וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע?

שליחה דורך לבי ובשרי »

זינט דער קאראנע מצב איז געווארן ערנסט און א גרעסערע טייל עולם האט אנגעהויבן דערהערן אז מען דארף זיך איינשפארן, און א מערהייט פון די בתי מדרשים זענען געשלאסן געווארן, האט מיר אנגעהויבן נודזשען עטליכע מחשבות פון וואס איך זעלבסט האב מורא צו טראכטן,

אבער כ'שפיר אז ווען די הרהורים וועלן דא געלופטערט ווערן, צווישן די חכמי ק"ש, וועט מיר אפשר לייכטערן ווערן אין מח. און מיין כוונה איז חלילה נישט צו מקטרג זיין אויפ'ן עמך כולם צדיקים. ח"ו.

נאכ'ן קריג איז באקאנט אז עס זענען געווען אסאך אידן וואס האבן פורק עול געווען. נעמליך, דער וועלט איז געווארן חרוב, זייערע עלטערן זענען אוועק, זייערע געשוויסטער זענען אוועק, זייערע רבי'ס זענען אוועק און אלעס איז געגאנגען א גאנג.

עס האט אנגעהויבן נודזשען ביים עולם אזעלכע שאלות און ספיקות פון 'ה'יש ה' בקרבנו, איפה היה אלוקים בשואה וכו' וכדומה וכיוצא.

פארשטייט זיך אס דאס אלעס איז פאר אונז בכלל נישט קיין ספיקות און נישט קיין קושיות. אבער כ'הייב אן קלערן, אז ווען דער קאראנע מצב וועט בס"ד פארלייכטערט ווערן, וועט פארקומען א מאסיווער אפעראציע אין כלל ישראל. עס וועלן זיין אסאך אידן וואס וועלן ארויסקומען פון זייערע איינגעשפארטע לעכער, נאכ'ן דאווענען א חודש אן מנין, אן מקוה, אן אלעס, און עס וועט בוזשעווען אין קאפ דער געדאנק: האלאו! וואס איז שלעכט אזוי?

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז די אלע שומרי תורה וועלכע האבן מקיים געווען תורה ומצוות בלויז וויבאלד זיי זענען געווען אונטער פרעשור פון קהילות, מוסדות, ישיבות און כוללים, וועלן אנהייבן זען אז הרבה דרכים למקום. מען קען אנגיין אן א דאווענען מיט מנין, אן א א מקוה און אן אלעס. חס מלהזכיר.

כ'בין הונדערט פראצענט זיכער אז עס וועלן זיין הונדערטער יונגעלייט וואס וועלן נישט צוריקגיין אין כולל, און אז הונדערטער חברותות בבוקר ובערב וועלן צעשפלוטערט ווערן, זעענדיג אז זייער פריוואטן סדר היום איז ניש'קשה געווען און זיי האבן זיך גאנץ גוט אן עצה געגעבן. מ'טאר דאס נישט שרייבן, אבער עס וועלן זיכער זיין אסאך וואס וועלן בלייבן דאווענען אינדערהיים, אנע מנין.

עס וועט זיכער נעמען אסאך צייט ביז דער מצב און מציאות וועט ווערן צוריק עסטעבלישט בגשמיות און פילפאכיג מער ברוחניות.

עד כאן מיינע הרהורים פון וואס כ'ציטער אוועק. און ווער עס האט חומר למחשבה אין דעם נושא וועל איך דאנקבאר זיין.

לילה טוב

לבי
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@ליבי ובשרי;

ייש"כ פארן עפענען דעם אשכול, איך האב מיך אויך אַרום געטראגן מיט די מחשבות, אבער נישט אין אזא עקסטרעמע זייט, ווי אידן וועלן אראפ ווארפן פון זיך די אידישקייט. נאר ענדערש ווי אינז האבן באקומען אן אפערטיונעטי צו ווערן צוריק נארמאלע אידן, צוריק צו גיין צום אידישקייט וואס די תורה שרייבט אינז פאר, דהיינו אן די אלע חומרות און משוגעת'ן וואס האבן ארויסגעשפראצט די לעצטע הונדערט פופציג יאר און ספעציעל די לעצטע דרייסיג יאר. הן לגבי פסח, שבת וי"ט, נשים, אדער סתם יעדע טאגיקע משוגעת'ן וואס ווערן אנגערופן מיט א שיינעם צונאמען "מסורה" אדער "טראדישן" וואס בלויז אפאר עקסטרעמע אוי סי דיסטן, האבן געמאכט א תורה שלימה דערפוןַ.

איז לכבוד די קאראנא האבן מיטאמאל די רבנים וואס געווענליך ווען מ'פרעגט זיי א שאלה עפ"י רוב ענטפערן זיי "ונכון להחמיר" איז אבער היי יאר קומט ארויס דעם אמת און זיי זענען גאר מזהיר דעם עולם מיקל צו ווי מער. און ס'פארט ארום אויף אלע וואטסעפפ גרופעס הלכות אויף פסח פארגעשריבן פון די עקסטרעמסטע חסידות'ר וואס כלל ישראל פארמאגט, אז דאס דארף מען נישט און יענץ ברויך מען נישט, און מ'זאל זעהן ענדערש אריין לייגן די חומרות אין פריילעך מאכן די קינדער, און מאכן די שטוב העפי. ווען האט מען געהערט אזוינע ווערטער ווען איך בין א קינד??

הכלל אינז גייען עקספיריענסן א פסח וואס געווענליך איז עס פון די שווערערע יו"ט באגלייט מיט משוגעת'ן אשר לא כתוב בתורה, און דאס וועט אויך עפענען דעם קאפ ביי מענטשן, און מ'וועט זעהן אז מ'קען זיין א איד אן די אלע חומרות, פונקט ווי מ'האט זיך איבערצייגט אז מ'קען חתונה האבן/מאכן אן די אלע איבעריגע געלט געשפענדערייען.

כ'מיין און כ'קלער שוין א לענגערע צייט דערפון צו דאס איז נישט אן איינמאהליגע אפערטיוניטי, צוריק נארמאל צו ווערן און צוריק גיין צום שורש.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

זייער שיין זאגט איר.

אבער איך האב דירעקט נישט געשריבן אז עס וועלן זיין פורקי עול ממש. כ'האב פונדעם נישט אזוי ווייט געקלערט. כ'האב געשריבן איבער בעסיק איינגעגעסענע הנהגות אין אידישקייט פונעם טעגליכן סדר היום. אנגעהויבן פון צופרי ביז ביינאכט.

אגב, כ'געדענק ווען פאר עטליכע יאר צוריק ווען חב"ד און אנדערע האבן אנגעהויבן פארקויפן חמץ אנליין איז געווען א שטיקל רעש, אבער היי יאר גלייב איך וועלן זיין א שיינע צאל פרומע אידן פון די סמעטענע וואס וועלן לכתחילה
פארקויפן די חמץ זייערע אנליין.

וואט עווער.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: פונקט ווי מ'האט זיך איבערצייגט אז מ'קען חתונה האבן/מאכן אן די אלע איבעריגע געלט געשפענדערייען.


אגב, כ'זאג דיר צו אז עמינענס און עטרת אברהם וועלן נישט פארשפארן, און עס וועלן ווייטער פארקומען הויכע חתונות עד לב השמים, הכל כדאתמול.

נאר עס וועלן אפשר זיין אנדערע שינויים אין דעם הינזוכט. א שטייגער ווי ענדיגן חתונות פריער, אא"וו.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס איז עטוואס זיכער אז הארט נאך די מגיפה גייט אידישקייט עטוואס טראנפארמירט ווערן, הויפזעכליך דא אין די פאראייניגטע שטאטן. דאס סאמפאנטער אפהאק פונעם טאג טעגליכער רוטין - וועלכע איז שוין אין גאנג זינט אונזערע עלטערן האבן באטראטן דאס אמעריקאנער באדן אן קיין אפשטעל, וועט באשיינפערליך האבן אן ערענסטען עפעקט אויפן גאנצן אידנטום דא אין אמעריקע. נישט בלויז א מאטריאליסטישע נאר ווארשיינליך אויך א רעליגיעזע.

היסטאריע שפילט זיך אפ הארט פאר אונזערע אויגן, די עפאכע פון איידער די קאראנא מגיפה און די עפאכע פון נאך די קאראנא מגיפה.

דער אמאליגער דארפס איז האט זיך געוואוינט אויף זיין גיט, ארום גענומען מיט זיינע סטאדעס קיען און ציגן, גענצליך אפגעזונדערט פון אנדערע אידן. ער האט זעלטן ווען זיך דערזען צווישן די פיר ווענט פון א שול. פארט האט ער געהאלטן אידישקייט פאר זיך לויט זיינע באגריפן. אידישקייט איז א פליכט אויפן מענטש, אפגעזען צי ער איז פאר זיך צי ער איז צווישן אנדערע אידן. מיר האבן כמעט נישט געהאט קיין געלעגנהייט צו פראקטערצירן גאנץ אידישקייט לעבנדיג פאר זיך. מיר זענען קיינמאל נישט געווען אזוי אפגעטיילט פון די געזעלטשאפט ווי אין די דאזיגע פארכטיגע טעג. און מיר לערנען זיך אצינד אויס צו פראקטערצירן אידישקייט אפילו ווען מען איז אפגעטיילט פון אנדערע אידן. יעדער דינט ערליך ג-ט ביי זיך אין שטוב לויט זיין שטייגער.

זאל דאס אונז דינען פאר א גוטע לעקציע זיך ענדליך צו דערלערנען צו לעבן פאר זיך און נישט פאר יענעם. דאס וועט גלייכצייטיג אויך שטארק צוהעלפן צו פארבעסערן אונזער מאטריאליסטישער לעבנסשטייגער. הויפזעכליך דאס חתונה מאכן קינדער אויף א פארשווענדערישן פארנעם, דאס לעבן פאר זיך און נישט פאר יענעם איז דאס שליסל פאר א גליקליך לעבן, ווי געשריבן אינעם פסח וועקער באריכות.[/justify]
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: וואס וועט זיין מיט אונזער רוחניות אינעם תקופה נאך קאראנע

שליחה דורך אונטער חכם »

זעה איך אז אנטווערפענער רב האט געגעבן זיין שבת הגדול דרשה אויף ווידעא.
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

איך האב אויך געהאלטן אז עס קומט א גרויסע רעוואלוציע, איך האב אפילו אנגעהויבן צו שרייבן א לאנגן ארטיקל דערויף, למעשה זעט אויס ביזדערווייל האבן זיך שוין די רבנים געפונען דאס לשון, און טיילן שוין ווידער סגולות און סיבות פארוואס די גזירה איז דא. ווי קטלא קניא זאגט אויב משיח איז נישט געקומען נאכ'ן האלאקאוסט וועט ער יעצט אויך נישט קומען. היימישע אידישקייט וועט איבערלעבן קאראונע. און אויב נישט וועט מיין פאוסט דא ממילא גארנישט אויפטון. נאר אזויפיל אז עס וועלן קומען שטארקע שינויים אין פרטים, חתונה מאכן, היגיענע, אינטערנעט, בכלל דער אינדיווידעליטעט פונעם יחיד צו מאכן אייגענע באשלוסן, גיין וואוינען אין די מרחקים, טוישן לבוש אדער שול וכדומה. יעצט איז יעדער פאר זיך אן קיין קהילה וואס זאל פירן דאס לעבן און מענטשן שפירן צום ערשטן מאל דעם טעם פון חירות. פון אויסשטעלן דעם לעבן, רוחניות און גשמיות, לויטן אייגענעם געשמאק. דער צוטריט צו די גרויסע וועלט, רעגירונג, דאקטוירים, סייענס, נייעס, האט זיך געטוישט. נאך פיל זאכן וואס מען קען נישט פאראויסזאגן, אבער אזויפיל איז וויכטיג צו וויסן אז דאס וועט נישט געשען אויטאמאטיש, צוביסלעך וועלן זאכן צוריקגיין אין פלאץ, מיר דארפן זיין גרייט צו נוצן די געלעגנהייט, יעדער יחיד פאר זיך, אויב האסטו א זאך וואס דו ווילסט שוין לאנג טון קענסטו יעצט מאכן פלענער, יעצט איז די צייט רייף פאר טויש, מאך זיך גרייט צו נעמען שריט. און בעניני ציבור אויך, מען דארף זיין גרייט גלייך ווען עס ענדיגט זיך צו אנהייבן טון, רעדן צו מענטשן צו רבנים און אישי הציבור, מען קען יעצט טוישן און פארבעסערן אסאך (קלייניגקייטן, נישט מאסיווע רעפארם), די צייט איז רייף. דער עולם איז אפן און מער בויגזאם, דער סיסטעם איז שוואך, מען דארף טון וויפיל מען קען צו פארבעסערן וואס מען קען ביים ציבור ולה' הישועה. ואי''ה עוד חזון למועד להאריך.
פארשפארט