מאכן א פונקטליכע סטאטיסטישע שטודיע. אבער איך זעה אז איך רעד צו מיר אליין.
איך האב נעכטן בערך 11 אזייגער ארויפגעלייגט 2 תגובות אין 2 אנדערע אשכולות. איינס איז שטארק מעניני דיומא. איבער דעם קאראנא וויירוס. און דערווייל, 24 שעה שפעטער איז נאכנישט דא קיין איין איינציגע תגובה. פון לייקס רעד איך שוין אפילו נישט. ווען אין די זעלבע צייט זענען אויפגעמאכט געווארן 2 אנדערע אשכולות. און ביינאכט איז שוין געווען 2 בלעטער פון תגובות און א באמבארדירונג פון לייקס.
איך הייב אן צו טראכטן אז אויב איך רעד ממילא נאר צו מיר אליין פארוואס דארף איך רעדן ברבים. איך קען דאך רעדן ביחידות. אזוי ווי גימפל אין האלץ קאמער...!
איך ווילל הערן א דעת תורה און א דעת בעה"ב אויב אזא בריה שפילה ונבזה דארף ממשיך זיין צו באלעמוטשען דעם חשוב'ן עולם מיט אומ-אינטרעסאנטע און ווערטלאזע מיינונגען. איך זאג עס נישט מכח עניוות. נאר איך האב איינגעזעהן דעם אמת...!
איך האלט שוין נאך דעם, בשעתו האב איך זיך אויך אפגערעדט, שלום געמאכט מיטן מצב, דער תוצאה פון דעם גאנג איז אבער אז צוביסלעך הערט מען אויף צו שרייבן. אין קאוועשטיבל נייעס ווערט נאר געשריבן דורך נייע שרייבערס וואס ביז צוויי צו דריי יאר ווערן זיי אויך נעלם.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
איי געס איך קען מיטפילען...
ולגופו של ענין גלייב איך אז דאס אז מ׳לייקט נישט אדער מ׳רעספּאנד נישט, איז ל״ד א ראיה אז מ׳ליינט עס נישט (חוץ אויב ס׳איז בדרך שאלה, ואפילו בזה קען עס פשוט דויערן צייט ביז מ׳ענטפערט, ווי למשל מיט דיין שאלה דא).
ולגופו של ענין גלייב איך אז דאס אז מ׳לייקט נישט אדער מ׳רעספּאנד נישט, איז ל״ד א ראיה אז מ׳ליינט עס נישט (חוץ אויב ס׳איז בדרך שאלה, ואפילו בזה קען עס פשוט דויערן צייט ביז מ׳ענטפערט, ווי למשל מיט דיין שאלה דא).
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דולה ומשקה: און די אנדערע אידן וועלכע האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע און פארשטאנד פאר מיינע געפיהלן...!
איך האבמיך טאקע געוואונדערט פארוואס דו שרייבסט שוין מער נישט. איך האב אייביג שטארק הנאה געהאט פון דיינע מאמרים. וואו דו האסט ארויסגעוויזן ברייטע בקיאות און ידיעות אין פאקטן און מצבים וועלכע זענען נישט געווען ברייט באקאנט ביים עולם. טאקע א שאד...!

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
ר' בערל, כ'האב שטארקע סימפטיע מיט אייך, אבער גערעכט זענט איר נאכאלס נישט, ווייל אויף דע וועלט זאגט מען נאר הפסדים ביי צוויי פלעצער, מצוה טאנץ און לוויות. חוץ מזה פארגעס פון אנדערקענונג.
איך האף אז מיט דעם, מלאך טוב בע"כ יענה נחמתני בני נחמתני...
I love you ושפתיים ישק מיט social distancing בלע"ז..

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווען אסאך מענטשן קאמפלעינען אז זיי ווערן איגנארירט , שטעל ט זיך די שאלה פארוואס די אלע איגנארירטע מענטשען צווישען זיך איגנארירען זיך אויך.....???
בכלל נישט קיין קשיא, אפשר גאר נעריש.
עס מיינט נישט אז כל כל תגובה ותגובה תהלל ה'ניק'. נאר עס מיינט בעיקר אז דער 'דרייוו' איז נישט דא, נישט יעדע טעמע האט איינער וואס צוצולייגן - אבער אויב האט איינער טאקע יא מיט וואס צו רעאגירן דאן פארוואס לאזט ער זיך טאקע נישט הערען?
ווייסטו וואס, איך האב נישט קיין כח דערצו, מיין מיינונג איבער דעם נושא האב איך שוין געשריבן עטליכע יאר צוריק זיך עס נאר אויף ערגעץ ווי אינעם טיפע תהום. וימצא נחת.
[tag]berlbalaguleh[/tag] עמו אנכי בצרה, דער פארלוסט איז נישט דיינס, נאר גאר קאווע שטיבל זעלבסט וואס דערלייגט דערפון, עס ווערט לאנגווייליג ווען מ'זעהט אז עס איז נישט קיין נייעס און נישט דער מינדעסטע טרעפיק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
אינטרעסאנט. ווייל אין די קאנטעקסט פון סאליפסיזם און אין דעם אז אפשר זענען אלע קאנשעסנעסעס באמת איינס, וואס אויף דעם האט זיך cictim’s חוזק תגובה וואס איך האב צוגעלינקט אויבן זיך באצויגן, אויף דעם האט מען געזאגט אז ס׳קומט אויס מזה אז מ׳רעדט ממילא אלס צו זיך אליינס (און פון דעם האט זיך cictim’s חוזק מאכן זיך גענומען. הגם על פי הודאתו איז משמע אז ער האט דאס נישט פארשטאנען...).המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווען אסאך מענטשן קאמפלעינען אז זיי ווערן איגנארירט , שטעל ט זיך די שאלה פארוואס די אלע איגנארירטע מענטשען צווישען זיך איגנארירען זיך אויך.....???
דאס איז אבער פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם שרייבער. משא״כ פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם איגנארירער גייט טאקע אויסקומען פון דעם זעלבן הנחה אז ער איגנארירט טאקע זיך אליין; יעדע מענטש אליין, ווען ער איגנארירט א צווייטן, איגנארירט זיך אליין...
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מי אני האט געשריבן:אינטרעסאנט. ווייל אין די קאנטעקסט פון סאליפסיזם און אין דעם אז אפשר זענען אלע קאנשעסנעסעס באמת איינס, וואס אויף דעם האט זיך cictim’s חוזק תגובה וואס איך האב צוגעלינקט אויבן זיך באצויגן, אויף דעם האט מען געזאגט אז ס׳קומט אויס מזה אז מ׳רעדט ממילא אלס צו זיך אליינס (און פון דעם האט זיך cictim’s חוזק מאכן זיך גענומען. הגם על פי הודאתו איז משמע אז ער האט דאס נישט פארשטאנען...).המלוכה והממשלה האט געשריבן:ווען אסאך מענטשן קאמפלעינען אז זיי ווערן איגנארירט , שטעל ט זיך די שאלה פארוואס די אלע איגנארירטע מענטשען צווישען זיך איגנארירען זיך אויך.....???
דאס איז אבער פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם שרייבער. משא״כ פונ׳ם פערספעקטיוו פונ׳ם איגנארירער גייט טאקע אויסקומען פון דעם זעלבן הנחה אז ער איגנארירט טאקע זיך אליין; יעדע מענטש אליין, ווען ער איגנארירט א צווייטן, איגנארירט זיך אליין...
וואס טוט זיך מיט כשאני לעצמי [tag]מי אני[/tag]...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל
איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין... 
(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מי אני האט געשריבן:איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין...
(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)
מי אני, לאמיך יעצט נעמען די געלעגנהייט אויסדרוקן מיינע געפילן איבער דיין ברייטהארציגקייט פון אנערקענען א צווייטענס געשרייבעכץ נאכאמאל און נאכאמאל כאטש ס'קען זיך דוכטן ווי א קול קורא במדבר. ווייס אבער אז איך שעץ דיינע ידיעות ווי אויך דיין עניוות, כ'האב פשוט נישט די צייט זיך מתעמק צו זיין אין די לעצטערע תקופות אין געשרייבעכעצער וואס זענען נישט געשריבן אביסל אויף א לייכטערן פארנעם למען ירוץ הקורא בו אבער זאל דאס דינען אלס אן אנערקענוג פון דיין ברייטקייט אין שעפערישקייט כה לחי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מי אני האט געשריבן:איז אזוי. רעדן רעד איך צו זיך אליינס ממילא וככל הנ״ל, און איך (פרוביר) נישט צו איגנארירן אנדערע (זעה למשל די רעישיאוֺ פון מיינע לייקס געגעבן צו מיינע לייקס באקומען...), ממילא עכ״פ ״איגנארירן״ איגנאריר איך מיך נישט אליין...
(יעצט האב איך זיכער נישט איגנארירט... מעטא...)
כ'האף די רעדסט חאטש אין פראנט פון א שפיגעל. אזוי פארדינסטו אויכעט א שיינע אודיענץ...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
א גוטן רבי בערל בעל עגלה, צו זאגען אז איר זענט די מערסטע איגנארירטע ניק איז ווייט פון אמת, געב נאר א קוק ווי סאך תגובות (אפי׳ גוטע) האבען נישט קיין שום לייקס אדער תגובות, און אין ראנג פון לייקס שטייסטו פון די העכסטע פון אלע ניקס, גראדע האב איך געקוקט וואס די האסט געשריבען נעכטען נאכט, איין תגובה באשטייט פון צוויי שורות, אין די צווייטע שרייבסטו אז אין רוסלאנד הערט מען נישט פון קיין טויטע ציליב די ווייריס אקעי פיין, דערנאך שרייבסטו א קאנספיראסי לגבי צפון קארעא וואס איז זיכער נישט אמת. אבער על פי רוב זענען דיינע תגובות זייער באטעמט און זאפטיג און איך מיין אז די באקומסט יא לייקס און די עולם האט הנאה געב נאר א קוק וואס איינער האט געשריבען אויף אייך פאריגע מוצ״ש.
און פאר דיר @דולה ומשקה זאג איך אז די האסט עפעס גוט צו זאגען, זאג! און די עולם האט הנאה.

שוב יום אחד לפני מיתתך
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
מי אני האט געשריבן:איי געס איך קען מיטפילען...
ולגופו של ענין גלייב איך אז דאס אז מ׳לייקט נישט אדער מ׳רעספּאנד נישט, איז ל״ד א ראיה אז מ׳ליינט עס נישט (חוץ אויב ס׳איז בדרך שאלה, ואפילו בזה קען עס פשוט דויערן צייט ביז מ׳ענטפערט, ווי למשל מיט דיין שאלה דא).
מפני כמה סיבות האב איך שוין לאנג צוריק אפגעמאכט אז [tag]מי אני[/tag] איז א סאפיטיקירטער AI באט פון גוגל צו וועם. וואס איז זייער ציל? אפשר עקספערמענטירן AI אויף אידיש? אויף אויבער חכמים? ווער ווייסט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ערשט קלערט מען אז איך בין מער ווי איין מענשט (און נישט עפ"י סאליפסיזם הנ"ל והמסתעף), און יעצט קלערט מען אז איך בין גאר (וואס מאנכע רעכענען) די נעקסטע שטאפל אין הומען עוואלושען - AI...
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם טורינג טעסט?...
אזוי ווי איך האב דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.
ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם טורינג טעסט?...

אזוי ווי איך האב דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.
ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
מי אני האט געשריבן:ערשט קלערט מען אז איך בין מער ווי איין מענשט (און נישט עפ"י סאליפסיזם הנ"ל והמסתעף), און יעצט קלערט מען אז איך בין גאר (וואס מאנכע רעכענען) די נעקסטע שטאפל אין הומען עוואלושען - AI...
נו, ווער איז גרייט צו מאכן דעם טורינג טעסט?...
![]()
אזוי ווי איך האב דארט געזאגט נעם איך דאס אן ווי א געוואלדיגע קאמפלימענט. ייש"כ.
ואגב בזה (הגם אזא סארט פראגראם איז מער געאייגענט/בעסער אויף פיקציע/פאלשקייט ווי איידער אמת'ע מדע. איך גלייב (עםם... האף...) אז וואס איך שרייב איז פונ'ם צווייטן סארט ווי איידער די ערשטע...).
בכל אופן ביזטו גוט, צו גוט פאר מיר אז איך זאל דיר ענטפערן...

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן
קאצקע ציקער: או.קעי. איך גיי מיך רופן ראש ישיבה. רשכבה"ג. אוי. דער נאמען איז שוין דא...עושר. נגיד. חכם. אויבער חכם. אונטער חכם. אה... די אלע נעמען זענען שוין דא...!
ניין. איך וועלל מוזן פארבלייבן מיט מיין אלטן נאמען. בערל בעל עגלה. א באלאגאלע בלייבט א באלאגאלעה...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
הייליגער ר' בערל, פונקט האב איך לעצטנס געטראכט אז דו פעלסט און פונקט האב איך מיך געפרייט דיך צו זען צוריק, כ'האב עס נאר נישט אראפגעשריבן. אבער מיין נישט פאר איין רגע אז איינער איגנארירט דיך.
ס'איז שווערע צייטן, נישט אלעמאל איז דער טראפיק דא אזוי איי איי איי, איך ווער אויך פלענטי איגנארירט און איך נעם עס נישט אלץ קיין אינסאלט. בכלל איז דא דא א קולטור אז מ'מוז נישט צו יעדע רעאגירן און מ'ליינט, מ'האט הנאה, אמאל פארגינט מען יא אדער נישט דעם לייקל און מ'גייט זיך ווייטער.
דערפאר טייערער ר' בערל, עס טוט מיר לייד אז דו פילסט איגנארירט ווען ס'איז ממש נישט אזוי, דו ביזט פון די פני העדה, פון די מערסט געשעצט ניקים, נישטא קיין איין וועטעראן שרייבער וואס קען זאגן אז ער האט נאכנישט הנאה געהאט פון ר' בערל, מיט די סמייליס צו אן די סמייליס, די עקסיוז מיי פרענטש אשכול איבער רש"י איז דאך לעגענדאר, וכהנה רבות.
גיי אן מיט דער עבודת הקודש און אין דער צייט וואס זקני שארית עמך בית ישראל כאפן ליידער געהרגעטע מכות איז אונזער אלעמענס וואונטש אז דו זאלסט האבן לאנגע געזונטע יארן און אונז קענען פירן קעגן משיח'ן אויף דיין געלע באס בב"א.

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אז מ'רעדט שוין, האבעך אמאל אנגעטראפן א היימישער אויף ספר הפנים וועלכע דרייט זיך דא אין שטיבל אבער איז נישט איינגעשריבן, און אויף מיין פראגע פון וועלכע ניקס ער האט די מערסטע הנאה זאגט ער מיר בערל בעל-עגלה. אוודאי זענען דא נאך ניקס פון וועלכע ער האט הנאה, למשל רבינו הקדוש רעדט צום זאך אבער ער רוב מאל פארשטייט ער נישט וואס רבינו הקדוש רעדט בכלל... אבער בערל בעל-עגלה פארציילט פשוט'ע שיינע מעשה'לעך וואס ער קען פארשטיין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:טויש דיין ניק נאמען אפשר וועט עס העלפן
ווי אזוי זאגט ער אויף די לעצטע געדאנק? געטוישט די נאמען פון חיים ש. צו משה ש.
How about פון בערל בעל עגלה צו שמערל בעל עגלה..
וואלווי: ייש"כ.דו האסט מיך געמאכט לאכן. אזוי ווי אייביג. מיט דיינע טרעפליכע ווערטלעך. חזק ואמץ. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש (געשריבן מיט אידישע אותיות. אזוי ווי רש"י'ס בלע"ז'ן) קיעפ איט אפ...!
ס'זענען געווען נאך 2-3 שרייבערס מיט א שטארקן סענס אוו היומאר. וועלכע האבן מיך אייביג געמאכט לאכן. וואו זענען זיי פארשוואונדן געווארן. וחבל על דאבדין...! נאר ס'איז מעגליך אז זיי זענען מגולגל געווארן אין איינע פון די נייע שרייבערס...!