עצה קעגן באנעצן
נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2020 5:36 pm
ווייסט איינער פון א עצה
פאר א 8 יעריגס?
פאר א 8 יעריגס?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=13694
פעמפערס איז גוט פאר ביז די 5 יאר.היסטאריע האט געשריבן:פראביר אויסצורעכענען אויב דער פראבלעם איז אז ער שלאפט טיף, אדער אז ער טרינקט פאר ער גייט שלאפן וכו'.
דער נאטירלעכער פראצעס פין שלאפן האלט צוריק פין דארפען משתין זיין. שלאפן אויף דער רוקען איז ערגער ווי שלאפן אויף דער זייט.
לאמיר זאגן ער גייט שלאפן ניין אזייגער, און איינער פין די עלטערען גייט שלאפן צוועלעף אזייגער, וועקט אים אויף, און נעמט אים אין טוילעט, און צוריק שלאפן, אויב דאס העלפט, וועט ער האפענטליך ווערען צוגעוואוינט אויפצושטיין אליין.
כמובן ווי געזאגט, איז דער נפשיות פין דער קינד וויכטיגער, און טאמער ווערט ער צוקלאפט פין דער טריטמענט איז בעסער פעמפערס.
WOW. ס'ערשטע מאל איך זעה מי אני שרייבן מאמע לשון!....מי אני האט געשריבן:פאר אפאר מענטשן וועם איך קען האט דאס געהאלפן. דאס איז אן אלארעם וואס מ׳הענגט אויפ׳ן קינד פאר ער לייגט זיך שלאפן און אויף איר אנדערע זייט האט עס א סענסאר וואס מ׳לייגט אויף די אונטערהויזן. ווען עס שפירט פייכטקייט צוקלינגט זיך עס און עס וועקט אויף דאס קינד. דאס געוואוינט צו דאס קינד זיך אויפצווועקן ווען ער פיהלט ער דארף ארויסגיין. עווענטועל (האפענטליך) נעמט דאס די מח אליינס איבער אנעם אלארעם.
מ׳דארף אין אכט נעמען אז אין אנהויב קען זיך דאס קינד נישט ערוועקן דערפון ווייל ער שלאפט אזוי טיף. די עלטערן דארפן זיין גרייט זיך צו ערוועקן דערפון און זיי זאלן אויפוועקן דאס קינד און אים נעמען אין ביהכ״ס. אין אנהויב [א שיינע פאר מאל] זאל מען זיין גערישט אז דאס קינד וועט שוין זיין נאס ולגמרי לאחר המעשה. מען זאל אים דאך אויפוועקן, כדי אים אויסצולערנען די ביהעיוויאר אז אויפוועקן זיך איז מקושר מיט׳ן דארפן ארויסגיין. מען זאל אים כסדר זאגן מקודם אז ער זאל פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז ווען ער ווערט אויפגעוועקט (צו דורך די אלארעם צו דורך די עלטערן) זאל ער גראד אויפהערן נישט קיין חילוק וואו ער האלט. (פארשטייט זיך אז מ׳זאל לייגן דאס קינד שלאפן אויף א סארט מעט וואס זאפט איין, אויב מ׳קען.)
ובענין זה איז ראטזאם אים צו בעהטן אז אפילו אינמיטן טאג בשעת ער גייט ארויס זאל ער פרובירן אפצושטעלן דאס פלוס אינדערמיט פאר א סעקונדע צו צוויי. דאס קען אויך אויסלערנען די באדי די ביהעיוויאר פון כח המעצר דערביי, ובפרט ווען דאס איז אין צוזאמענהאנג מיט׳ן אויבן-דערמאנטן אלארעם.
מיט דעם אלארעם מעטאד דארף מען האבן זייער אסאך געדולד דערצו. עס קען דויערן אפאר חדשים (צו נאכמער), און דאס אויפשטיין אינמיטן די נאכט מיט׳ן קינד איז זייער אויסמוטשענדיג און אומ׳בא׳טעמ׳ט. (מ׳דארף, פארשטייט זיך, אויך אפבאכט גיבן אויף די געפילן פונ׳ם קינד).
איך וואונטש הצלחה. דאס איז אן אפקומעניש סיי פאר׳ן קינד און סיי פאר די עלטערן.
איך געדענק אלס קינד איז געווען אזא בושה ווען איך האב אויסגעפינען אז מיינע קרובים וואס זענען שוין 10 און 12 יאר נעצן נאך ביינאכט, איך האב געמיינט אז דאס צייגט אויף אומערוואקסנקייט אבער איך האב שפעטער אויסגעפינען אז דאס איז אן אויסדריק פון די באדי אז ס'דא צופיל דריק אויף די הארץ פונ'ם קינד. סיי אויב ס'דא ערנסטע שלום בית אנגעצויגנקייטן אדער אויב איינע פון די עלטערן האבן א שווערע נאטור וואו למשל אויב זיי האבן בי פי די און זיי קענען אויספלאצן אויפ'ן קינד אדער טעראריזירן די משפחה פון איין מינוט צום צווייטן - (וואס איז באמת געווען די מצב ליידער ביי מיינע קרובים) *דרך אגב ס'דא א געוואלדיגע בוך וועגן משפחה איבערלעבער פון בי פי די וואס איז נישט געווארן טריטעד און די בוך הייסט: Walking on Eggshells)איינעראליינס האט געשריבן:Oh is this a uncomfortable subject ... I wish I can speak more about it... I can fill up a cup with tears about it.....
שכוח פאר די הילף. עס העלפט אבער נישט.בן נון האט געשריבן:מיר דא אין די מעלות שרייבן נישט איבער קיין תירוצים אויף עצות וואס זענען שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט איר קענט קוקן מעלות פון חודש אב תשל”ט אדער קענט איר פראבירן די המספיק גאזעט אשפ”ג
איך האב גערעדט פון דעם!!!בונה של טוב האט געשריבן: איך געדענק אלס קינד איז געווען אזא בושה ווען איך האב אויסגעפינען אז מיינע קרובים וואס זענען שוין 10 און 12 יאר נעצן נאך ביינאכט, איך האב געמיינט אז דאס צייגט אויף אומערוואקסנקייט אבער איך האב שפעטער אויסגעפינען אז דאס איז אן אויסדריק פון די באדי אז ס'דא צופיל דריק אויף די הארץ פונ'ם קינד. סיי אויב ס'דא ערנסטע שלום בית אנגעצויגנקייטן אדער אויב איינע פון די עלטערן האבן א שווערע נאטור וואו למשל אויב זיי האבן בי פי די און זיי קענען אויספלאצן אויפ'ן קינד אדער טעראריזירן די משפחה פון איין מינוט צום צווייטן - (וואס איז באמת געווען די מצב ליידער ביי מיינע קרובים) *דרך אגב ס'דא א געוואלדיגע בוך וועגן משפחה איבערלעבער פון בי פי די וואס איז נישט געווארן טריטעד און די בוך הייסט: Walking on Eggshells)
אבער לעצטנס האב איך אויסגעפינען אז דאס איז אן אנפלאגעניש וואס אסך נעבעך מוטשען זיך פאר יארן אפילו ווען זיי זענען שוין ערוואקסן. ס'האט מיר אנגעכאפט א שוידער ווייל איך וואלט נישט אויסגעהאלטן אדורכצוגיין אזא גיהנים. ס'דא א פרומע אינסטעגראם בלאט פון איינעם וואס רופט זיך @frum bedwetter
סך הכל איז באנעצן ביינאכט ווי א סימן אז דיין גוף וויינט (מיט טרערן אבער נישט אויפ'ן פנים) פון די דריק וואס ליגט אויף דיינע פלייצעס (ס'דא זייער געפיליגע מענטשן וואס אויף זיי קלאפט אויס זאכן אין אסך א טיפערע אופן, אפילו אויב פאר א צווייטן וואס איז נישט אזוי טיף און הארציג קוקט עס נישט אויס ווי גרויסע דריק
אנטשולדיגט מיר, איך האב פשוט געוואלט ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, גארנישט פערזענליך.איינעראליינס האט געשריבן:שכוח פאר די הילף. עס העלפט אבער נישט.בן נון האט געשריבן:מיר דא אין די מעלות שרייבן נישט איבער קיין תירוצים אויף עצות וואס זענען שוין געפרעגט געווארן אין די פארגאנגענהייט איר קענט קוקן מעלות פון חודש אב תשל”ט אדער קענט איר פראבירן די המספיק גאזעט אשפ”ג
פארשטיי איך נישט צו דעםאלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 5:29 pm איך האב געהערט פון געוויסע אז ניורא-פידבעק טעראפי איז זייער ווירקזאם דערויף.