בלאט 1 פון 1

עס איז שווארץ שווארץ.(פאעזיע)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 11:06 am
דורך במדבר
[center]עס איז שווארץ שווארץ

און פייער בליצען

לויפען דעקען ווארפען ליכט

געזיכטער פון געביין

שטום שרייען זיי

אין אפגרינד אין אפגרינד

פון פארענט דימאנישע פלאמען

און אויפן גענאק א קילע טייוועל בלאז

זיביציג געזיכטער

פון א רויט שווארצע האריזאנט

גרויע סקלעטענעס

זייערע טרערען

וועפערירט און נישט אין זין שיין

איז זייערע אויגען

נישט געוואנדען צו דיר

וואס זעהסטו

טרויער מער ווי גלאנץ

דאס גלאנץ נאר זיינע טרערען

אין די ענדע פון די טעג

די ווילסט עס טינקלער

אקעראייזנס צו שווערד

צוויייגמעסערס אויף שפיזען

די ווילסט א שלאכט

האסטו קריג[/center]