בלאט 1 פון 1

ניטא צו וועמען צו רעדן..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 4:14 pm
דורך כרפס
ס'שטארבן אויס דאס גאנצע מנין ובנין, אז באלד איז טאקע נישטא קיין מנין צו מאכן אפילו מ'וויל דווקא..

כ'האב שוין נישט צו וועמען צו רעדן מער.. ווייל דער נייהויזער וואס איז געשטארבן פלעגט מיר אפדעיטן די נייעס, דער פון לאנדאן פלעגט מיר זאגן גוטע ווערטער אויפ'ן וואך.. קיין ברוקלין איז א שאד צו גיין, ס'איז א שלאכט פעלד, מ'קען קיין שונא נישט געפונען, אלעס צדיקים וחסידים גומלי חסד, אזעלכע גוטע יודען.. כ'האב נאך קיין עם הארץ נישט געהערט שטארבן די לעצטע חודש צייט..

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 2:44 pm
דורך כרפס
וואס רעגט מיך נאך דאס מערסטע אויף, אז די אלע וואס כ'ווארט שוין יארן זיי זאלן שטארבן, זיי לעבן ווי להכעיס..
איך זע אז ס'שוין בעסער צוזיין שלעכט, ווייל קיין איין רשע איז נאכנישט געשטארבן די לעצטע חודש צייט..

נשלח: מוצ"ש אפריל 04, 2020 10:51 pm
דורך כרפס
אויב איז אמת אז די וויירוס איז געקומען אויף אונז, צוליב'ן חטא פון רעדן אויפ'ן סעלפאן אין שול, אדער ווייל באבובע און סאטמארע רביס שלאגן זיך... פארשטיי איך שוין פארוואס ס'דא אזא שנאה פון די שבעים אומות קעגן יודען...
וואס דארפן זיי שטארבן וועגן אונזערע חטאים חחחחחח

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:37 am
דורך כרפס
אונזער בעקער זאגט; אז די מאַ'קאָראָניי וואס ער האט, דאס האט יעדער ..

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 9:19 pm
דורך כרפס
כ'בין שוין הייזעריג... דער עולם פאלגט נישט... איך קען נאר סטראשן איין זאך... איך גיי נישט צו ענקער לוויה...

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 11:03 am
דורך כרפס
זאגט ער דארט א פרישער יתום; ביי יזכור גיי איך צוריק אריין אין שול... ווייל דארט איז מיין טאטע געשטארבן...