בלאט 1 פון 2

מיין גאט!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 2:06 pm
דורך במדבר
גייט פראסט-וואָל, ביבעלישע קליידער.

די רויטע לאקען זיינע צוגיסט זיך ווי ''עוועלין די מאָרגאַן'ס'' ''העלענע פון טרוי''.

טיף-בלויע אויגן, וואס פינקעלט מיט טרערן, און שטענדיג פארטראכט.

ער שמייכעלט מיסטעריעז ''מונא ליזא''.

ער ריפט מיך מיט די ווייכע לעכצטענדע שטימע פון ''מאיר בנאי''

זיין בארד געקעמט ווייס און ווייעך ווי ''פראנציסקוי מאלזי'ס''''לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשי'ס'' פארטרעיט.

צוויי מאַסקיאַלער הענט (יד החזקה) ווי מיכאלאנג'לו האט שוין אנטפלעקט אין ''די שאַפונג פון אַדאַם''.

גלייכט צו הערן ''לענארד כהן'' און ''וויוואלדיס'' ''פיר ס'עזאנען''.

ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ליינט שפינוזא אבער גלייכט נישט זיין ערענסקייט.

ליבעראל געשטימט (סארי! איך מיין דארט אויבן) ווייסט דאך ''מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא''.

האט נאכאלס א ''סאפט ספאט'' פאר זיין אידישע פאלק, וואס ער שעירט בכלל פאר קינדער.

האט נערווען צו זיין פמליא של מעלה, ווי טראמפ צו זיין קאבינעט.

כמעט וואס ער עסט נישט. אויב עפעס, ''חלה און דיפס''. און פראנצויזישער ''קאמעמבערט קעז'' אמאל פאר א דעליקעט.

פאר שטוב באשעפענישן, האדעוועט ער צוויי פענגווינס, און א קליינע אפריקאנע עליפאנט.

גלייכט ''שאפענהאוער'', ''ראסעל'' און ''יוסף חיים ברנר''. ''הגם זיי פארלייקענען מיר''. בסך הכל האט ער ליב פראוואצירערס, הע! אינטערסאנט.

ער פארמאגט אבער א פעסטע אמונה. ''דעקארט'' האט שוין געזאגט '' -איך טראכט דערפאר בין איךCogito, ergo sum''.




שמע ישראל, די ''וואן ענד אונלי'', ה' אחד.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 2:06 pm
דורך במדבר
דאס איז מיין גאט!

און אייערס?

Re: מיין גאט!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 2:44 pm
דורך מי אני
במדבר האט געשריבן:ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער מאטעמאטיקער דר. סטיווען בּראמס האט טאקע געשריבן א בוך וואס איז (אויך) מסביר די מהלך בין הקב״ה כביכול און פערזאנען אין תנ״ך עפ״י געים טעאריע.

זייער פאעטיש.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 3:59 pm
דורך cictim
במדבר האט געשריבן:דאס איז מיין גאט!

און אייערס?


ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=298306#p298306

Re: מיין גאט!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:06 pm
דורך פאליטיקאנט
מי אני האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער מאטעמאטיקער דר. סטיווען בּראמס האט טאקע געשריבן א בוך וואס איז (אויך) מסביר די מהלך בין הקב״ה כביכול און פערזאנען אין תנ״ך עפ״י געים טעאריע.

זייער פאעטיש.
איך האב זייער ליב געים טעאריע,

גו וואלסט רעקאמענדירט די בוך?

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:27 pm
דורך cictim
במדבר/פאליטיקאנט - איך וויל ציטירן א שטיקל פון פארום בחדרי חרדים - אולי תבינו:

"אם הביקורת היא עניינית זה בסדר, אבל הבעיה שיש גולשים צבועים בפורום הזה שהם בעצם שונאי חרדים המסתירים את זהותם ומופיעים כחרדים כביכול, והביקורת שלהם אינה עניינית אלא שנאה מזוקקת שמתחפשת לביקורת עניינית, הם ימצאו חסרונות וביקורת בכל מקרה ומצב, אני אומר שזו רעה חולה, והגולשים הצבועים הללו שורצים בכמות לא מבוטלת בפורום הזה, תמיד אני מתפלא מחדש מה יש להם לחפש פה, אולי חלקם הם גולשים מטעם שמקבלים תשלום עבור הפעילות הזו"

מיין גאט!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:35 pm
דורך מי אני
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער מאטעמאטיקער דר. סטיווען בּראמס האט טאקע געשריבן א בוך וואס איז (אויך) מסביר די מהלך בין הקב״ה כביכול און פערזאנען אין תנ״ך עפ״י געים טעאריע.

זייער פאעטיש.
איך האב זייער ליב געים טעאריע,

גו וואלסט רעקאמענדירט די בוך?
איך האב עס געטראפן אינטרעסאנט.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
באמת בין איך א פשוט'ע מענטש, ס'מיר קיינמאל נישט איינגעפאלן זיך אויסצואוועלן א גאט, איך פארשטיי עכט נישט צו די הויעכע זאכן. אבער מצווה לשמוע דברי חכמים, און אז הרב במדבר פרעגט מיר ווער איז מיין גאט האב איך געטראכט אז אפשר דאך איז עס כדאי. שוין, איך גיב גלייך א גוגל זוך פאר א ליסטע פון אלע געטער, און ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. איך קום אן צו א ליסטע פון איבער 8,000 געטער, אפילו איך זאל מיין אוועקגעבן מיין גאנץ לעבן נאר צו פארשטיין די מעלות און חסרונות פון יעדע פון זיי וואלט איך נישט געקענט ענדיגן. שוין, האב איך גענומען די גאנצע ליסטע און אוועקגעווארפן, ס'נישט פאר מיר, כ'על די חקירות לאזן פאר בעסער פון מיר. אין נאכטראכט איז די גאנצע גאט שאלה בכלל נישט נוגע, מה נפשך, אויב פארלאנגט א גאט פון מיר צו זיין א גוטע מענטש, דאס טוה איך דאך שוין סייווי. אויב אבער פארלאנגט ער פון מיר צו זיין א שלעכטע מענטש וויל איך קיין שייכות מיט איהם נישט האבן, ווי דער חכם האט געזאגט: "ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען!"

[left]“Live a good life. If there are gods and they are just, then they will not care how devout you have been, but will welcome you based on the virtues you have lived by. If there are gods, but unjust, then you should not want to worship them. If there are no gods, then you will be gone, but will have lived a noble life that will live on in the memories of your loved ones.”

― Marcus Aurelius[/left]

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:43 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: זייער שיין. אבער איך דארף נישט צו קומען צו ר' מרדכי אריה (מארקוס אורעליוס, בלשון העמים).מאך אויף א מסילת ישרים אדער אן אורחות צדיקים. און דו טרעפסט די זעלבע זאך...!

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פון וואו מיינסטו די מסילת ישרים און ארחות צדיקים האבן עס גענומען? :lol:

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 7:47 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך מוז מודה זיין...That's a good one... :lol:

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 8:07 pm
דורך וואלווי
במדבר האט געשריבן:דאס איז מיין גאט!

און אייערס?


לאנגע גרוי ווייסע בארד (פארשטייטזעך..),

ברייטע טשיק ביינער מיט א יודישע נאז (וואס דען...),

א ברייטער ווייסע קיטל (הייליג..),

פארווייטאגטע פארטראכטע אויגן (צער גידול בנים...),

סנדלים (לכתך אחרי במדבר...),

א געמיינע האלצענע הייקינג שטעקען (פארצייטיש..),

זיצט אויף א שטארק רויט'ן וועלוועט שטוהל (770 משיח'דיג...),

שוועבט אויף א וואלקען (כעין מלכותא דרקיע...),

נאשט לעטטעס (אודאי נישט קוקוש קעיק...),

ברימט, אבער רעדט נישט צופול (זאלען די מלאכי חבלה מאכן קולות...)

כ'קען נישט די פיליסאפישע מראה מקומות וואס די אנדערע האבן אנגעצייכנט, אבער אזוי זעהט עס אויס ווען מ'שוועבט הויעך גענוג צו קענען זעהן...

Otherwise בינ'ך צו ביזי מיט מיין אייגענע אימעדזש..

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2020 8:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך מוז מודה זיין...That's a good one... :lol:

ערנסט גערעדט, די מרדכי אריה ווי דו רופסט איהם האט מן הסתם קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער, דאס האט איינער אויפגעשמירט אויף זיין נאמען ווייל ס'פאסט פאר איהם וויבאלד ער איז געווען זייער א פראקטישע מענטש. ווער ווייסט, אפשר האט עס דער עכטער בעל מימרא טאקע גענומען פונעם ארחות צדיקים...

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:18 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'איז דא א מאמר פון איינעם פון די פילאזאפן פון די מידדל עידזשעס...Things never turn out
as good as you hope
or as bad as you fear.
נו, לאמיר זעהן ווער ס'ווייסט ווער דער חכם איז וואס האט פארפאסט דעם מאמר...!

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 10:32 am
דורך במדבר
וואלווי האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:דאס איז מיין גאט!

און אייערס?


לאנגע גרוי ווייסע בארד (פארשטייטזעך..),

ברייטע טשיק ביינער מיט א יודישע נאז (וואס דען...),

א ברייטער ווייסע קיטל (הייליג..),

פארווייטאגטע פארטראכטע אויגן (צער גידול בנים...),

סנדלים (לכתך אחרי במדבר...),

א געמיינע האלצענע הייקינג שטעקען (פארצייטיש..),

זיצט אויף א שטארק רויט'ן וועלוועט שטוהל (770 משיח'דיג...),

שוועבט אויף א וואלקען (כעין מלכותא דרקיע...),

נאשט לעטטעס (אודאי נישט קוקוש קעיק...),

ברימט, אבער רעדט נישט צופול (זאלען די מלאכי חבלה מאכן קולות...)

כ'קען נישט די פיליסאפישע מראה מקומות וואס די אנדערע האבן אנגעצייכנט, אבער אזוי זעהט עס אויס ווען מ'שוועבט הויעך גענוג צו קענען זעהן...

Otherwise בינ'ך צו ביזי מיט מיין אייגענע אימעדזש..


געוואלדיג! איך בין שוין גרייט זיך איינצוטוישן.
איין זאך, די שטימע פון ''מאיר בנאי'' בין איך נישט גרייט אויפצוגעבן.
בכלל פארשטיי איך נישט, וואס איז די ''קטע'' מיט ''נאשען לעטטעס'' ?

נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:15 pm
דורך במדבר
אויף אייער פראגע: די טעקסט פאסט טאקע מער אריין ביי ''פאעזיע''. אבער ס'איז די סאב-טעקסט וואס מאכט איר מער פאסיג פאר ''העמק דבר''.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:54 am
דורך במדבר
רַק אֵין יִרְאַת אֱלֹהִים בַּמָּקוֹם הַזֶּה

איז קאווע שטיבל א גאטלאזע ארט? אז איר קענט עים נישט דיסקרייבן!? די בקשה איז א פשוט'ע, שרייבט ביטע וויאזוי זעהט אויס אייער פערזענדליכע גאט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:53 am
דורך מיימון
מיין גאט איז א נקבה, כ'בין נישט זיכער אויב כ'קען דאס שילדערן דא, אפשר אין מאחורי.

אבער עפעס אזוי

מיין גאט!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 10:14 am
דורך מי אני
מענין לענין בזה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער מ״א זאגט (או״ח סימן תרי ס״ק ה) אז מלאכים קענען נישט זיין (בדמות) נקיבות ע״ש. אבער דער מו״נ (ח״א ריש פמ״ט) זאגט אז זיי קענען יא זיין (ער צייכענט צו צו זכריה ה ט) ע״ש.

און אז מ׳דערמאנט שוין דער מו״נ קען איך דאך שוין נישט דעסקרייבּען ג-ט, ווייל ער איז דאך כידוע שולל דערפון יעדע סארט דעסקריפּשען מיט זיין נעגאטיווע/אַפּאָפאַטיק טעאלאגיע (חוץ אפשר במעשיו בהנהגת העולם)... ;)

ואגב איז ידוע אז די ע״ז פון אשרה האט מען געדינט אלס א נקיבה פּארטנער צו ג-ט (ועיין בגר״א על דברי הימים ב יד ד דאשרות היו עושין ללבנה ע״ש, שהיא ענין נקיבה כידוע).

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 3:44 pm
דורך במדבר
פאליטיקאנט האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:ער איז ''אינספייערט'' ביי: משה רבינו, אובאמא און זשאן נאש.

ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער מאטעמאטיקער דר. סטיווען בּראמס האט טאקע געשריבן א בוך וואס איז (אויך) מסביר די מהלך בין הקב״ה כביכול און פערזאנען אין תנ״ך עפ״י געים טעאריע.

זייער פאעטיש.
איך האב זייער ליב געים טעאריע,

גו וואלסט רעקאמענדירט די בוך?


''ספרינגער באקס'': האט יעצט ארויסגעלייגט גאר א'סך ביכער (וויסענשאפט) פאר בחנם, ביניהם עטליכע אויף ''געים טעאריע''.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 12:14 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: איך מוז מודה זיין...That's a good one... :lol:

ערנסט גערעדט, די מרדכי אריה ווי דו רופסט איהם האט מן הסתם קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער, דאס האט איינער אויפגעשמירט אויף זיין נאמען ווייל ס'פאסט פאר איהם וויבאלד ער איז געווען זייער א פראקטישע מענטש. ווער ווייסט, אפשר האט עס דער עכטער בעל מימרא טאקע גענומען פונעם ארחות צדיקים...

רביה"ק זי"ע: לאמיר דיר זאגן. ווען איך בין אויפגעוואקסן האביך אויסגעפונען אז ס'דא וואס זאגן (נישט אז איך גלייב עס) אז זאכן אין וואס כ'האב געגלייבט פעסט אז ס'שטאמט פונ אונז, איז טאקע אונזערס. דערווייל האביך אויסגעפונען אז די תורה האט (ח"ו) עפ"ל, ווי דער איד זאגט אייביג. ..."געגנב'עט"... געזעצן פון האמוראבי. היסטאריע פונ'ם מבול וכדומה פון די אלטע אמוריים. און קריעת ים סוף. פון די אנדערע גוי'אישע היסטאריקער. דאס אלעס האב איך נאך אויסגעהאלטן. אבער ווען איך האב אויסגעפונען אז אונזערע בעלי מוסר האבן געגנב'ט זייער גאנצע חכמה פון די גוי'אישע פילאזאפן פון די מיטל אלטער. האט עס מיך שוין ארויסגענומען פון די כלים. ווייל איך בין גענוג א גרויסער נאציאנאליסט. און איך האב גענוג אידישע שטאלץ אין מיר אז איך זאלל וויסן און שפירן אז מיין אידישע פאלק קען אויך עפעס. און האט אויך א היסטארישע ווערד...!

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 11:56 am
דורך וואלווי
במדבר האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
במדבר האט געשריבן:


בכלל פארשטיי איך נישט, וואס איז די ''קטע'' מיט ''נאשען לעטטעס'' ?


אין חלום בלי דברים בטלים..

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 11:40 am
דורך שבת אחים
אויב גאט האט ליב שאפענהויער וואלט ער נישט באשאפן קיין לעבעדיגע באשעפענישן וואס מוטשענען זיך א גאנץ לעבן מיט פיין און יסורים נאר כדאי איבערצוגעבן זייער DNA פאר די קומענדיגע דור. לויט שאפענהויער איז די עצם עקזיסטענס די Original sin און יעדע לעבעדיגער באשעפעניש איז א באזונדערע רחמנות פאר זיך. און די מענטש וויבאלד ער איז די מערסטע סענסעטיוו פון אלע חיות איז ער דער גרעסטער-רחמנות! פארדעם
טאקע דארף מען יעדען ליב האבן און רחמנות אויף יעדען ווייל מ׳דארף אנקוקן יעדע מענטש ווי א Fellow sufferer.