בלאט 1 פון 1

טוויטער נייעס, ביטער ווי א זית

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 1:10 am
דורך היכי דמי
עס איז מוצאי שבת ביים זמן, מען כאפט א מערב, א שנעלע הבדלה און דערנאך פארקלאצט מען זיך מיט׳ן סעלפאון ביים קאווע צו ליינען די נייעס. די אינגערמאן עפענט זיין ״כשר׳ע״ טעלעפאון, מיט בלויז ׳טאלק ענד טעקסט׳ און וויל זעהן אביסילע וואס טוט זיך אויף די וועלט.

וואטס עפפ האט ער נישט, ווייל זיין קהילה לאזט דאך נישט. קול מבשר איז שוין נישט פאר אים וויל ער איז שוין פון די אויפגעקלערטע, אים איז נישט אינטערעסאנט וואס ער הערט אין מקוה וואס דאנאלד טראמפ האט געזאגט, נאר ער מוז גאר זיין די דערציילער, און צוליב דעם פאלויט ער הונדערטער אקאונטס אויף טוויטער מעסעדזשינג.

אבער די מוצאי שבת ווען ער האט געעפענט זיין סעלפאון איז אלעס געווען שטיל, טוויטס קומען נישט אריין. קודם מיינט ער אז עס איז נאר אים, אבער דערנאך ווערט ער געוואויר די שווערע בשורה וואס האט אים איצט באטראפן, טוויטער האט אפגעשטעלט זייער SMS מעסעדזשינג סיסטעם.

לכאורה די איינציגסטע וואס איז עכט באטראפן געווארן זענען מענטשן אין אונזער געזעלשאפט, וואס היטן אויף זייער רוחניות און פאלגן אויס די תקנות פון די רבנים, און זענען נישט צוגעבינדן צו קיין שום אינטערנעט. (חוץ טוויטער טעקסט מעסעדזשעס, און באקומען יעדע וואטס-עפפ קליפ אויף אימעיל...)

צוליב די שווערע מצב האבן חסידישער אידן געעפענט א פאטיציע קאמפיין צו טוויטער זיך בעטענדיג אז זיי זאלן נישט אפלאזן די טויזענטער היימישע אידן. ווי עס האלט שוין ביי איבער 600 חתימות. https://www.change.org/p/twitter-inc-tw ... 65edad11e6