דער בלאט צייכנט אפ צוואנציג יאר (וועקער 17)
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 3:14 pm
מיין ארטיקל האב איך געוויס געשריבן אלס א פארזעצונג צו מיין ארטיקל א מילשטיין פאר דער בלאט וואס כ'האב געשריבן צו דער פייערונג פון צען טויזנטסטער בלאט.
כ'וועל אויסזאגן דעם אמת אז ווען כ'האב געענדיגט שרייבן האב איך געשפירט ממש ווי א שמאטע און ווי איינער וואס פארברענגט צייט. כ'שרייב און אנאליזיר, איך צענעם און איך לייג אריין מחשבה, אין דער צייט וואס איך אליין טענה אז ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן און דא איז נישטא קיין שום אפעראציע פון מחשבה אדער שכל.
אריינשיקנדיג מיין ארטיקל האב איך געזאגט פאר ראובן אז ס'איז צייט צו ענדיגן וועקער'ס אבסעסיע מיט דער איד און דער בלאט און דער כלל היימישער פרעסע. זיי דעזערוון נישט אונזער אטענשאן און ס'איז צייט אויפצוהערן פארלאנגען א ניווא וואס זיי קעירן נישט און קענען נישט נאכקומען.