בלאט 1 פון 1

alphabet

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:38 pm
דורך זר זהב
איך האב געמיינט (און זיך שוין געפרייט!) אז די ווארט פונעם קעפל קומט משורש 'אלף-בית' (אלפעבעט)

לייען איך דא אז ס'גאר א גריכיש ווארט! און זייערע אותיות הייבט זיך אן מיט אלפע און ביתע...

פארשאלטענע יונים! פוי!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:49 pm
דורך נפתלי
און פון וואו מיינסטו קומען זייערע אלפע ביתע? משורש אלף בית

אלזא! נעם א טיפן אטעם און בארואיג דיר...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:55 pm
דורך זר זהב
יא יא איך ווייס.... אבער די רשעים באהאלטן עס!
קענסט דאך יענע מעשה... ניין?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:01 pm
דורך נפתלי
אז דו זאגסט נישט די מעשה קען איך נישט וויסן צו איך קען עס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:09 pm
דורך זר זהב
א קינד האט זיך אמאל איינגערעדט אז ער איז א טשיקן, און ער האט מורא געהאט צוגיין אויפ'ן גאס וואו קעצעלעך וועלן אים אויפעסן, איז ער דעריבער
געבליבן איינגעשפארט אינדערהיים יארן... מ'האט איינגעשפאנט גרויסע פסיכיאלאגן זאלן ארבעטן אויפ'ן קינד, אבער ללא הועיל...

ביז ענדליך האט א גוטער פסיכיאטער אים אויפגעוויזן אז ער איז בכלל נישט קיין טשיקן און ער האט עס אנגענומען צו אלעמענס פרייד. -- ווען מ'האט אים געוואלט ארויסנעמען צו דער גאס האט ער אנגעהויבן מיט בכיות אזוי ווי אמאל מיט די זעלבע שרעק כאילו לא היה, ער וויל נישט גיין!
האט מען געפרעגט, דו האסט דאך געזאגט אז דו גלייבסט און דו ווייסט שוין אז דו ביזט נישט קיין טשיקן, איז פארוואס האסטע נאך מורא?! -- זאגט דאס קינד: "איך ווייס שוין טאקע אז איך בין נישט קיין טשיקן, די קעצעלעך אבער ווייסן נאך נישט."

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:57 am
דורך יידל
נפתלי האט געשריבן:און פון וואו מיינסטו קומען זייערע אלפע ביתע? משורש אלף בית

אלזא! נעם א טיפן אטעם און בארואיג דיר...

אייגענטלעך זענען אלע סעמיטישע שפראכן זייער ענליך איינס צו צווייטן און ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז לשון עברי איז געקומען פאר לשון ארמי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:14 am
דורך יידל
שיטה מקובצת האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אלע סעמיטישע שפראכן זייער ענליך איינס צו צווייטן און ס'איז בכלל נישט אזוי זיכער אז לשון עברי איז געקומען פאר לשון ארמי.

דאס איז לויט די לינגוויסטן. אבער מיר ווייסן וואס חז״ל זאגן אז העולם נברא בלשון הקודש.

לעומת זה איז ידוע וואס דער רמב"ן שרייבט אז לשה"ק אין אראמיש שטאמען ביידע פון איין מקור, און ס'לאו דוקא אז איינס איז געווען פאר די צווייטע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:52 am
דורך מורינו הרב
פונקט ווי אידיש מיט ענגליש זענען ענדליך.