בלאט 1 פון 1

מיין ארומע אטעם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 12:33 am
דורך קל וחומר
מיין ארומע אטעם
אויף דיין גענאדע ווארט,
די לונגען זיי גייען
ווער קען זיי אומקערן.

די אנהייב פונעם ענדע
איז נענטער ווי ווייטער,
א געלעגער אין זאמד
וויל מיך שוין ענטפאנגען.

מיין וועלט שפירט ביטער
איר עק איך מערק,
די חושך טאפט זיך
א וויסטעניש בלאזט.

די געפיהלן שפרינגען
פארכט מיט זארג,
נאסטאלגישע זיכרונות
שפרינגען אפיר.

מיין פאמיליע פארהוילן
פרעמדע באזארגן,
הילף גייסטישע
אויך נישט פארהאן.

ווער גייט מיך הערן
מיינע ווערטער ביים ענדע,
מיין טרער דען ווערד
אויב קיין נאנטע פארהאן.

איז דער צענער אזוי וויכטיג
אז מיין פלייש צו ווערים,
וואסארא געבעט האסטו געפלעפט
און מיין שיקזאל פארשפראכן.