בלאט 1 פון 1

הפכת מספדי למחול לי

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 7:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ס'איז הימל, ערד, און קאראנא ווירוס. ס'הערשט א ציטערדיגע שטימונג, קינד און קייט ציטערט מיט צוזאם מיט די גאנצע בריאה. אבער החכם עיניו בראשו, וועט פאראויס זעהן די עצרת מספד'ס וואס די הייליגע וועלען מעריך זיין אויף יעדען נפטר ונפטר בדמעות שליש און גרויס דראמא, אז ס'וועט ענדלעך זיין במנוע המשחית לבא בקרבנו  במהרה. ס'איז טאקע אכשר דרא און אונזער קאלטור האט זיך ב"ה געריקט היפש פאראויס, א דאנק די אינטערנעט מיט נאך אנדערע גוטע סיבות. אבער מיט דעם אלעם איז נאך דא פארשידענע זאכן וואס זענען נאך היפש צוריק געבליבן און הינטערשטעליג, און ברויך נאך א היפשער תיקון. איינע פון די זאכן איז הספדים ביי לוויות, ספעציעל די הספדים וואס ווערן געגעבן דורך די לובשי כיסים העקומות, די אלעס ווייסער'ס, פאראויס זעהער'ס, און די גוטס דענקערס.



סקען זיין אז אנדערע שפירן אויך די זעלבע, אבער קיינער מאכט נישט קיין עסק דערפון, ווייל מ'האלט אין איין האפן אז דער ובלע המוות לנצח צייטן, קומען שוין צו פליען, און דאן וועט מען שוין בכלל נישט ברויכן מספיד זיין, אבער למעשה איז עס נאך נישט געשען, און דער וועלט רוקט זיך פאראויס, און קען זיין אז מ'וועט דאס אויך טוישן וועט דאס אויך צועהלפן אז דער מוות זאל שוין איינגעשלינגן ווערן און מער נישט זיין א זכר דערפון.


יעדעס מאל ווען איך הער ווי דער בעל מספיד שרייט אויס מיט א קול בוכים "װען דו גייסט ארויף אויבן און דו גייסט דיך טרעפן מיטן רעבענזיכרונע ליבראכע, מיט וועם דו ביזט געווען אזוי מקושר, זאלסטו עם פארציילן און איינרייסן ביי עם וכו' וכו'" שעם איך זיך צו שטיין דארט און ס'ציפט מיך צו הערן די דאזיגע ווערטער.

כ'שעם זיך צו שטיין צווישן אזאנע וואס גלייבן אין אזאנע שטותים, און ס'ציפט מיך צו הערן ווערטער וואס דער בעל מספיד אליין גלייבט מן הסתם נישט דערין, אפגערעדט די צוהערערס. און אפילו ווען ער זעהט דעם בר מינן אויף די לעצטע צוגרייטונגען צום עולם האמת, די לעצטע פאזע פארן ארויסטרעטן פונעם עלמא דשיקרא און אריינגייענדיג צום עלמא דקשוט איז מען נאך אלץ פארנומען מיט חלומות און פאנטאזיעס צום בעסטן און שקרים און כזבים צום ערגסטן.

לאמיר עס צונעמען, דער מענטש דא אויף די וועלט איז געווען מקושר צו איינעם א רבין, ווייל זיין טאטע אדער/און זיידע און ווייטער ארויף איז געווען מקושר מיטן רבין/טאטע/זיידע ולמעלה בקודש, במילא מוז זיין אז דער כ"ק אדמור לבית פלוני ופלוני, שטייט און ווארט אפ דעם חסיד וואס האט עם אזוי געטריי געשטיצט/געדינט זיך אוועק געגעבן בגוף/בלב/ובנפש, ווייל זיינע און דעם רבינ'ס עלטערן זענען דאך געווען מקושר.

און אזוי ווארט דער רבי אפ אויף יענער וועלט די הייסע נאענטע חסידים פון די וועלט, און פרעגט זיך נאך ביי דעם בר מינן, נו, ס'נייעס אינעם אנדערן וועלט?? מן הסתם קוקט אויס דארט אויבן אונעם ווארטס זאל ווי א עירפארט אינעם ארייוועל זאל וואו די פעקלעך קומען אן און די ספעציעלע לימא דרייווערס ווארטן אפ דעם רייכן קלאס מיט ספעציעלע שילדן אין דער האנט.

דער כ"ק אדמו"ר ווארט אפ זיין הייפעלע חסידים מיט ספעציעלע שילדן וואס האט מן הסתם דעם חותם הקהילה און דעם בילד פונעם רבין דערויף אז דער חסיד זאל ח"ו נישט אריין בלאנדזשענן צו א צווייטן רבין און עסן פון שחוטי חוץ ח"ו. שטעלטס ענק פאר א דורך געווייקטער סאטמערער איד וואס האט כל ימי חייו געוויסט אז ביי האר און ציונות איז פון די ערגסטע עבירות, יעדן שבועות מקפיד געווען צו עסן די רביצין'ס טשיס קעיק נאר אריינגעלאזט שופרא'ס טשאקאלאד און פסח נאר געניצט סאכדעס צוקער, געט אזא בלאנדזשע אריין אין גור'ע רבינ'ס פארטוך??

צו א בעלזער חסיד וואס איז געווען כל ימיו אדוק אינעם רב, און עהרליך געגאנגען צו בחירות געדאווענט אין א רינדיגע גארטל דייקא, געהיטן אויף יעדע קפידא, וואקט אריין אין מונקאטשער רב'ס היכל!!

צו דער ליובאוויטשער חסיד וואס איז שטענדיג מטופל געווען מיט קירוב רחוקים וקרובים, גערעדט און געדאוונט מיט אנאנדערן אקצענט, שפאצירט זיך אריין אין סאטמארער רבי'נס קוויטל שטוב. און יעדער חסיד מיט זיין סטיל הויבן אן יאמערן קיינער פארשטייט נישט וואס דער אנדערער חסיד שרייט, ס'קוקט ממש אויס ווי א דור הפלגה. האט מען ספעציעל באריקאדירט דארט אויבן אינעם עולם האמת ווי יעדער חסידות האט זיך זיין ליניע, ווי נאר א חסיד פון יענעם גזע קען אריין גיין והכל על מקומו יבא בשלום. ס'קוקט אויס ווי א שיינע געלעכטער, אבער אזוי האט נעבעך אנגעהויבן אויסקוקן א הספד.

קודם כל, מאן יימר אז ווייל דער כ"ק אדמו"ר איז געווען באטראכט דא אויף די וועלט ווי א צדיק, ווערט ער שוין אטאמאטיש באטראכט ווי א צדיק בעלמא הדין, ווייל אויב יא, ווי אזוי וועט מען אפלערנען די "עליונים למטה ותחתונים למעלה"..?

והשנית, אויב איז ער יא געווען אזא צדיק, דאן געפונט ער זיך נישט ביים ווארטס זאל פונעם בי"ד של מעלה צימער אפצו ווארטן זיינע חסידים, ווייל ער איז גאר פארנומען פליען אין די הויכע ספערן פון גן עדן, טאקע דארט אויף "מיליאנערס רייע" צווישן די היכלות פונ'ם הייליגן מגיד און דעם רבי ר' אייזיק'ל.

והשלישית, מ'זאגט דאך נאך פון די פריערדיגע צדיקים, אז רביס ווערן מגילגל אין פיש, איז דאך דער צדיק סייווי נישט דארט, נאר אין עפעס א לעבעדיגע קארפ פיש לכבוד פסח, וואס זיצט אין דעם רגע אינ'ם שיסל פון א צווייטען מתקן נשמות מיט פארגלייזטע אויגן.


והרביעית, לאמיר שוין זאגן אז דער צדיק ווארט יא אפ זיינע מקושר'דיגע חסידים ואוהדים, מאן יימר אז ווייל דער חסיד האט בחיים חיותו מהנה געווען דעם הייליגן רבין מיט זיין פאמיליע/פמליא צו ווייל ער איז געווען אן עושר, צו סתם א שלעגער, וועט דער צדיק אין די אנדערע וועלט אנערקענען דעם חסיד, אפשר דארט וואו ס'איז אן עלמא דקשוט, דארט זעהט מען דעם אמת, פון ביידע זייטן, און ביידע וועלן זיך מיטאמאל שעמן איינעם פונעם אנדערן ביידע וועלן זיך נישט וועלן אינדענטיפיצירן איינעם דעם אנדערן, דעם שמור לי ואשמור לך פעקעדזש ארבייט נישט דארט. אין הימל רעכענט מען זיך בכלל נישט סיי מיט יענעמס גרויסע צדקות וואס ער האט אינטערגעשטיצט דעם רבי'ן זיינער, פאר ער האט נישט געשטיצט זיינע אייגענע ארימע משפחה מענטשן און סיי מיטן רבינ'ס ווארעמע שלש סעודות תורות.

שוין די העכסטע צייט צו טוישן דעם נוסח מיט עפעס תוכן וואס מאכט סענס, וואס האט אמת אין זיך, ווען מ'באגלייט דעם מענטש צום אייביגן רוה, צום עלמא דקשוט, צו ווייזן א סעמפל פאר זיינע קינדער און אייניקלעך, פאר זיינע פריינט און סתם מענטשן אז ס'אייביג צייט צו רעדן דעם אמת ספעציעל אין אזא מאמענט.

הפכת מספדי למחול לי

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 7:57 pm
דורך מי אני
אז מ׳איז אזוי פארנומען מיט׳ן מראה זיין באצבעו אויף די צדיקים און נישט אויפ׳ן באשעפער, וואס דאס איז דאס פארקערטע פון וואס וועט זיין ביים מחול לע״ל, דרייט מען טאקע אויך איבער דעם מספד למחול אין דעם ענין...

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 8:00 pm
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן:אז מ׳איז אזוי פארנומען מיט׳ן מראה זיין באצבעו אויף די צדיקים און נישט אויפ׳ן באשעפער, וואס דאס איז דאס פארקערטע פון וואס וועט זיין ביים מחול לע״ל, דרייט מען טאקע אויך איבער דעם מספד למחול אין דעם ענין...


אפילו די שפחה על הים האט בעסער פארשטאנען אנצוווייזען ווי די גוטער איד מיט'ן טילעפ...

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 9:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס מיינסטו אז דער רבי ווערט מגולגל אין א לעבעדיגער קארפ פיש (אגב, וואס איז דער לעבעדיגקייט פון דער פיש? איך מיין אז יעדער עסט פיש נאך דעם וואס ער\זי איז געפגר'ט. נאר לאבסטערס עסט מען לעבעדיגעהייט, די אלע פיכי גוים), אפשר ווערט ער מגולגל אין דער מאדנע סארט מאכל וואס אנדערע האבן ליעב, דמתקריא סושי (וואגען זאל מיין ווייב געבן פאר די קינדער קאלטע רייז, זי גייט הערן פון זיי אזעלכע קולות וואס מ'האט נישט געהערט סדר נאכט ווען מ'האט איינגעזען די ביטערע נייעס אז צוליעב טרדות הימים פון די שעלטער אין פלעיס, האט מען קיין קניידלעך נישט געמאכט פאר'ן סדר, און מ'איז אויפגעבליבן פאר גארנישט מיט נישט. און דא צאלט מען גרויס געלטער פאר דער שטות, אבער שוין)? און ווער זאגט אז ער איז בכלל געקומן אין א גלגול?

דער גמרא זאגט יא אז רבא וואס האט פארענטפערט א משנה ווי ר' אושעיא, וועט האבען די זכייה אז ר' אושעיא וועט אים מקבל פנים זיין ביי זיין פטירה. דער וואס פארענטפערט משניות ווי סיי וועלכע רבי זל, קען זוכה זיין צו א קבלת פנים. אברע דאס דארף נישט זיין דיין רבי, רבא האט אין זיין לעבן נישט געזען ר' אושעיא, ממילא פארוואס טון פאר דער רבי ר' צאץ ווען מ'קען עס טון פאר רעק"א אדער א ש"ך אדער גאר א רמב"ן? קענסט דאך האבען א גאנצע קבלת פנים פארמאכן אלע געסער מיט קינדער אויסגעשורה'ט מיט דער אידישער חן על בקיהם און שיינער פענער, און יעדע רוועט שטיין מיט דרך ארץ אונטער די שטרענגער אויפזע'ער דער מלמד וכו' וכו'. פארוואס זיך באגענוגיגן מיט איין רבי ז"ל?

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: שפתיים ישק פאר אזא זיסן ארטיקל. ס'דערמאנט מיך טאקע ווען מיין פעטער ע"ה א איד א גרויסער תלמיד חכם איז נפטר געווארן האטציך איינער א בהמה פון די ..."רבנים המספידים"... אנגערופן אז ווען דער נפטר וועט ארויפגיין אין הימל זאלל ער גיין איינרייסן דארט ווי מ'דארף ווייל אונז האלט מיר שוין נישט אויס פון די צרות פון די ציונים, ימ"ש שר"י עפ"ל...!

ווען דער אקס זאלל ווען וויסן אז דער נפטר איז נישט געליגן אין די אלע שטותים. נאר ער האט א יעדע וואך מסיים געווען די פרשה חומש מיט רש"י און געלערנט זיין שיעור גמרא תוס. אויך האט דער נפטר קיינמאל נישט עובר געווען דעם זמן קרי"ש אזוי ווי דער רבי'לע דער בעל המספיד. ' איך בין זיכער אז דער נפטר האט געהאט אנדערע סארט דאגות. ער האטציך געדארפט טרעפן מיט די תנאים ואמוראים זיי זאללן איהם פארענטפערן א פאר שווערע גמרות...! אויך מיט די גדולי הפוסקים אז זיי זאללן איהם פארענטפערן עטליכע שווערע שאלות וואס ער האט געהאט...!

Re: הפכת מספדי למחול לי

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:45 pm
דורך גראף
א פיינער ארטיקל בעתו ובזמנו. ליידער הערט מען די טעג כסדר פון אידן וואס זענען אוועק פון קאראנא און די וואטסעפפ סטעטאס מיט טוויטער טוויטס אלע דערמאנען אז ער איז געווען א געטרייע זעלנער א סאלדאט פאר די רבי זצ''ל וואס וועט עם זיכער אפווארטן דארט אויבן. איך לייען דעס און זעה א חסיד ש... וואס שרייבט עס נאך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:48 pm
דורך אישתישבי
ביסטו גערעכט אז ביי אסאך מענטשן איז דא שיינער זאכן צו זאגן חוץ דער בלאף וואס מען האקט צאם, געווענליך רעדט א משפּחה מעמבער, און זאגט אפאר שיינער זאכן פין דער מת, פין זיין התנהגות, מען קען אפילו אויפמאכן און צולייגן אביסל ווי עס שטייט אין הלכה.

ווידער איז דא מענטשן וואס מען קען קיין סאך נישט זאגן, און אסאך מאל קומט איינער רעדן וואס האט געהאט מיט דער נפטר שייכות ווי תרח מיט נבוכדנצר, און דער בעל מספיד רעדט שטותים.

און אסאך מאל רעדן בני משפחה שטותים אויך, און מען ברויך נישט מאריך זיין אין דעם.

און דער גמרא טרעפט מען אז עס איז געוועהן א ספדנא, א מענטש ווי א בדחן וואס האט געזאגט אפאר שורות ביי די לויה, און דער עולם האט פין דעם געהאט א התעוררות. אפשר דארף מען דאס צוריק איינפירן.

בכלל איז נאריש צו בעטען א נפטר זאל איינרייסן, ער קומט קוים ארויף און דארף זיך ספראווען מיט א בית דין שלַ מעלה, לאז אין געמאכט, ער קען מן הסתם קיין סאך נישט ערלעדיגן פאר קיינעם.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 3:07 am
דורך הדסים
מען פארציילט איינער קומט ארויף צום בי"ד של מעלה, די גאנצע פראצעדור הייבט זיך אן. ווייסע מלאכים, שווארצע, וואגשאל, מצוות, עבירות... ער לויפט צו צום שומר הפתח פונעם גן עדן און הייבט אן צו בעטן, איך בין געווען אן ערליכער איד... אבער די שומר האלט זיך שטארק, מען דארף אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע מינוט...

בשעת ער שטייט און בעט זיך, הערט א געשריי פון אונטען. "טאטי גיי נישט אריין אין גן עדן ביז..."

וואס? עטס ווילטס אויך נישט איך זאל גיין אין גן עדן?!?


דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'שעם זיך צו שטיין צווישן אזאנע וואס גלייבן אין אזאנע שטותים, און ס'ציפט מיך צו הערן ווערטער וואס דער בעל מספיד אליין גלייבט מן הסתם נישט דערין, אפגערעדט די צוהערערס. און אפילו ווען ער זעהט דעם בר מינן אויף די לעצטע צוגרייטונגען צום עולם האמת, די לעצטע פאזע פארן ארויסטרעטן פונעם עלמא דשיקרא און אריינגייענדיג צום עלמא דקשוט איז מען נאך אלץ פארנומען מיט חלומות און פאנטאזיעס צום בעסטן און שקרים און כזבים צום ערגסטן.

לעצם הענין, איך בין מסכים מיט דיר אז עס וואלט געווען שיין און ריכטיג צו רעדן פון זאכליכע ענינים אין אזעלכע ערנסטע מינוטין, און איך פיל אויך אמאל די געפיל פון בושה צו שטיין צווישן אזאנע מענטשן. איך וואלט עס אבער נישט אנגערופן שקרים, זיי גלייבן באמונה שלימה וואס זיי זאגן, און נאכמער, זיי פילן עס באמונה שלימה. הן די רעדנערס והן די צוהערערס.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז נישט ממש ווי איר לייגט עס אראפ טראץ וואס די נקודה איז ריכטיג.

די וועג וויאזוי מענטשן זענען זיך מחזק אין א נויט איז ווען זיי שפירן אז זיי האבן א קאנטראל נאך אלעם, פון דיין ארטיקל זעט אויס אז דו ביסט ווארשיינליך נישט געווען מקושר צו א רבי וואס דו האסט באמת געגלייבט אז ער פארמאגט העכערע כוחות.

אויב א מענטש גלייבט באמת אז ער קען אויספועל'ן גרינגער מיט א שליח אין הימל, דאן ווערט אים בעסער ווען ער האלט אז איינער גייט עס טון פאר אים, למשל יעצט ווען דער מת ליגט פאר אים, דאן איז ער זיך מחזק מיט די אמונה (טפילה? לדעתי יא) אז דער נפטר וועט רעדן מיטן רבי'ן און ערלעדיגן די זאך.

עס איז ספיריטואלע חיזוק און עס איז נישט פאר איינער וואס איז קיינמאל נישט געווען קיין 'עכטע' חסיד צו באגרייפן, די אלע רעבעלעך היינט האבן נישט קיין 'אמתע' חסידים ואס האלטן זיי פאר הימל אידן, חוץ עטליכע בחור'לעך וואס וואקסן עס אויס מיט די צייט, אפשר קאסובע רבי מיט סקאליע רבי האבן שווענץ, די גרויסע קהילות גלייבן אבער נישט אינעם רבי'נס העכערע כוחות, בס"ה זענען זיי געטריי פאר די פארטיי און פארן רבי'ן אין וועמען זיי האבן יא געגלייבט, אז ער וואלט זיכער געווען צופרידן פון דעם ממשיך.

כ'האף כ'בין קלאר ארויסגעברענט ווייל ס'מח איז מיר אביסעלע פארנעפלט כרגע.