אויפבויען א קינד

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

אויפבויען א קינד

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך זיך פראקטישע נוצבארע עצות אויפצובויען א קינד נישט צו זיין א ביישן, זאל זיין מער זעלבסטשטענדיג, און נישט זיך פילן צוקלאפט.

וזאת למודעי אז איך האלט נישט ביים ספענדן אלפים ורבבות פאר א לא קרה ולא שנה'ניק (קרעדיט יאנקל), נאר איך זוך עצות וואס די עלטערן קענען אליינס טון, אן די הילף פון טערעפיסטן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זעהסטו אין דעם קינד געוויסע מעלות? געווענליך האט יעדע קינד עפעס גוטע נאטורן.
מען דארף דאס כסדר ארויפברענגען פאר אים, און ער זאל זעהן אז מען רעספעקטירט עס און מען האט הנאה דערפון. נישט קיין געמאכטע זאכן.
אויך איז וויכטיג צו טראסטן א קינד, אפילו ער קען אדורכפאלן. נישט אלץ חושד זיין, און גלייבן אז ער פארמאגט די ריכטיגע כוחות אויסצופירן זאכן.
אמאל אויף נישט וויכטיגע זאכן זיך אדורכרעדן מיט אים, און אננעמען זיין עצה, אדער לכה"פ ארויסווייזן אינטערעסע דערין.

קצרתי, ותן לחכם ויחכם עוד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

גיב אכטונג וויאזוי די לויבסט אים. לויבן נישט ריכטיג קען הרג'ענען און לויבן ריכטיג קען לעבעדיג מאכן. פארקוקט אייך דא:

http://mindsetonline.com/
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איין זאך:
ליבשאפט!!
ליבשאפט!!
ליבשאפט!!!
און פאר איך פארגעס, נאכאמאל ליבשאפט!!
דאס בויעט א קינד'ס קאנפידענס, סעלפ עסטיעם, און ער בליעט!!
און ווואס מיינסטו גייט אים דער טעראפיסט טוהן? אויך די זעלבע זאך. ער וועט בויען זיין קאנפידענס.
אלזא, אנשטאט אויסגעבן אסאך געלט, מאך עס אליינס!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

zurich האט געשריבן:און פאר איך פארגעס, נאכאמאל ליבשאפט!!

נאך גוט האסט עס נישט פארגעסן!!!
:)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

יישר כח אלע מגיבים יעדן באזונדער, איך וועל עס פרובירן אי"ה, און איך האף צו מעלדן דא בקרוב גוטע רעזולטאטן.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

נאך עטליכע טיפן בבחינת סור מרע:
זייער א סך מאל ווען א קינד טוט עפעס ראנג, סעקירט מען אים, מ'מיינט אז מ'איז נישט שטרענג, כ'האב דאך אים נישט געשלאגן, ס'איז אבער אסאך ארגער ווי שלאגן. א קינד האט פילינגס און דאס טאר מען נישט טשעפען, יהיה מה שיהיה. אפי' אויב זיין שטוב קוקט אויס ווי א באלאגאן, אזא קינד דארף מען זאגן הלכה למעשה, "יענקעלע א רום דארף אויסזעהן שיין, הייב אלעס אויף". אז מ'וויל קען מען עס באפוצן, א שטייגער, "א ערליך קינד וואס לערנט תורה וכו' טאר נישט אזוי אויסזעהן". אויב ער פאלגט נאכאלץ נישט, טאר מען ווידער נישט סעקירן. איך למשל זאג פאר מיין קינד בזה הלשון "אקעי דו פאלגסט נישט" מיטן ניגון פארשטייט זיך, ער פילט דאן גילטי, און געווענליך וועט ער דערנאך פאלגן, און דאן קומט א גוטע קאמפלימענט, כ'אב געוואוסט די טויגסט.

פרוביר נישט צו קאמפערן (פארגלייכן) דעם קינד מיטן יונגערן אדער עלטערן, א שטייגער ווי "פארוואס טוסטו נישט אזויווי דיין ברודער שרולי". מאך אים כשלעצמו פאר א יש, דו טויגסט און דו קענסט.
אויב ס'קינד קען נישט אמאל ביים פארהער, האלט אים נישט פאר, נאר זיי אים מחזק. איך בכלל זאג נישט די ווארט פארהערן, נאר "קום, לאמיר גיין אביסל לערנען".
אויב דיין קינד איז היינט צורודערט און שו שו, דאן גראב אביסל, דערשנאפ וואס ס'באדערט אים.

אויב איז ער בכלל צוריקגעצויגן, אפשר האט ער מורא פאר עפעס, למשל, אפשר האט ער מורא אז ער וועט נישט זיין וואויל עט מען שרייען אויף אים. מ'מעג מינימיזירן דאס שרייען אינדערהיים, און אפילו ער האט נישט דעם פרעשור אינדערהיים, אפשר האט ער דאס אין חדר. א קינד מעג וויסן אז אויב דער מלמד שרייט אים אמאל אן, אדער א פאטש גאר, איז אויך נישט עק וועלט.

און בעיקר תפלה מיט סייעתא דשמיא.
אויב כעל טראכטן פון נאך עפעס עלעך דאס אוודאי מיטיילן.
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

זאג אים אלץ א גוט ווארט דאס וועט אים אסאך בויען
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

לדעתי איז טראסט׳ן א קינד דאס וויכטיגסטע און שטערקסטע מיטל צו בויען זיין זעלבסט זיכערקייט. אסאך עלטערן זענען היבש שוואך אין דעם הינזיכט, און ע״פ רוב קומט דאס פון גאר שטארקע ליבשאפט און איבערגעגעבנקייט צום קינד.

טראסט נעמט אריין פארשידענע זאכן אין זיך, דאס וויכטיגסטע איז נישט חושד זיין דאס קינד מיט א יעדע קלייניגקייט, נאך א גאר וויכטיגע זאך איז צו לאזן דאס קינד אליינטס טוהן וואס ער קען שוין.

פארשטייט זיך אלעס דארף גיין מיט א מאס, נישט אויסצוקוקען ווי דער טאטע וואס זיין צוויי יעריגס האט זיך געשטיקט אויף א שטיקעל ברויט, א פארלוירענער האט דער טאטע אנגעכאפט דאס קינד און זיך גענומען האקען אין ריקען, ווען אינדערמיט שפאצירט אריין זיינ׳ס א חבר א גרויסע פיסכיאטער און כאפט אן דעם טאטענ׳ס הענט און נעמט זיך שרייען דו ווייסט אז דו הרגס׳ט דיין קינד אויף א גאנץ לעבן?! דער טאטע אינגאנצען א פארלוירענער הייבט אויף אפאר בייזע בליקן, וואס ווילסטו? זעסט נישט אז דער קינד שטיקט זיך דא? דער חבר איז אים אבער מסביר, דער קינד גייט קיינמאל נישט זיין שטארק ביי זיך... דו דארפסט אים מסביר זיין... צדיק׳ל דו קענסט אליינט׳ס, דו האסט די כוחות פראביר נאר שטארק וועסטו זען... איך זאג דיר אז דו קענסט...

פארשטייט זיך אליינט'ס אז אזא סארט טראסט איז פשוט רציחה. מען רעדט פון נארמאלע זאכען, למשל דאס קינד וויל דיר העלפן בויען די סוכה און ער איז שוין גענוג גרויס, איז זייער וויכטיג צו לאזן דאס קינד העלפן און אנערקענען ווי שטארק ער האט געהאלפן און וואס ער האט אלט'ס אויפגעטון. דאס גיט פארן קינד א מוראדיג'ן געפיל אז איך בין עפעס, וואס דאס טוט אטאמאטיש בויען דעם קינדס זעלבסט זיכערקייט און שטארקייט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמואל הלוי האט געשריבן:יישר כח אלע מגיבים יעדן באזונדער, איך וועל עס פרובירן אי"ה, און איך האף צו מעלדן דא בקרוב גוטע רעזולטאטן.

כגלייב נישט אז ''בקרוב '' גייסטו זען א טויש , די זאכן דויערן לענגער ווי בקרוב .
חוץ אויב די רעדסט פון בקרוב אויף וואס מיר ווארטן שוין צוויי טויזענט יאר.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

קווארטין האט געשריבן:נאך עטליכע טיפן בבחינת סור מרע:
פרוביר נישט צו קאמפערן (פארגלייכן) דעם קינד מיטן יונגערן אדער עלטערן, א שטייגער ווי "פארוואס טוסטו נישט אזויווי דיין ברודער שרולי". מאך אים כשלעצמו פאר א יש, דו טויגסט און דו קענסט.
אויב ס'קינד קען נישט אמאל ביים פארהער, האלט אים נישט פאר, נאר זיי אים מחזק. איך בכלל זאג נישט די ווארט פארהערן, נאר "קום, לאמיר גיין אביסל לערנען".
אויב דיין קינד איז היינט צורודערט און שו שו, דאן גראב אביסל, דערשנאפ וואס ס'באדערט אים.

און בעיקר תפלה מיט סייעתא דשמיא.
אויב כעל טראכטן פון נאך עפעס עלעך דאס אוודאי מיטיילן.

זייער גוט געשריבן,אבער מיט איין טעות,אנטשטאאט שרייבן"פרוביר נישט צו קאמפערן" דארפסטו שרייבן...
חס ושלום זאלסטו קאמפערן דאס הארגעט דאס קינד די מערסטע און לויט עים נישט בליען!!
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

נכון.
פארשפארט