באצאלט די ארבעטער און מלמדים וואס איר האט באגאנבעט!
נשלח: דינסטאג אפריל 14, 2020 12:30 pm
ס׳קומט אריין א ביטערע בשורה אז די זוהן פון א באוואוסטע אדמו״ר אויף פערצענטע עווניא (וואס האט אפגעחוזקט פון social distancing ביי זיין שלחן-הטהור בעצם יום הפורים) איז ל״ע אין א קריטישע מצב מיט די קראנאווירוס.
מיר האפן אז דער אייבישטער וועט זיך מרחם זיין אויף אים און אים שיקן א גענצליכער רפואה במהרה.
און די זעלבע צייט ווענדן מיר זיך צו זיין גרויסן פאטער דער גרויסער מולטי-מיליאנער:
יעצט איז די צייט איינצוקויפן זכותים. מיר בעטן נישט אז איר זאלט עפענען אייערע גרויסע טאשן און ווארפן מיליאנען פאר די ארימלייט. מיר בעטן אייך באצאלט פאר אייערע מלמדים, טיטשערס, מדריכים, באס דרייווערס, וועמען איר האט נישט באצאלט און זיי פשוט באגנבעט.
אינגעלייט האבן געארבעט פאר אייך, פרויען האבן אוועק געגעבן א גאנץ זומער אין אייערע קעמפס. ווען מאיז אריין צו אייך אל הקודש פנימה האט איר פלוצלינג געקלעימט אז די מוסדות האט גארנישט צוטוהן מיט אייך???
מיר בעטן ניטאמאל קיין צדקה! מיר בעטן פירט זיך אויף ווי יעדע נארמאלע מענטש. באצאלט אייערע ארימע ארבייטארער! איר האט די געלט... זיי האבן געארבעט פאר אייערע מוסדות...
זוכטס אויף אלע אייערע מענטשען וואס איר האט באגאנבעט מיט די יאהרן, בעט זיי איבער און באצאלט וואס איר זענט שולדיג און אין דעם זכות וועט אייך דער אייבישטער זיכער העלפן...
נ.ב.
איך זאג נישט ח״ו אז ס׳קומט זיך זיין זוהן א שטראף ווייל זיין טאטע איז א גנב. נאר איך זאג אז אין אזא פאלל איז גוט זיך איינצוקויפן זכותים.