בלאט 1 פון 2

בורשטינע תשובה וועגן בתי מדרשים בשעת קאראנע, און ענטפער

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 6:46 pm
דורך [NAMELESS]
נאכדעם וואס בורשטינע רבי האט אפען געלאזט זיין ביהמ"ד דורך אויס די גאנצע קאראנע קריזיס האט ער היינט ארויסגעגעבן א "תשובה" זיך צו פארענטפערן.

דא קען מען זעהן זיין תשובה
https://docdro.id/m4FQdD9

בו ביום איז ארויסגעקומען א קלארע ענטפער אויף די תשובה וואס מ'קען זעהן דא

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 7:10 pm
דורך וואלווי
איך געב בורשטינער רבי קרעדיט אויף איין וויכטיגע נקודה. דאס אז ער האט גענומען די מוה עכ"פ אפשרייבן א בירור הלכה אויף זיין שיטה פאר אפען לאזן בתי מדרשים.
אזוי ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל, גלייב איך נישט אז ס'איז ווערט לצור ע"פ צלוחיתו, במקום פיקוח נפש. אבער אזוי פול מענטשליכקייט און גברא'דיגקיעט האט ער, אז ער שפעט נישט פון יודען כאילו זיי זענען קוען, נאר ער האט זיי גורס געווען אויף אזוי פול, אז ער מאכט חאטש אויף א ספר און שרייבט א בירור.

צוריק קוקענדיג אויף די לעצטע צוואנציג דרייסיג יאר, האבן אונזערע אפטרופסין די רבנים ארויס געגעבן מער גזירות אויפ'ן ציבור ווי אין דייטשלאנד אין די דרייסיגערס, אבער כמעט קיין איינע פון די "פארנומענע" מי בראש יודען נעמען זיך די מוה זיך אוועק צו שטעלן מיט כח התורה און שרייבן תשובות אויף ענינים העומדים על הפרק.

טעכנאלוגיע, די גרעסטע גזירה זייט בריאת העולם, הונדערטער פלאקאטן, הונדערטער ווי געשרייען, הלכה'דיגע תשובות בנידון? כמעט נישטא צו טרעפען. אזוי אויך ביי אלע אנדערע גזירות, פאר א יעדע הונדערט חותמים אויף א קול קורא, מאכט זיך איין יוצא דופן וואס נעמט עס ערענסט.

לאמיר נישט פארגעסען. קול קורא'ס מיט קידוש לבנה פאנט, ווערט נישט פארעכענט ווי א בירור הלכה.

יישר כח אייך, בורשטינער רב. איר האט געוויזען אז דאס יודישע פאלק עקסעסטירט חאטש בהקיץ.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 12:03 am
דורך אישתישבי
דער בורשטינער איז נישט אזוי אומגערעכט, דער מענה וואס שרייבט קעגן אים רירט נישט צו דער טענה אז אין שכ"ט זעהט מען אז מען גייט אסאך מאל יא נאך רוב, ער רירט צו דער טענה אז מען מעג זיך איינשטעלן פאר א מצוה, אבער פרעגט עס נישט אפ.

אמת, דאס וואס דער בורשטינער זאגט אז אין בית המדרש איז נישטא קיין ולא תשים דמים איז לכאורה עם הארצות, כאטש איך ווייס נישט קיין אמת'ע תירוץ אויף דער טענה, פארוואס זאל נישט זיין א חיוב אויף בית דין, צו אויף דער כלל צו מאכן א מעקה.

אבער דער עיקר טענה פין בורשטינער איז, אז וויבאלט רוב מענטשן ווערען נישט מסוכן פין דעם, און דער רוב איז נישט א רוב פין 51 פראצענט, נאר 90 צו 95 פראצענט, איז נישטא קיין איסור, ווען בפרט אז די וואס קומען זענען אלע באקאנט מיט דער סכנה און קומען ממילא האט עס נישט מיט דער יחיד וואס קומט.

אבער, דער טענה אויף דער בעל הבית פין בית המדרש, דו ווייסט אז עס קען ארויסקומען איינער זאל שטארבן, האסט די א חיוב צו פארמאכן, אלץ ולא תשים דמים בביתיך, (גיב מיר נישט קיין קרעפ, דער בית המדרש באלאנגט פאר דיר בורשטינער, דיינע קינדער גייען נאך מאכען מיליאנען אויף דעם) דער טענה רירט נישט אהן נישט דער בורשטינער און נישט דער חולק.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:46 pm
דורך כלבאשבוע
וואלווי האט געשריבן:איך געב בורשטינער רבי קרעדיט אויף איין וויכטיגע נקודה. דאס אז ער האט גענומען די מוה עכ"פ אפשרייבן א בירור הלכה אויף זיין שיטה פאר אפען לאזן בתי מדרשים.

ער מוז זיך דעפענדן פארן ענעבלן רציחה אבער ער שרייבט גארנישט אליין, דינגען שרייבער קען יעדער, סנאר א חידוש אז ער האט באצאלט פאר אזאנע עמי ארצות

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 7:14 pm
דורך וואלווי
כלבאשבוע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:איך געב בורשטינער רבי קרעדיט אויף איין וויכטיגע נקודה. דאס אז ער האט גענומען די מוה עכ"פ אפשרייבן א בירור הלכה אויף זיין שיטה פאר אפען לאזן בתי מדרשים.

ער מוז זיך דעפענדן פארן ענעבלן רציחה אבער ער שרייבט גארנישט אליין, דינגען שרייבער קען יעדער, סנאר א חידוש אז ער האט באצאלט פאר אזאנע עמי ארצות


די ווייסט אז ער האט דאס נישט געשריבן? שטעלסט זיך פאר?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 9:53 pm
דורך כוכב
וואלווי, קענסט די מעשה מיט יענער וואס האט געזאגט אז זיין איידעם איז א גרויסער שרייבער און חזן, איז דאך גוט, האט דער שווער געזאגט אז ליידער איז ער אויך א גרויסער שוטה און ווען נישט ער איז א שרייבער און חזן וואלט די וועלט נישט געוואוסט.
ממילא, קרעדיט ארויף און קרעדיט אראפ, נישט יעדעס מאל איז טיילן א מיינונג גענוג, דער שפיטיווקער טיילט אויך זיין מיינונג, און יעצט מיט די תשובה, ווי ער שרייבט נעבעך אזעלכע געבראטענע שטותים וואס יעדער חדר יונגל זעט ווי ער רעדט ווי א קטן שלא נולד, און נישט איבער עפעס א מנהג קל נאר אויף חמורה שבחמורות, און נישט בלויז זאכן וואס זענען נוגע די אייגענע נשמה נאר אזא רבישע און זאפטיגע זידיטשובער חב לאחריני און אבוזריהו דשפיכת דמים פון אנדערע, איז עס גרויסע בושות.
וואס אן אמת בין איך פערזענליך צעבראכן וועגן דעם בורשטינער רבי'ס תשובה. כ'בין גענוג צושוידערט וויאזוי אונזער קאמיוניטי האט זיך אויפגעפירט דורכאויס די גאנצע צייט און די טשערי אויפ'ן טאפ איז דער בורשטינער רבי'ס תשובה.
כ'האב דעם איד אלעמאל געשעצט. ניין, כ'האב נישט געהאלטן אז ער איז מי יודע וואס פאר א גרויסער עובד, צדיק ותלמיד חכם, נאר נאך א פיינעם איד א בנש"ק מיט א גרויסע ארסענעל פון סיפורי צדיקים. כ'האב אים אבער יא געהאלטן פאר א נארמאלער מענטש און א פראקטישער רב.
ס'איז מיר אן אמת'ער שאק וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט די גאנצע צייט און ממש איך קען עס נישט גלייבן. מילא אלעזר הורוויץ און אלע אנדערע קאנטרעריענס און אויבער-חכמים, שוין, דאס איז דאך זייער אינטערשריפט, אן דעם עקזיסטירן זיי נישט און מ'איז שוין געווען אז זיי זאלן זיך אויפפירן ווי פריקס, אבער דער בורששינער רבי? דו ביזט דאך א זשענטעל מאן, וואס איז געשען מיט דיר?
נאך מחשבה און פרובירן אויפקומען מיט א לימוד זכות איז מיר די זאך קלאר געווארן. פונקט ווי עס פארשטייט יעדער איינער אז דער האלבער רגע וואס די רעגירונג וועט לאזן וועלן זיך אלע געשעפטן עפענען און ס'איז כמעט נישט דא קיין איין ביזנעס וואס וואלט פארשפארט ווען נישט די רעגירונג צווינגט ווי דער כלל פון גריד און קאפיטאליזם אז ממונו חביב עליו מגופו און רוב מענטשן קענען אפילו נישט טראכטן אנדערש אדער ארויס פונעם דאלאר צי זייערע אייגענע אינטערעסן.
ממילא, איינער וואס האט אמאל געמיינט אז דער בורשטינער רבי, איז א פאבליק סערווענט און זיין ביהמ"ד איז א פאבליק סערוויס זאל וויסן אז ס'איז פשוט א טעות, דאס איז זיין לאקאלע שאפ פון וואו ער ציעט חיונה און דאס איז זיין גאנצע מציאות און זעלבסט ווערד, און אויב האט ער די מעגליכקייט, וועט ער עס האלטן אפן מיט כל תצדקי שבעולם.
ס'איז א ביטערער לימוד זכות, אבער איינמאל דו וועסט זיך עס ארייננעמען אין קאפ וועט דיר גרינגער ווערן אויפ'ן הארצן, דוק ותשכח.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 9:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי נישט די גרויסע תועלת פון די קונטרסים. זיי זענען פול מיט רעד העררינגס און קרומע סברות. ווען מ'איז מאריך אויף די אסמכתא און די אין הולכין בנפשות אחר הרוב נארישקייט, ווען מ'קומט אין ערגעץ נישט אן, איז עס סתם געווארפן זאמד. איך געדענק די מהלך ביים אריזאנא ווייץ סומאטוכע וכדו', ווי מ'דינגט אפ יונגעלייט צו שרייבן הונדרעטער בלעטער פון אומוויכטיגע מראה מקומות, וואס ווערן שפעטער די נושא אנשטאטס די עכטע נושא.

קוק מיין אונטערשריפט פאר מער דעטאלן איבער די שטות.

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:16 pm
דורך כלבאשבוע
וואלווי האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:איך געב בורשטינער רבי קרעדיט אויף איין וויכטיגע נקודה. דאס אז ער האט גענומען די מוה עכ"פ אפשרייבן א בירור הלכה אויף זיין שיטה פאר אפען לאזן בתי מדרשים.

ער מוז זיך דעפענדן פארן ענעבלן רציחה אבער ער שרייבט גארנישט אליין, דינגען שרייבער קען יעדער, סנאר א חידוש אז ער האט באצאלט פאר אזאנע עמי ארצות


די ווייסט אז ער האט דאס נישט געשריבן? שטעלסט זיך פאר?


יא איך ווייס

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 11:34 pm
דורך תורה ומדע
מי שכתב את דברי בורות של התשובה מבזה את עצמו ואת רבותיו שלא למדו איתו. נעבאך. כבין נייגעריג צו אללע אנדערע חסידישע אדמורים זענען אויך אויפן זעלבן שטאפל אין טראכטן אין לערנען. ליבי אומר לי אז יש ויש, ולא על הכלל כולו יצא.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 7:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט א שיינע פאר טויזענט יאר צוריק, האט מען געזריבען א בוך מיט'ן נאמן Aesop's fables מיט פארשידענע משלים וואס מ'נוצט נאך ביז צום היינטיגן טאג. דער צאנזער רב פלעגט דערציילן פון די משלים. איינער פון זיי, איבערגעזעצט אויף ענגליש, איז דאס:

[center]An Ass found a Lion’s skin left in the forest by a hunter. He dressed himself in it, and amused himself by hiding in a thicket and rushing out suddenly at the animals who passed that way. All took to their heels the moment they saw him.

The Ass was so pleased to see the animals running away from him, just as if he were King Lion himself, that he could not keep from expressing his delight by a loud, harsh bray. A Fox, who ran with the rest, stopped short as soon as he heard the voice. Approaching the Ass, he said with a laugh:

“If you had kept your mouth shut you might have frightened me, too. But you gave yourself away with that silly bray.”[/center]


הרב אביגדור מילר פלעגט עס נאכזאגן אויף די נוסח:
In lions skin an ass did hide
And no-one knew who was inside
Until one day did he himself betray
By opening his mouth to bray

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:13 am
דורך אישתישבי
זייער שיין ר' ליטוואק, באמת א שיינער משל, אבער ווען מען רעדט וועגן א מענטש איז עס אפשר אין פלאץ (געדענק, יעדער קען עס דיר צוריק זאגען, אדער דיר זאגן דער משל מיט דער פוקס), אבער ווען מען רעדט וועגן א ספעציפישע תשובה איז נישט קיין קונץ מיט זאגן עמיראצות וכו', די וואס רעדן אזוי איז עס ווייל נאר דאס קענען זיי, און בעבלען נאך וואס זיי מיינען איז דער טרענד, נעם זיי אויף'ן צימבעל זענען זיי פונקט אזעלכע אדער גרעסערע עמיראצים. האסט עפעס צו זאגן פארוואס די תשובה איז נישט גערעכט? זאג עס, אז נישט מיינט די ווייסט פונקט אזוי ווייניג אדער ווייניגער.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 8:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א רויטע העררינג מיינט נישט קיין שטיקל מאטיאש, עס מיינט דאס. עס מיינט א פאלשע צייכען, א וועג פון אוועק שלעפן די נושא פון איר אמת'ער מכוון.

ווען מ'גייט אריין אין דער ענין צו די פסוק איז אן אסמכתא צו א ילפותא, ווען דאס האט נישט די מידנעסטע שייכות מיט די נושא, איז עס א מהלך פון פארדריין א קאפ, און צווינגן יענעם צו טראכטן אוועק פון די נושא. ווען אוי מ'גייט אריין אין די 'אין הולכין בנפשות אחר הרוב', אן דעם וואס דאס זאל האבען די מידנעסטע שייכות אהער, איז עס נאך א פרואוו צו פארדריין די נושא פון די אמת'ער פונקט.

צוליעב דעם איז ראטזאם אז מ'זאל נישט אריין גיין אין די קונטרס אפצווענדן זיין פונקטן, ווייל זיי האבען נישט קיין טראפ שייכות מיט די סוגיא דא, און זיי זענען נאר מצליח צו נידערן דער מענטש'ס IQ. ביים התייסדות העירוב אין ב.פ. האב איך ערשט באמערקט דער מהלך ווי מ'האט מאריך געווען אויף דער רבי ז"ל,ס מיינונג, 'מסורות' פון דער דרכי תשובה, הלכות 'פאלגן א מרא דאתרא' און צו פון מאנהאטן קען מען ווערן א מרא דאתרא אין ברוקלין. ווי אויך 'וואס האבען די ליטווישע שוין געטון פאר אידישקייט אין אמעריקא?' (באזני שמעתי מאת אחד מראשוני המתירים בב.פ. די טענה) און נאך אזעלכע פוסטע נאנסענס. אבי מ'זאל דער ווייניגסטער רעדן פון הלכות עירובין. אזוי איז עס געגאנגן ביי נאך אזעלכע טומולן, פון איין פארטיי ביז'ן צווייטן, והמשכיל בעת ההיא ידום. די שוטים האבען געהאט די אויבערהאנט, צוליעב ערפארונג. זיי שלעפן יעדעם אריין אין זייער נארישקייטן, און מ'קען שוין נישט טראכטן גראד.

נאך דעם וואס מיר האבן געזען די סארט שטותים פון דער כותב הקונטרס, ווייסן מיר שוין וואס ער איז ווערט, ער קען זיך שוין נישט באהאלטן אונטער א גראבן פעלטץ און סטראקעס. ער איז דער 'בעל הקונטרס'.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 9:06 am
דורך תורה ומדע
אישתישבי האט געשריבן:זייער שיין ר' ליטוואק, באמת א שיינער משל, אבער ווען מען רעדט וועגן א מענטש איז עס אפשר אין פלאץ (געדענק, יעדער קען עס דיר צוריק זאגען, אדער דיר זאגן דער משל מיט דער פוקס), אבער ווען מען רעדט וועגן א ספעציפישע תשובה איז נישט קיין קונץ מיט זאגן עמיראצות וכו', די וואס רעדן אזוי איז עס ווייל נאר דאס קענען זיי, און בעבלען נאך וואס זיי מיינען איז דער טרענד, נעם זיי אויף'ן צימבעל זענען זיי פונקט אזעלכע אדער גרעסערע עמיראצים. האסט עפעס צו זאגן פארוואס די תשובה איז נישט גערעכט? זאג עס, אז נישט מיינט די ווייסט פונקט אזוי ווייניג אדער ווייניגער.

דער כותב הייבט ניטאמאהל אהן צו כאפן דער חומר העניין אדער דער מקור פון ספק פיקוח נפש!! דינא דמלכותא דינא ? השתגעת? ער זוכט די הלכה פון א מילכיגן לעפל וואס איז אריין אינעם טשאלענט אין הלכות שבת!

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 9:19 am
דורך במדבר
@תורה ומדע וואס גייט פאר מיט דיר, ''השתגעת?'' ביסט דאך יא א פארשטענדליכער. ווי קומט אריין ''ספק פיקוח נפש!! דינא דמלכותא דינא''.
זאג! צו לעבן, צו אטעמען, נישט צו הרג'ענען, דארף מען שוין אויך ''פריעדיגע מקורות''?

אומזיסט זיך איינגערעדט אז מיר זענען א ''עם חפץ חיים''.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 9:53 am
דורך תורה ומדע
איך נעם זיך אהן פאר ר' ליטוואק. ליין איבער, זיי מוחל.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 10:05 am
דורך במדבר
אנטשולדיג! זיי מיר מוחל.

וואס איך וויל ארויסברענגן איז: אז אין די גאנצע ''מלחתה של תורה'', זה בכה וזה בכה, פארגעסן מיר, אז מיר זענען נישט קיין ''בענדער שו''ע'', מיר זענען נאר ''מענטשן'' וואס לערנען זיי.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 10:35 am
דורך אישתישבי
תורה ומדע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:זייער שיין ר' ליטוואק, באמת א שיינער משל, אבער ווען מען רעדט וועגן א מענטש איז עס אפשר אין פלאץ (געדענק, יעדער קען עס דיר צוריק זאגען, אדער דיר זאגן דער משל מיט דער פוקס), אבער ווען מען רעדט וועגן א ספעציפישע תשובה איז נישט קיין קונץ מיט זאגן עמיראצות וכו', די וואס רעדן אזוי איז עס ווייל נאר דאס קענען זיי, און בעבלען נאך וואס זיי מיינען איז דער טרענד, נעם זיי אויף'ן צימבעל זענען זיי פונקט אזעלכע אדער גרעסערע עמיראצים. האסט עפעס צו זאגן פארוואס די תשובה איז נישט גערעכט? זאג עס, אז נישט מיינט די ווייסט פונקט אזוי ווייניג אדער ווייניגער.

דער כותב הייבט ניטאמאהל אהן צו כאפן דער חומר העניין אדער דער מקור פון ספק פיקוח נפש!! דינא דמלכותא דינא ? השתגעת? ער זוכט די הלכה פון א מילכיגן לעפל וואס איז אריין אינעם טשאלענט אין הלכות שבת!

וואס פונקטליך הייבט ער נישט אהן צו פארשטיין?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 10:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דינא דמלכותא דינא קומט דא בכלל נישט אריין, און איז נאך א רויטע העררינג. דער רעגירונג האט נישט קיין שום רעכט צו פאדערן, מטעם זייער מלכות, אז די שולן זאלן זיין פארמאכט. נישט אויף דעם שטייט דינא דמלכותא דינא.

מ'דארף אבער פארמאכן צוליעב דער געזונט און וואוילזיין פון די באפעלקערונג, לויט די אנווייזונג פון די וואס פארשטיין די בעסטע צו מעדיצין (ניין, זיי פארשטיין נישט אלס, אבער במקום ספק האבן זיי אנווייזונגן וואס קענען ארבעטן, און מיר ווייסן נישט בעסער ווי זיי).

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:09 am
דורך קאך_לעפל
[justify]עס איז פארהאן אן הלכה אונטערשיד צווישן א שעת השמד און שעת המגיפה:

אין א שעת השמד דארף מען זיך מוסר נפש זיין אפילו אויף ערקתא דמסאנא. אפגעזען אז דער רעגירונג הרג'עט אויף רעכסט און לינקס, פרויען פארבלייבן אלמנות, קינדער ווערן פארוואנדלט צו קיילעכיגע יתומים איבער נאכט, ס'מאכט נישט אויס, ס'איז א שעת השמד! און מען איז פארפליכטעט זיך צו לאזן הרג'ען על קדושתו של שמו יתברך! און אלע מצוות התורה זענען געהעריג אין קראפט.
דאקעגן אין שעת המגיפה קומט אריין דער באגריף פון וחי בהם! און אלע חיובי התורה וועלכע זענען געפארפול פאר מענטשליכע לעבנס ווי א שטייגער אין אונזער פאל דאווענען בציבור, גיין אין מקווה, א.ד.ג. פאלן אוטומאטיש אוועק און עס איז גאר אסור אלס פיקוח נפש.

דאס איז אמאל זיכער אז אנהייב פון די מגיפה אויסברוך איז געווען א שעת מגיפה, איז אלע חיובי התורה וועלכע זענען געפארפול פארן לעבן זענען אוטומאטיש אפגעשאפן געווארן ע''פ הלכה! די פראגע איז וואס איז די צושטאנד היינט צוטאגס? זענען מיר נאך אלס אין א שעת מגיפה? אדער זענען מיר גאר אצינד אין א שעת השמד?

ווי עס שטעלט זיך ארויס, איז פארהאן שארפע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די רעגירונג-פירער, און אפילו צווישן דאקטורים און די סייענטיסטן.
די רעפובליקאנער זענען ביי די מיינונג, אז דער הויפט-געפאר איז מער ווייניגער אין די פארגאנגענהייט, און עס איז העכסט צייט זיך ביסלעכווייז אומצוקערן צום נארמאלען לעבנסשטייגער. דאקעגן די ליבעראלע פירער זאגן אז ניין! דער שעת מגיפה איז נאך אלס אין איר פולער קראפט!

איז אזוי! די ליבעראלן גלויבן אין איבערגעטריבענע סייענטיסטישע-פארשונגען. זיי זענען אינגאנצן פארגלייבט אין קלימאט ענדערונג און אין גלאבאלע ווארעמונג. מערסטייל פון זייערע פאראויסגעזאגעכצער ווערן קיינמאל נישט פארווירקליכט, און האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין רייפע פרוכט פון די פאנטאזיע. לויט די ליבעראלן און די סאציאליסטן איז דער וועלט ווירקליך חרוב געווארן שוין פאר הונדרעט און פיפציג יאר צוריק.
איז אצינד די פראגע, שטייען מיר אצינד נאך אין שעת מגיפה? אדער זענען שטייען מיר אצינד אין א שעת הדמיון פון די ליבעראלן? דאס קען פילייכט אריין גיין אין די קאטאגאריע פון א שעת השמד! און אלע חיובי התורה זענען געהעריג צוריק אין קראפט.

אדער גאר ווען עס קומט צו א פראגע פון פיקוח נפש, און ס'איז א ספק צו עס איז א שעת השמד צי א שעת מגיפה, וואס איז די הלכה? וואס איז די חומרא דא און וואס איז די קולא? ווי אזוי דארף מען זיך פירן? ווי אין א שעת מגיפה? צי ווי אין א שעת השמד?

לחכמים הפתרונות...[/justify]

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אייביג, ווען קאך_לעפל האט געהאט אן אויסברוך, האט מען געקענט מיינן אז עס איז סתם א פאליטישע מיינונג, נישט נוגע למעשה. יעצט זעט מען וויאזוי די קרומקייט גייט אן, אז די מיינונג ברענגט צו שפיכות דמים ממש! יא, וויבאלד רעפובליקאנער גוים זענען גוט, און דעמאקראטישע גוים זענען שלעכט, מילא גילטן אלע פסוקים אויף שמד און עבו"ז און גוים נאר אויף דעמאקראטן. און דעריבער איז די מעדיצינישע מייונג פון דאקטוירים משועבד צו די אמונה טפלה אויך, און פון דעם איז באשאפן געווארן א שעת השמד.

איך מיין אז נעקסטע מאל זאל דער בורשטינער דינגן קאך_לעפל צו שרייבן זיין 'בירורים להלכה' און נאך דעם וועט מען נאך מאנן אז מ'זאל ענטפערן צו דער זאך און ברענגן מראה מקומות גאר.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:19 am
דורך קאך_לעפל
דו משוגענער.... כ'האב בלויז געפרעגט א קושיא... האסט נישט וואס צו ענטפערן שווייג שטיל!

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בורשטינער קען דיר דינגן צו 'בלויז פרעגן א קשיא' אויך.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:35 am
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בורשטינער קען דיר דינגן צו 'בלויז פרעגן א קשיא' אויך.


בקיצר.. האסט נישט וואס צו ענטפערן.... כ'הער.....